Monday, July 28, 2008

דו ספּאניאָלאַ, געב מיר א 'פּינאַ קאַלאַראַ - מיקס'.. טענקס!

איך קען האבן א מיקס? וואָסעֶדעֶס... מעעען!

א מעשה אזוי, איך שטיי נעכטן ביי א חתונה אין איך הער ווי מיין שכן מיט די רויטע גלעזער וואס זיינע הענטלעך ווערן דיקער אין דיקער יעדע נאכט, שטייט ביים טישעל ווי מען טיילט משקה ביי די חתונה אין ער רייסט איין אין בעט זיך ביים אראבישן פאציענט וואס געט פאר יעדן לויט זייער באגער משקה.

זאגט ער אים אזוי:

שכני: שמעטער מיר אריין אין גלעזל א מיקס... זאפארט!

אראבער: וואאאס? פרעגט איבער, דער ערל מיט גרויסע נאז בענדער איבער.

שכני: עעעםםם 'פּינע קאַלאַרא', קורץ אין לעכעריג.

דער אראבער טראכט נישט קיין צוויי אנע צוויי פראגעס ער באגיסט ווייסע שניי מיט רויטע געמישאכטס עס ווערט אריינגעגאסן אין א גלאזערנעם כוס דער פינא קאלארא, איינער ווייסט וואס דאס איז? ווייל ער ווייסט אויך נישט, ער האט מינאסטאם געבעטן ווייל איינער פאר אים האט אזוי געזאגט, אין געווארט אז יענער זאל אוועקגיין, יעצט קען ער בעטן.

די זעלבע זאך האט זיך איבער געשפילט מיט מיר, וואס מיינט איר? זיכער אזוי, דער שטויביגער יודעל וואקט אוועק, אין איך זאג צום אראבער, 'פעני קאלטע' ער פרעגט ווואססס? עעעעעםםם... איך האב פארגעסן וויאזוי מען זאגט דאס, געב איך א נייג מיינע הענט צום שכן מיינער וואס איז נאך נישט ווייט געווען, חמור איינער! קוק אהין, זעסט דאס? יא – יא, איז דאס געב מיר. דער אייזל טראכט נישט קיין צווייי, ער געט מיר דאס אויך, ער האט גענוג אין נאך וואס גייט אים אן.


דאס איז געווען נעכטן, היינט איז געווען א נייע מעשה.

געזעהן האב איך אז ווען מען בעט א מיקס, באקומט מען דאס מיט אזא יריחו בליק, אין קיינעהאָרע אויף ווער עס באקומט דאס.

מה עשה אלטער? גארנישט זוי פשוט, גיי איך אריין היינט אין סענדוויטש געשעפט, ווי איך גיי פון צייט צו צייט ווען איך ברויך א פרישטיג טאָן, אודך איך ברויך פרישטיג, איך גיי ארין אין געשעפט, העללא דער ספאניאָלאַ איז אקעגן איבער מיר, מיטן ריזיגן מעקסיקאנער נעזל שטייט ער דארט אין סריח'ט פון פארדארבענע מילך.

וואאס דארפסטו? ווער עס וויל הערן זיין קול, זאל אריינגיין אין געשעפט. איין רגע איין רגע, לאמיך זעהן וואס די פארקויפסט רוק ארויף דיין שווערן גוף די פארמאסקירטער אנזעצער. שאָקל דיך אוועק, פארשטאנען?

זאג די שוואַף, וויפיל איז א טונַא סענדוויטש? אָםםם 'טרי סעווענדי פייוו'. טענקס פארן ענטפערן אין ענגליש.

אהא, א סטעפ ווייטער וויפיל איז א קרים-טשיז סענדוויטש, פרעג איך אים. טראכט ער צו זיך, וואס טראכסטו? די ספאניאלישער קעפל, אאָםםם 'טו סעווענדי פייוו'.
אההאאא, אויב אזוי, פרעג איך אים צו ער קען מיר געבן א 'מיקס' טונא מיט קרים-טשיז. וויפיל איז דאס? ער נעמט זיך מיר צו באטראכטן פון אויבן ביז אראפ, אזוי קוקענדיג געט ער א רוף זיין בעה"ב כ'האב אנגעהויבן מורא צו האבן אז אפשר האט די מיקס א ספעשלטי, אין ער וויל פרעגן זיין בעה"ב צו ער מעג מיר געבן.

נעם איך מיך שרייען דארט, נעעעעע ניייין נישט קיין פינעעע קאלאראאא. נייין – נייין - בלא!

אין ער מיט זיין בעה"ב קומען מיר אקעגן, אין אנגעהויבן יעלות'ן אויף מיר... גיי ארויס פון דאָ. וואס מיינט דאס, וואס ווילט איר פון מיר?

אקעי אקעי איך דארף נישט קיין 'מיקס', געב מיר טונאַ איך וויל לויפן...

יו נאו וואַט? געב מיר גארנישט! איך האב ארויסגעיאָגט פון דארט.

יעצט וויל איך אייך פרעגן, ווען קען מען יא זאגן 'מיקס', אין ווען נישט? אפשר האב איך נישט די גלעזער ווי מיין שכן? גיי וויייס, אבער א 'מיקס' מעג איך פונקט אזוי האבן!


געב מיר א מיקס!...

No comments: