Friday, July 18, 2008

א 'שוויגער' טראכט - אין דער 'לעקטער' לאכט...

באמת ווער איז דען אינטערעסירט צו הערן נאך יו"ט וואס עס איז פארגעקומען בעפאר - צו אום יו"ט א פרייליכער זוממער איו פאַרטיג. אבער ניין יודעלעך דר'עיקר איז, אז מען פרייט זיך אז עס איז ברוך השם דורך אָנע ברעקעלע אדער משהו חמץ.

איז דען שייך צו זאגן אדער אראפ שרייבן וואסערע ארבעט די פרויען אין בפרט די שוויגער'ס האבן אריינגעלייגט פאר אזא יו"ט, מען האט געוואשן אין געקלינט - געריבן אין אויסגעזייפט דעם הויז, טייל אירע האבן אפילו צונומען די פרידזשעדער/פריזער אין אויסגעבליטשט ממש יעדעס נאָגל, כדי להוציא פון די וואס נעמען אָן פאר גרינג דאס שטיקל חמץ וואס זיצט באקוועם א גאנץ יאר אינעם לאָך פונעם נאגל וואס באַהעפט דעם טירל פונעם פריזער צום עצם פריזער.

קאָלפּאָנעם - לאמיר שוין גיין ווען די שוויגער'ס הויז איז שוין פיינעלי געווען פסח'דיג אין אלעס האט שוין געקלאפט ווי א זייגער אין אויף אַ קאלענדער, מען האט שוין געקענט קאָלן די שנור פון מאנסי בריינדי'ש פארציילן ווי געשקיט זי איז געווען דאס יאר מיטן פייסעך מאכן.

דער טעלעפאן קאל צו בריינדי דער שנור פון מאנסי קומט נאר ווייל זי בריינדי האט אנגעקוקט די שוויגער מיט ברייט צועעפענטע אויגן פארגאנגענעם פורים המשולש ביים אראפ לייגן די משלוח מנות אויפן טיש דאס יאר, אין די שוויגער האט געוואונקען מיט א שמייכעלדיגן טאָן, "נעע נעע בריינדי'ש קענסט עס אהער שטעלן - עס איז נאך נישט פייסעכ'דיג דא" נאר דאס יאר האט די שוויגער שנעל צוגעלייגט.

אין אזוי רופט מען אן א יעדן טאָכטער אז זיי זאלן אריבער קומען העלפן עפעס אויף פסח, נא! עס איז נאר נארמאל אז מען קומט אויף א סעודה, מעג מען העלפן שיילען עפל אין רייבן כריין אדער קוועטשן מאראנצן, אזוי אויך בשעת ווען די שוויגער געט איבער די אָרדער פאר די קינדער אז זי ברויך הילף, זאָגטצע אזוי: ווען איך בין געווען יונג... פלעג איך אלעס אליין טאָן... אזוי פיל מעג ענק טאן, העלפן א מאמע'ן, זיכער זיכער. מען קומט - מען קומט!

ס'הייסט אזוי – אז זי רופט די קינדער מוז זיין אז די שמוציגע מייערן איז שוין געווען באשטעלט פון גראָסערי אין אפילו דער קליינער שפרינצי וואס איז די יונגסטער אינדערהיים ביים שוויגער צוטאָגס האט שוין אויך 'נאו-מאָר' געהאט סקול, אין איז געשטאנען מיט אן אלטן שירצל פון אינדערפרי ביז די שקיעה אין געקוועטשט לעמאָנ'ס פאר לעמאָנאַדע. אין געשיילט אין געוואַסערט פּאָטעטאָס פאר פייסעך-לאַטקעס.

אין בעצם איז דער שוויגער אויך זייער א פונקטליכער אלעס קלאפט אויפן טאַק, למשל דאס יאר איז שוין געווען א נייער מנהג ביי איר, אז מען האט אנגעגרייט א וואך פאר פסח די גאנצע סדר נאכט, שטעלט אייך פאר: ארויס מיט די זילבערווארג - ארויס מיט די קישענעס, ארויס מיט אלעמען. אלעס ארויס פארוואס? כדי צו קענען זעהן אויב אלעס קלאפט הונדרעט פראצענט אויף יו"ט, דאס הייסט מען האט אויס געשטעלט אלעה מצה טאַשן מיט א בעכער דערנעבן פון רעכטס דער הגדה פון לינקס, אין ווי עס האט אויסגעפעלט אַ 'היי-טשיער' האט זי אראפ געשטעלט איינס, אין אויב האט מען געברויכט נאָכאיינס האט מען זיך געברויכט פאָרשטעלן אז עס איז דא דארט איינס. ווען אלעס איז געווען אנגעגרייט האט זי זיך געטשעלט אפאר פיס אוועק פון טיש - אין זיכער געמאכט אז עס קלאפט על צד היותר. (ווער ווייסט נעקסטע יאר וועט זי נאך ברענגען דאָמיס פאר די שפיל, עס זאל אויסקוקן בעסער).

*

והנה... זיצען מיר שוין אפילו ביים עכטן סדר אלעס קלאפט ווי פריער געזאגט ממש גענוי ווי דער בילד בעפאר פסח. דא קומט אבער אונטער די אינטערעסאנטער בילד מיט וואס איך שלאף שוין די לעצטע וואָך צייט.

ווייסטעך יעדער מיין שוואגער חיים דער איז עפעס א לעבעדיגער פארשוין, א פרייליך בויטשיק. אייביג גיסט זיך נעבן זיין פלאץ קיין חילוק וואס דאס איז. סתם א שבת אינמיטן יאר ווען ער קומט צום שוויגער גיסט זיך די טאָמעטאָ דיפ אריין אין די געמישטע פארבליבענע קידוש וויין ווען ער רירט נאר די הענט צו גרייכן א נעפקין, 'נו שוין' א סימן ברכה... ווינקט די שווער לעבן ביז הונדערט אין פערציג יאר, וואס זאגט אייביג א גוט וואָרט ווען עס קומט אריין.

חחח... חחח... איך לאַך יעצט, פאַוואָ? ווייל איך האב מיך דערמאנט פון חיים'ס קיטל פייסעך אויפדערנאכט - באגאסן פון אויבן ביז אראפ מיט רויטע שווארצע גרעיפ דזשוס. זיינע קינדער לאכן שוין אפילו נישט עס איז א יערליכער בילד, בטעות האט ער נישט איבער געלאזט א מקום מנוחה ווי מען זאל קענען קלאָצן רואיג אויפן ווייסן קיטל, עההההה נאר רויט אין פּוירפּל ווי אומער מען קוקט. ווער נאך אויב נישט איך זאל געדענקען ווי זיין קליינער שמואלי האט געביסן אין געקייעט מצה אויף מיין שויס דורכאויס די פיקודא בתר דאָ, אין בּאַבּרעקלט מיין באָרד מיט מרור וואס דער האט צוזאם געשפיגן אויף מיינע בגדים אלס אויסטויש מיט חיים'ס קילט, האָרך אויס: זאגט ער מיר, ליסטען! יעדער האט דאך זייערע חומרות ער מיטן באגאסענעם קיטל אין איך מיטן ווערן בּאַבּרעקעלט מיין וויזוי הייסטעס...

אבער פארט עפעס האט אנגעהויבן גיין נישט גוט מיט וואס דער אויסגערעכענט'ן שוויגער האט נישט געקענט אויסרעכענען אין עס האט אנגעהויבן ערנסט אפעקטירן אויפן סדר נאכט.
נו וואס איז דאס געווען, האָרכטס אויס: מען קען טאקע צוגרייטן דם סדר טיש א פאר טאג בעפאר, צו אפילו א וואך בעפאר, אבער ניין – נישט אלעס קען מען אויסרעכענען שוויגער לעבן, דאסמאל איז עס א פשוטער נידערלאגע ואס ועט ווערן פארשריבן.

יעצט לאמיר שוין גרייכן וואס דער טומן וואס איז געשעהן ואס האט געקענט אוועק רויבן די זיסקייט פונעם סדר? איז גאנץ פשוט: צו ווייסט דא איינער וואס עס מיינט א 'פלאָרעסענט לייט', נו זעעעעכער ווייסט מען וואס דאס איז. דאס איז דאך אזא ווייסע-געלע-בלויע לעקטער'ל עס איז פארהאן אסאך קאלירן, נו דער לעקטער האט דאך א באָלב, איאָ? אהא, דאס הייסט אזוי: עס איז דא לענגלעכדיגע באָלבס אין געדרייטע באלב'ס (מיר רעדן א גאנצן צייט פון די סארט 'פלארעסענט לייט', שטימט?) איז יעצט לאמיר רעדן פונעם לענגלעכדיגן באָלב. איז ווען דער באָלב גייט אריין אינעם עלעפטען חודש פון באנוץ קאָן דאס אנהייבן צו באווייזן קונצן, פשוט עס קען מאכן קונצן – דהיינו: עס הייבט אן שפינען אין דרייען עס מאכט אינטרעסאנטע מאדנע זאכן, עס נעמט זיך פארן אינעם עפעס כווייס'ניש ואס פונקטליך עס פארט אזוי אהין אין צוריק אין מאל צו צוויי מאל, אין א בלינק, א פאר אהין אין צוריק – א בלינק. א פאר צוריק אין אהין – א בלינק. אזוי א גאנצע נאכט.

יעצט ברויך איך ענק נישט זאגן וויאזוי אזא מין זאך קען אויפשוידערן א פונקטליכער מענטשט. דערצו וען מען איז שטארק אנגעוויזן אויפן 'פלאָרעסענט' ביי דעם שוויגער. דאס האט אנגעזייעט א געוואלדיגער שלאָכזאַם אינערהאלב דעם שוויגער הויז, די שוויגער האט דאס גענומען אזוי פערסאנעל, אהההה שרעק... איך האב דאס נישט געקענט אויסרעכענען? ניין - ניין! א שוויגער טראכט אין דער לעקטער לאכט. דער לעקטער'ל האט נישט נאכגעגעבן פאר גארנישט. אים איז נישט געווען אינטערעסאנט חיים'ס קיטל, ער האט געטאן ס'זייניגע.

יעצט שוויגער לעבן לאמיר מאכן א סך הכל, אנגעגרייט א סדר נאכט אפאר טאג בעפאר, אין וואאאאס? גארנישט בלאַ בלאַ זאגט מען אזא צייט, נ'גארנישט פאסירט אויסער אז דער לעקטער האט דא איינעם גוט צוגעפאכעט. יעצט בלייבט מיר נאר איבער צו צוזינגען דא. אז א 'מענשט לאכט' אין דער 'לעקטער קראכט' אין די שוויגער 'מאכט'... א טראסק...

נ י ש ט א ל ע ס קען מען זיך אויסרעכענען שוויגער לעבן...

וויסן זאלסטו שוויגער אז מען האט דאס דורך געלעבט, אין ווער רעדט נאך ווען מען האט ארויס געוואָקט פון שטוב מיטן שווער זאָזיין געזונט צו גיין ספירה ציילן אין די פארטאגס שעה'ן אזוי שפאנענדיג געמוטליך אויף די טרעפ אראפ מען האט זיך געשפורט ווי מען גייט יעצט ממש ארויס פון מצרים, מען האט פרובירט צו שפאנען גיכער,אבער 'ניין' דער שווער האט דאס קאטעגאריש אפגעטשעלט מיטן פארלאנגזאמען די טריט, אזוי איז עס געווען אז זיין חשקות צום סדר וואס ער האט זיך קוים אוועק געריסן פון דארט 'שוויגער לעבן' האט נאך געבאָכעט אין אים.

יעצט ווער קוקט דען אויפן צובראכענעם לעקטער שוויגער טייערע, יא געבלינקט - נישט געבלינקט. א בלינק מיט די אויגן אין יאַללאַ... אריבער ס'בלעטל.
חסל סידור פסח כהלכתו... וויאזוי? מיטן אויסשטעלן די סדר נאכט אפאר טאג בעפאר.

זך שוכן מעונה... פדוים לציון ברנה...

No comments: