Friday, July 18, 2008

יא - דו סרוך טו מצוות מיט יענעמ'ס געלט און יענעמ'ס שעמפָא...

אידישע קינדער - ביי די וועי, ווער וויל דען נישט אז מיט זיינע שטיצע צו מיט זיין געהילף זאל געבויעט ווערן נאך א ציגל צום דריטן ביהמ"ק, אין ווער וויל דען נישט אז מיט זיינס א גוטער עובדא זאל געהיטן ווערן פאר אייביג אין דאס זאל אים שטיין צו די אויגן פאר אייביג, יעצט ווער וויל דען נישט אז מיט זיינס א חפץ זאל געשאפן ווערן הייליגע מאלכים.

זיכער אז יעדער וויל דאס. אבער האללאו מיט א גבול. צו נישט איבער די שטריק.

פארגאנגענע וואך 'ערב שבתי', אלטעבחורל האט איבער געלאזט די תפילין אינעם תפילין קעסטל נעבן די מקוה, מען איז געגאנגען כאפן א טבילה אינעם הייסן בור, נישט קלערענדיג אפילו וואס עס קען זיך אפשפילן איצט אינדרויסן נעבן די תפילין קעסטל.

אזוי זיך ווייקענדיג אין בור, איז פארגעקומען גאר עפעס אנדערש ווי אלטער האט זיך פארגעשטעלט, קומט צו גיין א וועפציג יודל מיט גרויסע שניטן אויך די ריזיגע הענט, ער האט שוין אויך גענומען א מקוה היינט, אים האט שוין אויך גוט געשפילט די מזל היינט אז ער מוז גיין זוכן א מנין. אין ער האט שטייצעך נישט געהאט ס'תפילין באגאַדזש מיט זיך, פארוואס טאקע? ווארשיינליך האט ער דאס איבער געלאזט אויפן מאנראוי באָס פאר א צייט צוריק.

עניוועי; דער יודל איז איינגעשווימען אין קאפ אז יעדער איד וויל דאך אז מיט זיינס א חפץ זאל ווערן געטאן מצוות ומעשים טובעעעעֶם.

געפוילט. האסט מיר געגאַנבעט א האלבע שעה פון מיין צייט? פיין איך האב עס דורכגעלעבט, איך האב סאָרווייווד די אומשטענדן, אבער געדענק נעקסט טיים אז די תפילין איז געווען צאַמגעלייגט, מאך זיי מוחל צוריק עטליסט אביסל אזוי ווי עס איז געווען. חלילה נישט די זעלבער וועג, ווייל יענער וועט נאך אפשר מיינען אז קיינער האט דאס נישט געבארגט, נאר ער האט בטעות פארעסן ווי ער האט דאס אראפגעשטעלט – אין דערפאר זוכט ער דאס שוין אזוי לאנג. נעעעע דריי צוזאם די רצועות ארויף אראפ עס זאל זיך גיסן אינעם בייטל, אזש מען זאל מיינען אז ער איז שלאָך סייוויסיי.

*

אבעעעעעעער, נישטאָ האט זיך דאס געעענדיגט. דער וועפציג אידל ווייסט אויס האט ארויפגעסווינגען אויף מיינע חפצים 'ער פאַלאוט מיר'. אהההה דאס וועט מען שוין נעמען אין די הענט אריין. עד כאן!

מיט א קוואָדער צו זיבן צוריק, נישט צו לאנג צוריק, איז מיר אויסגעקומען מיט צולעבן אזא מאַנסע, בעפאר אלעם ברויך איך רעדן פון מענשט אליין וואס האט מיר ווייטער נאכגע-איבעלט מיט זייענ מעשים.

העי דו, יא יא - דו גיי נעם א "איי קיו" טעסט דו פאר'עצבה'טער יודל מיט דיינע גרויסע האַרטע שטעכעדיגע שנויצן, און אלטן פלעסטיק גלעזער. יא יא - לויף שוין באשטעל אן אפוינטמענט צו א פסיכיאטער און ווער פארשוואונדען פון פאר מיינע אויגן. האסטע געהערט אזאנס? וויפיל מאל א טאג דארף איך טרעפן דעם זעלבן פויגל, און יעדעס מעל ווען איך טרעף אים האט ער זיך אנגעטוען מיט א פריש פעקל 'איבל-זאפט' אז עס גייט ריח יריח.

איינמאל נאך געלט - מיט א שיליון ניקעלס פאלענדיג אויף דער ערד, איינמאל סתם א זיס ווארט וואס ווערט באגלייט מיט וויצלעך ביי יעדע קופקע אין שול איבער די טעצלעך לעקעך. הער אויף דו סרוך - חַדַל פון מיינע נערווען, לויף אראפ פון אונז הער אויף סטרייפן אויף מיין רוקן מיט דיינע גרידזשעדיגע גאָפל-נעגל.

באמת, איי עם סארי אז איך בין דער וואס זאגט דיר עס אבער זאלסטו וויסן אז די גאנצע לעקעך עסינג ביי אונזער מנין האסטו אפגעהארגעט, מיטן אויפרעכטן יעדן איד ווי אזוי ער זאל זיך פירן. קאָם אַן, הער אויף צו איינטיילן, די צייטן האבן זיך אויםפגעהערט, האסט א פראבלעם? גיי שפיי עס אויס אין 'איעסט ריווער' ס'טערעסירט נישט קיינעם וואס עס איז דיר פייגעבאַלן צו משלף זיין מיטן סדרה פון די וואָך. אין ביי די וועי שבת ביים קידוש וויל שוין קייינער נישט בלייבן דזשאַמ-דזשענען אייער קוכלעך מיט געפילטע זאפט איינגעטונקען אין שמאלץ הערינג רינענדיג אויף די ברוינע ווייסע סעווען קאקאש. פאווא? ווייל דאָ, נישט יעדער וויל הערן א שיעור אין הל' 'וויאזוי מען ברויך זיך פירן' ווען מען פארדייט סעווען לעיאָר.

יעצט וואאאאאאס האט דעעעעעער אאאאאיד ווידער געעעעעעטאָן צו ממממממיר?

אוי געוואלד, איך שטיי היינט אויף אינדערפרי אין א גערויש צווישן א פייפעריי פון צוויי ספאַנישע מאָטאריסטן וואס לעבן אויף פייפערייען, עניוועי, איך מבּול ארויס פון בעט, מען גייט דירעקשאָן צום שול אריין.

איך בין אט-אט אין מקוה, העפי? יעעע איך בין העפי, איך פארשפאָר טאקע נישט מיינע טריט, איך נעם יא א זיץ ערגעץ טיף אריין אינעם מקוה, כאטש עס איז אָנגעהאנטוכערט ביז ארויף ס'מוקה אנשטאלט [מאָדנע עס איז נאך פרי, באָט עניוועי] אזוי איז געווען.

עס איז מאנטאג א יומידיטי הערשט אין די סיטי, איך מעג כאַפן א שויער? וועם זאל איך פרעגן צו מען מעג כאפן א 'טוש' דעם וועפציגער יודל, איא? אים זאל איך פרעגן, הא? נאו וועי. נאָשוין, מגיימער כאפן א 'טוש' וואַט סאו עווער.

איך הייב אן מיטן זייפעריי, איך געב מיר א דריי אויס צו נעמען מיין 'שעמפאָ', ו'אָלל אָף סאָדען... ואֵגגי - נישטא מער, דער 'שעמפאָ' איז נישטאָ, קיין זכר! הרב בעסערע מענטש האט אפגע-גאָפעלט דערמיט. ווי איז דער 'שעמפאָ', איך הייב אן ווערן פארשוויצט, דער שויער גיסט ווייטער וואסער, ער ווארט אז בחורל זאל זיך באווייזן אונטערן וואסער שטראָם. אבער ניין... עס איז מאָנטאָג אינדערפרי 'צוואָנציג צו זיבן' אין דער 'שעמפאָ-רויבער' דרייט זיך שוין צווישן די שויער'ס? האסט געמיינט סעקיינעמ'ס נישט? באָאא ס'יא איינעם'ס – ס'מיינס!

מיינע 'קאָפ און אַקסלען' האסטע געקליבן אפצוואַשן דיין פארקניפטן וואָלקן-באַרדע? דו שעמפא רויבער!

איך בין נישט געווארן פארלוירן, איך שריי אריין און שויער צו אים, "האלללאו געב אהער מיין שעמפאָ" ווי כאילו לא 'חיה' – ווי כאילו ער לעבט נישט. געב אהער! שריי איך העכער, איך שריי אריין צו אים, "האלללללאו געב כאטש אהער די באטעל לאמיך עס איבער פילן", וואס מיינט עטס – א טראסקע ארויס צו מיר ס'ליידיגער באָטעלע - פּיפעל! ווער איז דאס געווען? דער זעעעעלבער שוואַף!

ווי זאגט יענער: האסט געדארפט גיין צו זיין פלאץ און נעמען זיינע גאַטשעס. א מין מעשה דאס, וואס איז דאס? מען רויבט 'שעמפאָ'. יא יא דו וועפציג'ס עב הייבט זיך אן מיט א באָרגעריי מיט א תפילין ווייל מען טוט מצוות אין עס גייט ווייטער מיט 'רויבן שעמפאָ' איך וויל נישט זאגן מיט וואס עס ענדיגט זיך. [מיין כתה ז' רבי פלעגט יוזשעלי פרידיקטען מיט וואס עס ענדיגט זיך – ער פלעגט גראַדע וויסן צו זאגן ווער עס וועט אויסוואקסן וואס...] איז אבער – פון ווי נעמט איר די הלכה פון זיך באשמירן מיט יענעמ'ס חפץ? עס האט דיר געשיינט אז דער שעמפא ווארט אויף דיין תיקון. פעעעך דו שעמפאָ רויבער.


יא ביים ליינען האט איך געהערט טאקע ווי ער האט מיט געברומט מיטן בעל קורא, "רב לכם בני לוי" - יא יא, "רב לך יענעמ'ס שעמפאָ" האב איך דיר נאר געוואלט זאגן...

יעצט בּאַרויבּ מיר נאכאיינמאל מיין שעמפאָ...
איך מאך פון דיר א גַל של שעמפאָ...
וחמת ה'בחורל שָשעמפאָ...

No comments: