Monday, July 28, 2008

חקירה: טוט-פּעֶיסט ~ vs. ~ אראָנדזש דזשוס

קען איינער מיר עקספלעינען פארוואס דאס איז אזוי?

שוין פון קינדווייז אָן, פלאג איך מיר צו דערגיין דאס ענין.

*

ווייסטעך יעדער איינער, אז מהאט ליב צו פארזוכן א גוט שטיקל ריפּ-סטעֶיק! מיט קאו-סלאו, און מיט א קאַלט גלעזל "ארענדזש דזשאוס".. און די זייט, דאס איז דאך ממש גוט, און

ווער רעדט נאך וון מען עסט אביסעלע טשאלענט, און מען באקומט א גלעזל אראנדזש דזשוס דערנאך, איז דאך דאס ממש ווי געוואונטשען.

נו...... וואס נו??

יעצט יעדער ווייסט אז מ'מוז זיך בראָשן די ציין, אויב וויל מען אנגיין מיטן סדר היום, און אויב וויל מען זיך דרייען מיט מענטשען.

נו גוט, בראָשט מען די ציין "מה כל רעַשששש".

יא יא! אבער אויב אזוי, שטעלט זיך די פראגע וואס עגבערט מיר שוין יאָאָאָאאאאארן.

פארוואס אייביג, ווען מען וועט זיך האבן געענדיגט בראשן די ציין, און מען וועט ווערן דאָרשטיג, פאר א קאַלט גלעֶזל "ארנדזש דזשוס", נישט קיין חילוק ווי זיס עס זאל נישט זיין, איז אויב טאמער די טאָט-פעסט איז נאך אויף די ציין, וועט מען אייביג שפורן אזא ביטערע נאך טעם, און עד כדי כך, מען וועט פילן אזא ביטערניש אינעם געֶדעֶרעֶם, מען וועט מוזן זיין געצווינגען ,צו געבן א דריי מיט די נאז און מויל, אויף מער רעכטס, און תיכף א דריי צוריק לינק'ס............ (אזוי ווי איינער וואס כאפט אויף, אויף א עסן עס איז ביטער, אדער זויער.)

און מען וועט געבן אזא זאג.. ננניייעֶעֶעֶעֶםםם..זזזזששש.... אַ טשיל....

ביסט א מבין !

וואסערע פארבינדונג, אדער שוואכקייט, האט דער "טאט-פּעסט" מיט די ארענדזש דזשוס?

*

זענען די סייענטיסטן געווען פארנומען און אריינקלערן וואסערע פארבינדונד דאס האט, זענען זיי אויפגעקומען מיט צוויי סיבות פארוואס דאס איז אזוי.

יעצט כדי צו פארשטיין, אז פונקט אזוי ווי ביי עסן איז דא 5 ערליי טעמים וואס א מענטשט קען שפורן און עסן.

1.צוקער, 2. זאלץ, 3. זויער, 4. ביטער, 5. פליישיג (העמער נישט אריינגיין און דעם יעצט)

יעצט יעדער איינע פאר זיך, קען האבן א שטארקער טעם און א עסן, און צומאל מאכט זיך, ווען עס איז דא צוויי סארט זאכן, און א עסן, (למשל צוקער און זאלץ) איז דא אַזאַ מין זאַך אַז איינעֶר זאל שוואַך מאכן ס'אנדערע, למשל אז זאַלץ זאל שוואַך מאכן די צוקער.

און אזוי אויך איז דא אַזאַ מין זאך אז יעדער פארשטייט, למשל: אז ווען מען וועט זיך מאכן א הייסער קאווע, פארשטייט זיך וועט מען אריינלייגן צוקער דערצו, וועט זיין גענוג א קליינער קאָצקע צוקער, אדער אפילו מיט (לויזע צוקער) וועט זיין גענוג מיט אביסעלע, מען דארף נישט אזוי סך, כדי צו קענען שפורן א טעם אינעם קאווע.

משא"כ, ווען מען וועט זיך וועלן צושטעלן א קאַלטע-קאָפי, וועט מען מוזן זיין געצווינגען צו לייגן ממש דאפעלט צוקער כדח צו קענען ארויסברענגן די צוקער טעם, איז פארוואס איז דאס אזוי? דאס איז פשוט ווייל היץ, אדער אויפקאכן, ברענגט בעסער ארויס א טעם פון א זאך.


יעצט לעניננו איז אזוי, איז אויך ביי טאט-פעסט, אז אין יעדע טאט-פעסט, איז אריינגעלייגט אזא מין זאך דערינען, וואס עס ווערט אנגערופן SLS (Soduim Laurly Sulfate) און דאס געט אריין א ביטערניש און די ציין-פוץ, און דאס איז באמת די זאך וואס מאכט אז די ציין באקומט א פרישן טעם, אוןו די מויל ווערט פריש, און דאס איז פאר זיך זייער א גוטער זאך וואס עס טוט אויף, אז עס מאכט פילן א פרישן טעם און מויל,
אבער פון די אנדערע זייט, טוט דאס נאך א זאך, אז עס מאכט שוואכער אלע זיסקייטן, ד.מ. אז אויב מען וועט דעמאלטס אריינעמען און מויל אביסל זיסקייטן, וועט זיך דאס נישט שפורן, און פארקערט מען וועט אפילו פילן דערפון א ביטערע טעם, ווייל אט די זאך טוט ביידע, ווי אויבן דערמאנט, איינס אז עס געט אריין א ביטערנישט, און צווייטנ'ס אז ער שלאגט מיט'ן זיסקייט.

און פארשטייט זיך אז אויב וועט מען דעמאלטס אריינעמען און מויל אביסל זיסקייט א גלעזל "אראנדזש-דזשוס" וועט מען קיין זיסקייט נישט שפורן!
און דאס ליגט און יעדן ציין-פוץ היינטיגע צייטן, און פארשטייט זיך אין יעדע ס'אנדערש, איינע אביסל מער, און איינע אביסל ווייניגער.

די צווייטער סיבה פארוואס דאס איז אזוי זענען די סייענטיסטן אויפגעקומען, איז ווייל די Stannous Fluoride וואס ליגט און די ציין-פוץ, ווען דאס מישט זיך אויס מיט די Acetic acid וואס ליגט און די "אראנדזש דזשוס"
"געשעהט די בחינה מ-ש-ז-ר זיי ווערן צונויפגעדרייט" און זיי באקומען דאס א ביטערן טעם, און אוטאמאטיש ווען מען וועט טרינקען א זיסע זאך, וועט זיך שפורן די ביטערנישט פון די ציין פוץ!

*

יעצט ווען איינער וויל זיך גיין בראשן די ציין, קען ער דאס ווייטער טוען, מען זאל זיך נישט צוריק האלטן דערפון.
און ווען ער וועט וועלן פארזוכן א קאלט גלעזל "אראנדש דזשוס", וועט מען שפורן א ביטערן טעם, זאלט איר נישט מיינען, אז נאר איר האט די פראבלעם, נאאאאא !
א יעדע איינע "טאָט פעסט" איז ממש די זעלבע אינגרידיאנטס, און יעדער מענטש פילט די זעלבע טעם, ווען מען טרינקט "אראנדזש דזשוס" נאכן בראָשן די ציין.
אדרבא גייט פרובירט עס אויס.

און איך האב פאר אייך נייעס, אז פון יעצט און ווייטער, ווען איר וועט זיך בראָשן די ציין, וועט איר אריינקלערן, אויב מען פילט די ביטערניש אייביג, און צו דאס איז נאר, פון מאל צו מאל, און איך רעדט שוין נישט אז אויב מ'וועט פארזוכן, ס'גלעזל אראנדזש דזשוס, תיכף נאכן א "ציין-בראשעריי", וועט מען טראכטן און קלערן, אויב איז טאקע די טעם אזוי ביטער ווי עס איז.

אבער גלייבטס מיר עס לוינט זיך צו בראשן די ציין, אפילו מען קען נישט טרינקען ס'גלעזל ארנדזש דזשוס, תיכף דערנאך !

No comments: