Tuesday, July 29, 2008

וואס טוט זיך אין ווערצהויז

א מין ווערצזהויז - היינט צוטאָגס, אמאל האט מען געוואוסט אז מע ברויך זיין א נארישער טשאָווערגאָו זיך צו קענען אריינשוועפסעווען אינעם ווערצהויז אריין אויך נאר דורך א אונטער טירל מיט פאריגעלטע שלעסלעך - אבער היינט? גארנישט מיט א איין קנעפל... אפפפפס... שוין אין ווערצהויז! ממש... דא זעממער

קומט אריין באזוכן אין האט הנאה

דא האט איר ארטיקלן וואס אייער פריינט דער אלטער-זעצער האט אייך דא פארלאזט. ליינט אין אינדזשויט ווערצהויז לייף.

אינסטרוקציעס: יא יא, אזוי ווי איר הערט טאקע מיט איין קנעפל איז מען דא, אבער מען ברויך גיין אין די זייט דא אין נאכאמאל קנעפלען. גייט קנעפלען אין האט הנאה

אלטע-זעצער
פון דער היימשער ווערצהויז

Monday, July 28, 2008

פליזזז..... קראס מיך!

"איך קום יעצט פון א "פליזזז קראס מיך".....

צו עטס גלייבטס מיר צו נישט, "איי דזשאסט גאַט דאָן עי "פליזזזז קראָס מיך.."

פאסירט האט די מעשה אזוי, איך שפאן ארויס פון מיין הויז גייענדיג קיין שול אריין, די דירעקציע, איז בערך אפאר געסעלעך,

איך בין אזוי פארטראכט און דאס מייניגע, אזוי וואקענדיג, און טראכטנדיג, און ווען איך האלט שוין ממש ביים קארנער ווי דער שול איז, און ווען אויפאמאל, וועק איך מיך אויף פון מיינע חלומות, הערנדיג דערביי, דאס קליינער שעפעלע שרייענדיג - "פליזזז קראָס מיך".... "נו פליז קראָס מיך..." ווען זיין קול אי זשוין אזוי געשטיקט מיט א האלבער געוויין....
איך אזוי מיט מיינע פארשלאפענע פנים, און פארקניפטע פיאות, האב נישט געכאפט פונקטליך וואס עס גיידָא פאר.

איך געב מיך אזא דריי אויס, און יעצט הייב איך אן כאפן אז דער קליינער פארפרוירענער זעהל, מיט די פיצי רויטע נאז, איינגעהילט און זיין גרויסע קויט, וואס האלט א שווערע "שאפינג בעג" וואס הענגט אראפ ביזן פלאהר אראפ... און היסט ווי א מאָפלער.. רעדט גאר (שרייט גאר..) צו מיר...
אצינד האט מיר די רחמנות געפיל איבערגענומען, כ'דערמאן מיך וויאזוי איך פלעג שטיין אזוי אומבאהאלפן, און ווארטן אויף א קראָסער.

איך פרעג דעם שעפעלע, די ווארטס שוין לאנג, איינער זאל דיר קראסן?? און איך זעה ווי זיינע אויגן זאגן אזוי..."איך ווארט שוין זייער לאנג"...
יעצט צו דיר דארטן מיט די האָריגע קוטשמע.. ניין נישט די..
אט אזוי יענער, פארוואס האסטו נישט געקענט העלפן דעם יונגעל?

...........
הא?? וואס?

סאו וואַט ! רינט אים די נאז אביסל... מהאט שוין געהערט אזאנס... קראס אים און פטור העסק.. ער האט דיר דען געבעטן אז די זאלסט אים אפווישן דאס נעזל ? סך הכל א קראס טאן..
נו שוין א ס'פאסט דיר נישט, נו גוט ! העל איך עס טוען.

והך קאווע. און איך האב געקראָסט דער יונגעל... און אזוי קראָסענדיג... פפפפייווו מיין הוטל האט זיך גענומען פליען, האַללאַ געב אהער די היטל...האַללאַ.. ער פלללליטט... ער לאכט פון זיין בעל הבית...

איך לויף אריבער די אנדערע זייט גאס.. איך כאפ מיין היטל... אין אודך, דער זעלבער יונגעל איז מיר ווייטער דא, ער ברויך נאך א קראס... נו שוין אידאך ממש געווען באשערט אז מיין הוטל זאל פליען.. אזוי האב איך אים געקראסט, סיי פון די עוו. אריבער די עוו., און סיי פון די סט. אריבער די סט., שטעלט אייך פאר, ווען מען דארף ווען ווארטן אויפן אידל מיטן האריגן קוטשמע. וואלט דער אינגעל נאך געווארט יעצט...

יעצט לאמיר אייך פרעגן, וואס איז דער קליינער זעהל שולדיג, אז ער ברויך ווארטן אויפ א קראסער??
און אזוי ביי יעדע זאך וואס איז ער שולדיג אז ער איז א יונגעל??


למשל: ביי די קאווע גענעמכעטס און שול, איז דא אסאך מאל דער שעפעלע ברויך א קאָפי, וואסי? ער טאר נישט נעמען??
אייביג איז דא דעי מינע מענטשען, וואס האבן פיינט מענטשהייט, און נאכדערצו ווען עס קומט זיי אונטער א געלעגענהייט ווי מען קען שפילן באַלעבאָס.... הנה, ער איז דא, גייט עס אזוי יעדער נעמט קאווע.. און דער קליינטשיגער וויל אויך.
וואס זאל דער שעפעלע טוען יעצט?? ער ווארט, אז זיין פאטער זאל ארויסקומען פון מקוה, ער האט יעצט אביסל ריסעסס...
גייט ער טרייען צו נעמען א קאווע.... ער שאָקלט אריין שטויב אינעם האַט קאָפ, ווי א גרויס געלערנט יונגעל, ער מישט דאס מיט כלי שני, אלעס ווי אפגעשמועסט, ער האלט שוין ביי די מילך ס'גיסן.... און ווען ער קומט אן אהין און ער זעהט דעי אידל, וואס האט פיינט מענטשהייט... דער יאגט אוועק.... די קאווע די מיט די הייס וואסער א טראסקעט אראפ אויף די ערשטע פלאץ ווי ער קען...

גענוג געהאט מיט דעם "קרי'יוזען" מענטש פאריגע וואך, ווען איך האב געוואלט נעמען א קאָפי... אינמאל איז פונקט גענוג געווען.
און דער אידל, האט הנאה צו זעהן ווי די קינדער האבן מורא פון אים'ן, מען ווארפט אראפ די קאווע פאר שרעק, ווען מען זעהט אים... עס איז גוטער פילינג פאר דעם אפגעריסענער...
די שיכור, די אנגעטרינקענער פון קאווע! דאס איז א גוטער פילינג?? מ'פארטרייבט קינדער??
געב אים אביסל קאווע, וואס איז די גאנצע טראסק??
איז ער א יונגעל..!
נו ובכן??
מוז מען אים פיינט האבן??
אדער סתם אונטער דרוקן, און סיקירן??
די ווייסט אז די ביסט אויך אמאל געווען א יונגעל??
"די יונגעל רודפ'ר"!


נו און אויך די זעלבער זאך איז למשל און גראסערי, דער יונגעל איז געקומען נאר קויפן א שטיקל מייער, מיט א סקוואַש, די מוטער האט אים געבעטן, "שלומי" קויפ מיר א סקוואַש, און ער איז טעטיג יאָגט און גראסערי... און פאר א נארישן סקוואש... קען ער שטיין און די ליין, "פאר נאו גוד ריזען"....
אלעס ווייל דער מענטשט וואס האט ליב אוועק צו שטופן קינדער איז יעצט און גראסערי... און שטופט זיך אריין או ןמאכט זיכער אז נאך אפאר מענטשען זאלן זיך אריינשטופּן...
לאז אים באצאלן! האסטע געהערט אזאנס??

ווייל די ביסט גרעבער און העכער ווי אים, קענסטן דיך אריינשטופן??
גענוג גערודפט דער יונגעל! חדל! לאז אפּ!

פליזזזזזזז קראס מיך......!!!!!!!!!!!!!!!

פארוואס פונקט "א-י-ך" ? ? ? האאא

"פארוואס פונקט איך ?? נאכאמאל, פארוואס פונקט איך ??

האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט אפשר זענט איר אויך אזוי.. אבער איך בין זיכער אזוי.

פארוואס אייביג ווען איך וויל גיין כאפן למשל די מאנסי באס, איך יאג מיך שטייציך די לעצטע מינוט, און ווען איך קום שוין ענדליך אן... הופפפפס די באס אינגיכער פארט ער אוועק פארנט פון מיין נאז.... מיט אזא זיסקייט.
ער פאָרט.... נישט פלעין, איך ווער פארגאַזט, אונטער זיין שווארצע דיקע וואלקן מיט דיזעל גאַז....

לאמיר אבער זאגן אז איך עספייעט יא צו כאפן ס'באס'ל... און איך שלעפ מיר ארויף, נאאאאאאאא נישטא מער קיין זיצ פאר מיר בחורל, אויסער און די בעק סיט נעבן די מאטאר, און די שמעקעדיגע "באס-טוילעט"... פארוואס נאר פאר מיר איז נישט באשערט א גוטער פלאץ?

לי יצייר עס איז מיר יא געלונגען, אז איך כאפ די באס, אבער דאס מוז זיין אין א רעגענדיגע וועטער ווען נישט אזוי סך מענטשען פארן ס'באס,
אההה דאן פאסירט ס'עפעס אויסטערליש... אן עלטערער יוד מיט א גרינע ווייסע באָרד אטעמט שווער, ער כלעפטשעט זיך ארויף אויפן ס'באס ארויף, און אויף די רגע שטעלט זיך ווארטן ביי מיין זיץ... ניטאמאל זוכט עפעס אנדערש.. נו בחור'ל הייב דיך אונטער, גרידזשעט ער ארויס ס'אונטער זיין וואלקן-באָרד.... "מפני שיבה..." שווימט מיר ארויף אין קאפ.. (ווען איך וועל קומען אין זיינע יארן ווען איך שוין ניטאמאל האבן די העזה עס צו טוען.) אבער דאסמאל געב איך נאך, ווייסטעך יעדער, אלעס קומט אמאל צו אן עק..
ביניך געבליבן אנע זיץ, פארוואס פונקט איך??

און אזוי אויך די זעלבע זאך, שטייציך איך וויל כאפן א שנעלצוג, איך קום אן צום באָרטן, ווי מען ווארט אויפן טרעין-שנעלצוג....
להד"ם נישטא מער קיין זֵכר... יוששששששש דזשאסט פארפאסט... איך קען סך הכל קנייטשן מיין פנים און קוקן ווי עס רייסט אוועק....

העסטו מיר זאגן אז איך בין א "פּעניאַק"? נו אויב אזוי "פארוואס פונקט איך??

יעצט למשל דאס באדערט מיך נאך זייער שטארק, פארוואס און חדר ביי א "הפקר-קונה" אָקשעֶן"... פלעג איך אייביג אנקומען ווען יעדער האט שוין געשריגן "קונה לי!!!"
אזוי פלעגט עס צוגיין.. דער יונגעל (דער אקשען מאכער) האט זיך אויפגעשטעלט אויף ס'זיינע צוויי פערשט, און ס'שרייט אויס.. ה-פ-ק-ר !, און ער קוקט זיך אום פון אלע זייטן.. עס הייבן אן שטראָמען קינדער, זאָלעס זיין אפילו די קינדער זענען פארשפילט און א "העווי" קאָגעֶלעֶך געים... ס'קיין נפקה מינה..... א אקשען איז פארט אן אקשען.. נישט קיין דעילי ערשיינונג.

ק..ו..נה... קונה לי.. קונה!! משרייט עס ווערט א בהלה, און טאקע דא פלעג איך אנקומען... "פארוואס טאקע פונקט איך??


יעצט למשל און חדר, פארוואס למשל ווען מען פלעגט שרייען "נאַט איט".. נ-א-ט א-י-ט העכער "נאַט איט"... אִיט! איז געפאלן די גורל אויף מיר... נישט קיין חילוק וועלעכע געים, קעטש, צו אפילו טשעין קעטש... פארוואס פונקט אויף מיר?
בינעך דען געווען א גערודפט נשמה'לה? און דאס גייט מיר נאך ס'גאנצע צייט??
פארוואס בין איך געווען גערודפ'ט?? נאר איך ? יעדער?

פארוואס למשל, ערב יו"כ ווען איך קומם אן צום שמש און שול, נא! איך שטרעק'זע אויס ס'האנט, לעקעך לעקעך.. "אר יו עוועילעיבל"??
יא יא ער קלויבט צוזאם.. און ?? און אפאר שטיקלעך עקן פון ס'קעיק ! גיסט ער אריין און מיין האנט...
פארוואס? איך דארף אויך די מיטן!

פארוואס למשל, ווען איך וויל נעמען וואסער פון די "וואָטער קאללער" אייביג-אייביג, וועט זיין ליידיג ס'באטל... אין איך קען נישטאמאל האבן א לעק וואסער.. יעצט גיי ווארט אז מען זאל ס'איבערפולן, נו ווארט!

פארוואס, פונקט ווען איך קום אן צו די עלעוועטער.הההההו עס פארט שוין לאנג העכער מיין קאפ, און קען סך הכל צוקוקן וויאזוי די נומבערס ווערן געטוישט פער סעקונדע, און צוהערן צום "פייף" וואס עס מאכט ביי יעדע דעסטינאציע...
אבער און עלעוועטער אריינצוגיין זעלבסט, ס'מוז איך ווארטן אויף ס'צווייטע מאל!
פארוואס פונקט איך?? דער עלעוועטר איז דא נישט קיין מענשט, וויאזוי קען ער אפילו האבן א תאווה צו פיינט האבן איינעם?, איך בין דאך א יודעלע מיט א פלעי'נע באַָלי הוט, ס'וויל ער פון מיר?? "איך פארשטיי דעס נישט, פּיריאַד"

פארוואס ווען איך קום איך וויל "קראָסן" אריבער גיין ס'געסל, אויף אמאל דאונט וואָלק!! און רויטע אותיות, די הענטעלע בלינקט שוין נישט! ער וויל נישט נאכגעבן אפילו אויף נאך איין בלינק,
הענטעלע זיסער געב א בלינק! נו געב שוין! די געסט צו נישט?, נו מאך אָפ דארט!

נאאאאאאא עס פליען שוין קאַרס אנע אויפהער... אזוי טראכענדיג פון די הענטעלע, איך שמייכל צו אים.. נאופס ער איז א האַרטנעקיגער צוויבל, ער וויל נישט!........

מיטאמאל באווייזט זיך א ליכטיגער צורה פון א ווייסע מענטשעלע, אההה מען קען שוין ארביער גיין ס'געסל...
פארוואס נאר איך האב געברויכט ווארטן?? אייביג די זעלבער רויטע ווארענונג...פאר מיינעט וועגן!

פארוואס ווען איך קום ער"ש און מקוה, דארף איך אייביג ווארטן ווי א נער אויפן מארק פאר א שטיקל באַנק... און דערנאך פאר א שטיקל שויער.. עס איז א געפאקטער מקוה, און אלעס גייט אן, פארוואס דארף איך נאר ווארטן??
לאמיר זאגן אז איך בין א איש שנואה, דארפן נישט אלע מענטשען וויסן, נישט אזוי?... כ'ווייס אליין נישט...


פארוואס ווען איך קום אן צו א כאַפצעֶם.... אייביג נאך די מעשה!!
און ווען אילך טו א פרעג איינעם מיט א תמימיות, זאג! ס'געשעהן דא?
קוקט ער מיר אן מיט גראבע אויסגמאגערטע בליקן...(סנישט קיין סתירה, סדא חברה וואס קענען ס'באווייזן...) און זאגן מיר, "עםםםם איך בין יעצט אנגעקומען"...

ליגנער! איך האב יעצט געזעהן וויאזוי די האסט יעצט געענדיגט פארציילן פאר איינעם!
פארוואס פונקט פאר מיר וויל ער נישט איבערזאגן?? איך טו אויס מיין באָלי הוט, וועסטו וועלן זאגן???

פארוואס קען איך קיינמאל נישט ארויף הענגען א צעטל און שול, ס'זאל זיך ליינען ווי פאלגענד : ווער עס האט פארלוירן געלט.. זאל רופן... (איך האלט נישט די געלט, איך זאג די אמת!) אפשר האב איך די מדה פון לא תגנוב "מען טאר נישט טרעפן?
אויב אזוי, פארוואס איז יעדער געשלאגן און דעם? און פונקט איך נישט?? לאמיר שוין זיין איינמאל פאראלעמאל אזוי ווי יעדעם! און פארטיג!

פארוואס ביי שלאגן כפרות באקום איך א טויטע?? עךךךך (רעדטס נישט דערפון)...
אבער פארט מוז מען וויסן פארוואס פונקט איך??

וועלן מענטשען פרעגן "פ-א-ר-ו-ו-א-ס?? פארוואס נישט?"
ניין איך וויל יא וויסן פארוואס! ! !
פארוואס ווי לאיך וויסן! ווייל איך מוז וויסן...!

חקירה: טוט-פּעֶיסט ~ vs. ~ אראָנדזש דזשוס

קען איינער מיר עקספלעינען פארוואס דאס איז אזוי?

שוין פון קינדווייז אָן, פלאג איך מיר צו דערגיין דאס ענין.

*

ווייסטעך יעדער איינער, אז מהאט ליב צו פארזוכן א גוט שטיקל ריפּ-סטעֶיק! מיט קאו-סלאו, און מיט א קאַלט גלעזל "ארענדזש דזשאוס".. און די זייט, דאס איז דאך ממש גוט, און

ווער רעדט נאך וון מען עסט אביסעלע טשאלענט, און מען באקומט א גלעזל אראנדזש דזשוס דערנאך, איז דאך דאס ממש ווי געוואונטשען.

נו...... וואס נו??

יעצט יעדער ווייסט אז מ'מוז זיך בראָשן די ציין, אויב וויל מען אנגיין מיטן סדר היום, און אויב וויל מען זיך דרייען מיט מענטשען.

נו גוט, בראָשט מען די ציין "מה כל רעַשששש".

יא יא! אבער אויב אזוי, שטעלט זיך די פראגע וואס עגבערט מיר שוין יאָאָאָאאאאארן.

פארוואס אייביג, ווען מען וועט זיך האבן געענדיגט בראשן די ציין, און מען וועט ווערן דאָרשטיג, פאר א קאַלט גלעֶזל "ארנדזש דזשוס", נישט קיין חילוק ווי זיס עס זאל נישט זיין, איז אויב טאמער די טאָט-פעסט איז נאך אויף די ציין, וועט מען אייביג שפורן אזא ביטערע נאך טעם, און עד כדי כך, מען וועט פילן אזא ביטערניש אינעם געֶדעֶרעֶם, מען וועט מוזן זיין געצווינגען ,צו געבן א דריי מיט די נאז און מויל, אויף מער רעכטס, און תיכף א דריי צוריק לינק'ס............ (אזוי ווי איינער וואס כאפט אויף, אויף א עסן עס איז ביטער, אדער זויער.)

און מען וועט געבן אזא זאג.. ננניייעֶעֶעֶעֶםםם..זזזזששש.... אַ טשיל....

ביסט א מבין !

וואסערע פארבינדונג, אדער שוואכקייט, האט דער "טאט-פּעסט" מיט די ארענדזש דזשוס?

*

זענען די סייענטיסטן געווען פארנומען און אריינקלערן וואסערע פארבינדונד דאס האט, זענען זיי אויפגעקומען מיט צוויי סיבות פארוואס דאס איז אזוי.

יעצט כדי צו פארשטיין, אז פונקט אזוי ווי ביי עסן איז דא 5 ערליי טעמים וואס א מענטשט קען שפורן און עסן.

1.צוקער, 2. זאלץ, 3. זויער, 4. ביטער, 5. פליישיג (העמער נישט אריינגיין און דעם יעצט)

יעצט יעדער איינע פאר זיך, קען האבן א שטארקער טעם און א עסן, און צומאל מאכט זיך, ווען עס איז דא צוויי סארט זאכן, און א עסן, (למשל צוקער און זאלץ) איז דא אַזאַ מין זאַך אַז איינעֶר זאל שוואַך מאכן ס'אנדערע, למשל אז זאַלץ זאל שוואַך מאכן די צוקער.

און אזוי אויך איז דא אַזאַ מין זאך אז יעדער פארשטייט, למשל: אז ווען מען וועט זיך מאכן א הייסער קאווע, פארשטייט זיך וועט מען אריינלייגן צוקער דערצו, וועט זיין גענוג א קליינער קאָצקע צוקער, אדער אפילו מיט (לויזע צוקער) וועט זיין גענוג מיט אביסעלע, מען דארף נישט אזוי סך, כדי צו קענען שפורן א טעם אינעם קאווע.

משא"כ, ווען מען וועט זיך וועלן צושטעלן א קאַלטע-קאָפי, וועט מען מוזן זיין געצווינגען צו לייגן ממש דאפעלט צוקער כדח צו קענען ארויסברענגן די צוקער טעם, איז פארוואס איז דאס אזוי? דאס איז פשוט ווייל היץ, אדער אויפקאכן, ברענגט בעסער ארויס א טעם פון א זאך.


יעצט לעניננו איז אזוי, איז אויך ביי טאט-פעסט, אז אין יעדע טאט-פעסט, איז אריינגעלייגט אזא מין זאך דערינען, וואס עס ווערט אנגערופן SLS (Soduim Laurly Sulfate) און דאס געט אריין א ביטערניש און די ציין-פוץ, און דאס איז באמת די זאך וואס מאכט אז די ציין באקומט א פרישן טעם, אוןו די מויל ווערט פריש, און דאס איז פאר זיך זייער א גוטער זאך וואס עס טוט אויף, אז עס מאכט פילן א פרישן טעם און מויל,
אבער פון די אנדערע זייט, טוט דאס נאך א זאך, אז עס מאכט שוואכער אלע זיסקייטן, ד.מ. אז אויב מען וועט דעמאלטס אריינעמען און מויל אביסל זיסקייטן, וועט זיך דאס נישט שפורן, און פארקערט מען וועט אפילו פילן דערפון א ביטערע טעם, ווייל אט די זאך טוט ביידע, ווי אויבן דערמאנט, איינס אז עס געט אריין א ביטערנישט, און צווייטנ'ס אז ער שלאגט מיט'ן זיסקייט.

און פארשטייט זיך אז אויב וועט מען דעמאלטס אריינעמען און מויל אביסל זיסקייט א גלעזל "אראנדזש-דזשוס" וועט מען קיין זיסקייט נישט שפורן!
און דאס ליגט און יעדן ציין-פוץ היינטיגע צייטן, און פארשטייט זיך אין יעדע ס'אנדערש, איינע אביסל מער, און איינע אביסל ווייניגער.

די צווייטער סיבה פארוואס דאס איז אזוי זענען די סייענטיסטן אויפגעקומען, איז ווייל די Stannous Fluoride וואס ליגט און די ציין-פוץ, ווען דאס מישט זיך אויס מיט די Acetic acid וואס ליגט און די "אראנדזש דזשוס"
"געשעהט די בחינה מ-ש-ז-ר זיי ווערן צונויפגעדרייט" און זיי באקומען דאס א ביטערן טעם, און אוטאמאטיש ווען מען וועט טרינקען א זיסע זאך, וועט זיך שפורן די ביטערנישט פון די ציין פוץ!

*

יעצט ווען איינער וויל זיך גיין בראשן די ציין, קען ער דאס ווייטער טוען, מען זאל זיך נישט צוריק האלטן דערפון.
און ווען ער וועט וועלן פארזוכן א קאלט גלעזל "אראנדש דזשוס", וועט מען שפורן א ביטערן טעם, זאלט איר נישט מיינען, אז נאר איר האט די פראבלעם, נאאאאא !
א יעדע איינע "טאָט פעסט" איז ממש די זעלבע אינגרידיאנטס, און יעדער מענטש פילט די זעלבע טעם, ווען מען טרינקט "אראנדזש דזשוס" נאכן בראָשן די ציין.
אדרבא גייט פרובירט עס אויס.

און איך האב פאר אייך נייעס, אז פון יעצט און ווייטער, ווען איר וועט זיך בראָשן די ציין, וועט איר אריינקלערן, אויב מען פילט די ביטערניש אייביג, און צו דאס איז נאר, פון מאל צו מאל, און איך רעדט שוין נישט אז אויב מ'וועט פארזוכן, ס'גלעזל אראנדזש דזשוס, תיכף נאכן א "ציין-בראשעריי", וועט מען טראכטן און קלערן, אויב איז טאקע די טעם אזוי ביטער ווי עס איז.

אבער גלייבטס מיר עס לוינט זיך צו בראשן די ציין, אפילו מען קען נישט טרינקען ס'גלעזל ארנדזש דזשוס, תיכף דערנאך !

האַלאו, יונגעלע, לאָז איבער עפעס פאר די טאַטעס....

מזזזזל טובבבבב - מזזזזל טובבבב.....

ב"ה, מהאלט שוין נאך די ברית, די זיידעס נעמען שוין אָפ די מאַזעלטוב'ס.

די שוואָגערס וואָס יאגן זיך האבן שוין לאנג אָפגעדרייט, פון זיך די טלית ותפילין, מען יאגט ארויס אינדרויסן, מען גייט זיך וואשן צום סעודעניאָ, רוקס ענק רוקטס ענק, ער גייט זיך וואשן.

ס'שאלה? א סעודת מצוה! וויליך עס דען פארפאסן? נעעעע קיינמאל!

מען איז שוין אינדרויסן, און וואס טרעפט מען פאר די אויגן??..... וואסהייסט ? א סעודה!!

נאאאאאאא ס'זאל זיך ענק דאַכטן!

אפאר ליידיגע טישן.. נישטא גארנישט! קיין בילקעלעך, קיין זויער פיקל, קיין סאָדע, גאַרניקס אפשר אביסעלע ביר וועט מען נאך קענען טרעפן, אדער אביסעלע סעלצער, וואס דאס
איז א אָרעֶם ארטיקל ביי די קליינוואג.

יעצט לאמיר מאכן א חשבון וואס איז געווען דא?

פארוואס איז גארנישט דא אויף די טישן? האט מען דען נישט צוגעגרייט?

קומט אָן איין שוואגער און פרעגט דעם אנדערן, האַאַאללַלא שלומִי,
וואס העט דא זיין? דער שמש טויג ניש, הא?... קוק אָן...

יוסי, העי קוק אהער אפאר ליידיגע טישן... ממש א רחמנות...

נעבעך איך שוין זונדל, אייביג האט ער די מזל מיט זיין שמש....

קום און מיין שול, זאגט שלומי, האאאא, דארט איז דא צו האקן ביי א ברית. "יוזשעֶלי"..... און דא שלעפט ער ארויס זיין סעלפאן און וואָקט אַוועֶק פאר כעס...

און דא רופט זיך אן די שוואגער, וואס האט געווענליך נישט אזוי שנעל קיין מיינונג, ער האלט נאך אינמיטן אויסטוען זיין גאַרטל, ארויפדרייענדיג אויף זיינע צוהאַקטע ווינטערדיגע הענט.
נאר דאָ האט ער פונקט באמערקט, און מיטגעהאלטן וואס די מעשה איז געווען.


ווארשיינליך ווי עס זעהט אויס, הייבט ער אן צו פארציילן.
זענען געווען דא אפָּאר קינדער, און זיי האבן אריינגערוקט ס'גאנצע טעצל זויער פיקל, (נאך אינמיטן דערציילן, האקט שוין ווידער שלומי אריין, אההההא די קליינוואג, האבן אפגערוימט די טישן... אהההה)
און ער וויל פארציילן די איבריגע העלפט מעשה... אז נאך אינמיטן "אשרי ובא לציון"... (ווען ער איז ארויסגעקומען פון בעסמעדרעש, צו גיין הכנות...) האט ער געזעהן, אז זיי האבן שוין געהאלטן, ביים פארענדיגן איינפאַקן פאר די "מלמדים" ס'גאנצע געפעק, מען פאקט איין בילקעלעך פיש, און עֶגג סעלעד, מיט די טונַא פון די פלעטער'ס,

די קינדער חנפ'נען די מלמדים מיט א געביסענע בילקע, און אביסעלע סעלעד'ס. און פאר א נויט, שמירט ער אריין א סאָדע און זיין בעג, ער וועט כאטש האבן וואס צו טרינקען היינט ביי ריסעסס..........

פאר היינט איז ער די מיוחס.... ביי זיין רבי'ן דאס לויפט ארום אין די קליינע קעפעלע, בשעתן איינפאקן די גאנצע סעודה.

און ווער רעדט נאך ווען עס די מלמדים ווייסן אז "מחר יהי' הברית" און זיי ווייסן אז דער יונגעל טאטע, שוואגער, ברודער, א.ד.ג. וועלן צו שטעלן, א קנאַקעדיגער סעודת מצוה, און עס וועט זיך גיסן פּלעֶטעֶר'ס, און אָוועֶר נייט קוגל, נו אַוודאי באַשטעלט די רבי, פונדאָס קליינעם זעֶהל, א אָרדער "כמה שכתוב און די באלייכטונגען" ווי עס דארף צו זיין.

עס איז שוין א טאָג פאר די ברית, און דער מלמד גרייט זיך צו, און מעלדט פארן קליינעם זעהל, שעפעלע טייער'ס, ברענג שיין מארגן, אביסל געקעכט'ס פונעם ברית... (מוזט אבער נישט זאגן פאר דיינע פעטערס וואס וועלן חוזק מאכן, אז די רבי האט דיך עס געהייסן נעמען, און ברענגן..)

פארשטייט זיך וועגן דעם, מאכט דאס דער יונגעל ווי א געלערנטעער שפיאָן, ער איז שוין ביי די טעצער און פלעטרעט'ס שוין אנהייב דאווענען, און סוף דאווענען, איז נאר פארבליבן איינצופאקן די בילקע זעלבסט. (ממש א דזשינעס און איינפאקן די סעִודעֶניאָ) א געשיקטער צדיק'ל... ער קען זיך שוין ממש פארשטעלן פורים ווי א נעווי סיל, פון די יו. עס. פארסעססס...

אלעס קוקט אויס ווי עס ארבעט זיך אויס געוואלדיג, היינט איז זיין מזל'דיגער טאג, און קומט אן און חדר, דעם רבינ'ס קאפ איז שין נישטא געהעריג ביים לערנען, ער קוקט שוין אויפן זייגער יעדעס רגע,


נווווו........ ווי איז שוין די פרעֶס... כמיין די עסן פון די סעודת מצוה...
רבותי מלמדים! עטס ווילטס עפעס עסן?? נישט סתם ישיבה עסן?? נאו פראבלעם עטס קענטס רואיג גיין איינהאלדן און געשעפט אלע סארט עסן, און פלעטער'ס, קיינער וועט אייך נישט אנקוקן פאָני.

פארקערט מען וועט אייך ארויפקוקן...

דאס מין זאך אז קינדער ברויכן איינפאקן פאר די מלמדים, ווי אזי דאס געהערט געווארן?? מע פּאַקט און פּאַקט! משוגע מאטארע - כי לעולם חסדו!

ענק געבן דאס חינוך פאר די קינדער, און דאַדורך דעם, ווערן זיי טרענירטע "ברית'ן-עסן-כאַפּער'ס" זיי רוימען אָפ אלע טישן, פון בילקעס, פִּיקל סאָדעס.. און אזוי ווייטער.
קינדער טייערע געענדיגט מיט איינגעפאקעכט'ס! !

עטס קענטס ענק רואיג ארום דרייען מיטן ווייסן העמדעל, און אויסטרינקען די כוס, נאך די ברית.

און עטס קענטס אפילו העלפן צוזאם דרייען די תפילין פאר אייער טאטע, (שטייציך נאר אויב די טאטע לאזט.)
אבער געענדיגט מיט די "עסן-געכאַפּעֶכט'ס"


גייטס און חדר מיט אביסעלע ריסעססס און דעֶטס אָלל!!!!!

מאכן א פאספארט ? נאו וועי

היינט ביניך ב"ה אויפגעשטאנען און א גוטן מוט, מען גייט היינט אסאך אנקומען, די ערשטע זאך אויף די ליסטע איז טאקע לויפן און מקוה ווי א יוד. און דאווענען שחרית מיטן כוונה, און אזוי אז אלעס וואס גייט היינט פאראיבערגיין זאל ווערן דורכגעפריט מיט א שלימות און דער באשעפער זאל טאקע העלפן אויף ווייטער, דאס האב איך מיר אינזין ביי יעדע טריט וואס איך שטעל אויף די קאלטע ערד ווען איך גיי און ביהמ"ד אריין.

שוין וואכן וואס איך גרייט מיר צו די טאג. וואס גייט מען היינט אויפטוען? אהה היינט גייט מען מאכן א 'פאספארט', געענדיגט מיט די צייטן פון בארגן יענעמ'ס פאספארט, נעכטן ביי די נאשעריי מיטינג פארן גיין שלאפן איז געווען 'נמנו וגמרו' מ'גייט יא מאכן אן אייגענעם, איינמאל פאר אלעמאל מעג איך שוין אויך האבן. "איך בין שוין גענוג גרויס דערפאר" איך האב שוין אפילו א סעלפאן ווי איך שיק כסדר טעקסט מעסדעזשעס ווי אלע יונגעלייט.
נו א 'פאספארט' קען איך נישט קריגן?. זיכער קען איך, איך דארף דאס נאר גיין אפפנעמען.
דאס איז די ערשטע זאך וואס האט מיר געגריצעלט היינט בשעת ווען איך האב צוזאם געדרייט מיין פיאות אראפ קוילערנדיג פון מיין שטערן נאסערהייט און מקוה.

עס איז שוין ב"ה נאכן דאווענען איך פאק מיך איין פרישטיג מיט מיינע פאפירן, איך וועל שוין עסן פרישטיג דארט און פאסט אפיס, אזוי זאג איך מיין ווייבל, הארך–אויס, אז זיי מאכן פאספארטן, שטעלן זיי אוודאי צו א 'לאנטש רום' פאר די מענטשען וואס קומען דארט 'אזוי גלייב איך'
אצינד; איך מאך די לעצטע צוגרייטונגען פארן מאכן די פאספארט, איך געב נאך איינמאל א מאך זיכער אז די בילד שטימט מיט מיין פנים, איך שטיי נעבן די 'אויווען' ביי מיר אינדערהיים און איך לאך צו מיין בילד, און אלעס קלאפט, 'הילך'!

מיין שיך איז גוט שטארק צוגעבונדען, און איך קען וואקן און 'פאסט אפיס' אריין, אפילו עס איז אביסעלע ווייט, היינט איז גארנישט ווייט פאר מיר, אבער טאקע פארדעם האך איך אויסגעוועלט דער טאג ווי היינט ווייל איך בין און די גוטע מוט פון א געזונטער וואק.

איך שלעפ מיך און די גאסן מיט מיינע פעק, און איין זייט די 'פעד-עקס' ענוועלאפ מיט די נויטיגע פאפירן, און די אנדערע האנט די גראסערי בעג מיט איר פרישטיג אויסגעשטעלט ווי א פאזזעל אין די בעג. איך גריס יעדן אויפן גאס אפילו איך קען אים נישט, ווייל היינט איז אלעס אויסגעשטעלט פאר מיר.
איך קום אריין און פאסט אפיס, הו א גרויסער ליין היינט, אההה איך זעה יעדער האט היינט אויסגעוועלט די טאג צו מאכן די 'פאספארט' ווי גוט איך האב צוגעטראפן. איך שטעל מיך און די ליין, אזוי שטייענדיג און די ליין געב איך א פרעג דעם שכן פאר מיר צו ער קען וואטשטן מיין פלאץ און גי ליין, ווייל איך וויל קודם גיין און 'לאנטש רום' אפאר מינוט, עסן מיין 'שנה ראשונה פרישטיג', און איך קום תיכף צוריק, און יענער קוקט מיר אפ ווי אראפ פון די וואלקענעס, ווי גייסטו? אינטערעסירט ער זיך ביי מיר. זאג איך און לאנטש רום, פרעגט ער מיר וואס הייסט? אההה די האסט געמיינט אז דא איז א כולל? מען שטעלט דא צו.. אפשר זאלן זיי צושטעלן פרישטיג אויכעט, טא פארוואס האסטע בכלל מיטגעברענגט, אז אויב שטעלסט דיך פאר אז מען שטעלט דא אלעס צו, זאג איך אים נאאאא איך האב א פראבלעם מיט די כשרות, בקיצור.. נישטא קיין 'לאנטש רום'. איז נישט, דאס גייט מיר אבער נישט הארגענען, איך קען ווייטער מאכן אומגעשטערט מיין 'פאספארט'.

עס ווערט שוין מיין רייע, איך גיי צום פענסטער. איך שטופ ארונטער מיינע נויטיגע פאפירן, אלעס וואס מען האט מיר געהייסן מיטנעמען, און אלעס איז געווען איינגעפאקט און מיין 'פעד-עקס' ענוועלאפ וואס מיין ווייב האט פארשאפט פון איר אפיס.

און די רשענ'טע הייבט אן נישטערן מיינע פאפירן, און זי נעמט די בילד אפיר און די הענט. איך טו אויס מיין גלעזער, אפשר וויל זי זיכער מאכן אז מיין שיעור פיאות איז אויפן מקום הראוי. ניין זי וויל עפעס אנדערש, עס ווערט מיר גוט. זי זאגט מיר 'איך מוז מיטברענגען איינעם פון מיין משפחה וואס זאל עדות זאגן אז איך בין דאס' עס איז נישט גענוג די פארפירן וואס איך האב פראוויידעד. עס איז ווערט 'נול' נאר אויב ברענג איך מיט, מיט מיר א פאמיליע מיטגליד.
ווווואאאאאאססס??? איז געווען מיין שאקירענדע פראגע, מיין הוט איז מיר פשוט אראפגעפאלן פאר שרעק.
און זי זאגט איבער די זעלבע ווערטער נאכאמאל שטאט און הויעך, אז נאך מענטשען זאלן זיך ארויסדרייען און איר געבן גערכעט.

שיקסע איינער, ווער געהאנגען! און דא האב איך געמוזט טוישן מיין מוט און איך האב מיך גענומען שרייען "גענוג געווען - איך וועל ווייטער נוצן אן צווייטנ'ס פאספארט - אזוי ווי איך האב געטוען ביז יעצט"
און ארויס געיאגט פון דארטן.

*

איך ברענג פשוט מיין טראגעדיע ווייל איך וויל יעדער זאל וויסן וואס די היינטידגע וועלט איז, זיי ווילן אז מענטשען זאלן ענדערש נוצן א צווייטנס פאספארט, ווי איידער מאכן אן אייגענעם.
נאו וועי איך טריי אפילו נישט נאכאמאל, רשעים כים נגרש!

א מחי' אההה עס פראסקעט א ווינט, עס בוזשעוועט...!

ברררר... ברררר.....

אך שון אנדע....קומען אן דע אה..פיס.. און... מיינע קאמפע...יו..טע..ר..
.........פא..פרוי...רע..נע.

ביי די ערשטע שורה זענען נאך מיינע פינגער געווען פארפרוירען.... "געטינג בעטטער"...

הוי איז קאלט... עס בוזשעוועט, עס באמבערט די קעלט, און די פענסטער אריין... א גאנצע נאכט האט מען געהערט ווי דער ווינט פייפט.
אויפן די פליגער'ס, האט מען היינט אוסגערופן, אז די ווינטען איז שרעקליך, און די פליגער האט אוודאי געליטן, שרעקליכע "טוירבעלינ'ס" איז זיכער געווען, לכאורה האט מען געקענט מיטהאלטן אויפן סקרין, וויאזוי די ווינטן זענען זיך גובר, איינעם דעם אנדערן, מען האט געזעהן ארויף קומען אויפן סקרין...

אזוי:
די "וועסט" ווינט, האט יעצט געשטארקט, אפפפפס צוריק געשיקט געווארן מיט א קראפט פון די "איסט" ווינט... 60 מ.פ.ש. און דאן איז געקומען א שטארקער "נאָרט-איסט" ווינטעל, און אפגעבוזשעוועט א 50 מ.פ.ש., און געווארפן אויף צוריק, אט אזוי "דאס איז געווען די "טוירבעלענס" אויפן פליגער...
הוי האט מען היינט געקענט מיטהאלטן אינטערעסאנטע "סינס", היינט אינדערפרי.
גארביזדש קענס זענען געפלויגן פון אלע זייטן... פרררר אהין...פרררררר צוריק... גארבידזשעס האבן געשפילט קעטש...
שטיקלעך צווייגן, און אפילו אביסל גרעסערע שטיקער איבעראל, האט געטראסקעט פון אויבן אויף אראפ, פון די אויסגעפליקטע ביימער און ביימעלעך.

*

6:00 אינדערפרי:
דאן האט איר געקענט מיטהאלן וויאזוי די קליינע בחורי'ליך מיט די גלאנציגע רעגן מאנטלען, אויפגעקנעפלט אינגאנצן.
און די אנגערעגענטע קליינע היטל איז ארום גענומען מיט די "גאָמי", ארום ס'האלדז... ח"ו די ווינט זאל נישט קענען איבערנעמען "קאנטראל" פונעם היטל.
לויפענדיג ארויס פון מקוה און די גרעסטע קעלטן מיט אן אפענעם מאנטל, די פיאות איין שטיק אייז... מיט א רויטע הייסע אויער, א שטיקל אייזל הענגט אראפ פון ס'נעזל, די שיך בענדלעך קלאפען אויף די אייזיגע "סייד-וואלק", הער אויס נישט געווען קיין צייט דאס צוצומאכן..

מען לויפט נאך ס'באס, צו פליען און חדר-ישיבה, אַההה אויפן באס וועט מען שוין צומאַכן די שיך און קויט, און בארגן א קעֶמל פון א חבר, און מאכן די פֵיאות.

*

6:30 אינדערפרי:
האט מען געקענט זעהן, וויאזוי די תמימות'דיגע אידעלעך, איינגעבונדן מיט די מאנטלען, און דער הוט אריינגעלשעפט ביזן ס'נאז אריין, די שאַל פאַרקניפט אויף הונטערוויילכעץ, די הענטשקעס טייט ארויפגעשאקלט, ס'הענט ארויף,
און געמיטליך זיך אנגעכאפט אויף ס'הענטל (רעילינג) אראפצוגיין די שטיגן, ווייל קול'מעבאשֶער האט דאך נעכטן געמאלדן, אז היינט וועט זיין גליטשיג. און מען געט אָפפבאַכט אז מען זאל נישט ח"ו, כאפן א גליטש.. (אזוי ווי זארעכ האט געכאפט..)

און די אנדערע יודן מיט די שיינע מאנטלען און מיט די האָריגע קוטשמע'ס וואקן אזוי בקומה זקופה, מיט די אייזיגע וואנצעס, און מיט די קללינע באליס אייז, ביי די זייט פון די אויגן...
זאגנדיג דערביי פארן ווינט. "דאונט איווֶען טרֵיי טאָ פאָש דאֵיין מֵיי העֶט"....
כאילו דער ווינט רעכנעט זיך מיט דעם צולאזטנ'ס מחשבה, ליסטען דער קען טראַכטען, וואס ער וויל, און די ווינט טרַאכט דאס זייניגע.

*

8:00 אינדערפרי:
האבן שוין די קליינע קינדער געווארט ביי די באס סטאפס, מיט די גרויסע אנגעפארנצערטע, דאַרק בלויע דזשעקעטס, זיי זענען געשטאנען, געדריזעלט פאר קעלט, הוי שעפעלעך...
זע זענען געשטאנען, פארקערט פון די ווינט און עס האט אויסגעזעהן ווי אט אט פליען זיי מיט, מיטן ווינט.... טייל קינדער, זענען אבער אריין אין די נענסטע גראסערי, זיך צו דערווארעמען, און אין איינוועגס, ארויסכאפן א "אשת חיל" צעטעלע און עס אריינשווערצן און חדר, און ביי ריסעסס וועט מען דאס פאָרליינען בקול רם.... פאר די איבריגע קינדער.

*

9:00 אינדערפרי:
איז שוין געווען די קליינע "פִיצִי" קינדער מיט די רויטע ראָציגע נעֶזעֶר, וואס זיי שטייען שוין מיט די מאַמעס, און ווארטן אויפן באס..
שטיייציך אויך גוט איינגעבאָנדעלט, זיי זענען דאך אויכעט "בעלי חיים"... אבער, וואס, ווען, ווי, די קינדער וויסן נישט פון קיין קעלט צו זאַגן.

אזי ווארטענדיג אויפן באס, דענקן זיי נאך ווי נעכטן איז די שניי געווען אביסעלע צולאזט, מען האט געקענט שפילן דערמיט, זעט מען ווי די קינדער גייען אזוי צו, צו די שנייי און נעמען זיך שטויסן מיט זייערע שיך, אויף די שטיקער אייז, אלעס בשעתן זיי וארטן אויפ באס...
און ביז די מוטער באמערקט, האָך און וויי... מעו טרייבט אוועק, און מען גייט נאכאמאל, נאכאננאד... ביז דאס באס קומט אן....

א גוטן טאג ווינטש די מאמע... בשעת ווען דער קליינע שעפעלע, זיצט שוין ביי די פענסטער, און אטעמט ארויף אויפ'ן פענסטער, און עס ווערט פארהויכט ס'גאנצער ארוםף דער קליינער פנים....
און מען ווייזט "ביי ביי"....

און א גוטן טאאאאאג!!!
"לאמיר גיין נעמען א ווארימער קאָפי, מיט א ספּלענדע."

דו! דו! האסט געהאַט א פלאַפּ ? ווי לויפסטו דאָרט

יונגערמאַנטשִיק!! האָסט געמאַכט א טעות, אדער ווי טייל מענטשן רופן דאס א 'נידערלאַגע' און בלשון נקיה ווערט דאס גערופן א 'פלאַפּ', נו סיי וויאזוי מען זאל עס נאר נישט רופן, ברויכסטו עס נישט פארווישן מיט עפעס וואס. מהאט שוין געהערט אזאנס אז איינער האט א פלאַפ, 'סאו וואט' מען גייט עס אדורך און א גוטן, מ'פארשפילט עס, מוזט עס נישט פארשפילן מיט עפעס א פעולה דערצו. וואס זעהט אויס פאר סתַם מענטשן ווי די ביסט ערנסט פאַרריקט. און די ליידסט אויף 'פלאַפּ קאַמפּלעֶקס'.
*
איז עס אזוי געשעהן אין א געווענליכער פרייטאג צונאכט'ס ביי 'לכָה דודי' דער עולם זינגט די לידלעך מיטן שליח ציבור, איינעֶר זינגט מיט העכער, איינער שטילער יעדער לפי מדרגתו, טייל ברומען נאר הארמאניע, (לאו טאָן) אין טייל אידן כאַפן א בליק אין א ספר, אבער די שטארק-אויסגעדזשאָכעטע שווערע-אָפגעאַרבעטע אידן, כאפן סתם אזוי א 'לכו נרַננָה דרימל' וואס יעדע רגע געט ס'קעפל א פאַל אויף רעכטס און אויף לינקס...

איז אזוי אויך מיין 'אויסגעזשאכעטער' שכן ביים דאווענען געווען די וואך, ער האט זיכער געהאט גאר אַ שווערער וואָך, און רואיג געכאַפט אזַא דרימעֶלעֶ, און ווען עס איז געקומען ביי 'ימין ושמאל' ווי ער האט געכאפט אזַא טשיל אינמיטן דער 'שלעפל זיינער' וואס דער גרודער פונעם עולם מיטן קלאַפן מיט די בענק האט אים דערוועקט, און געשוואונד ער וועקט זיך אויף און ער שטעלט זיך אויף, און ער האט געמיינט אז מען האלט ביי 'בואִי בשלום' און אָאאפפסססס........... ער דרייט זיך אויס מיטן פנים צו מעריב, און איך לאַך מיך אזוי אונטער.... איך געב אים א גלעט אין 'זאָטל' יונגערמאַנטשיק מען האלט נאך ביי די ערשטע סטעפּ, ביי 'ימין ושמאל' מען שטייט פנים למזרח ביי דעם שטיקל.

און ער קוקט מיר אזוי אן מיט זיינע האַלב פארשלאפענע אויגן און ער כאפט זיך אן ביים שטריימל זיינעם און ענטפערט מיר: נאַאאא, עֶעעםם.... אָםםםם.... איך האב געוואוסט.... איך האב מיך נאר אויסגעדרייט ווייל איך וויל פונקט ארויסגיין, און 'וכך יאַללא' ער וואקט ארויס אינדרויסן, אין איך בין אויך ארויס געגאנגען אינדרויסן, מוראדיג אינטערעסאַנט, איך זעה ווי ער קומט אן אינדרויסן ביי איין טיר, און צוריק אריין איל שול דורך ס'אנדערע טיר, קומט אויס אז ער האט מקיים געווען דער 'בואי בשלום' דארט אויפן פלאץ.... נישט קיין חילוק ווי ער האט דאס מקיים געווען.

ער קומט צוריק אריין אין שול און מען דאַווענט ווייטער, דא האט אים געכאַפט דאס 'קדחת זיינער' ער האט אנגעהויבן ברויכן... אַן הכנות טאָן... אבער וואָס טוט מען, ער קען דאך נישט ארויסגיין אזויפיל מאל ביי איין דאווענען, איי ווער קוקט דען אויף דיר סיניש קיין פראבלעם דאס געלויפעכטס יעדע פאר מינוט, עס גייט קיינעם נישט אָן, עס זענען פארהאן אסאך יודישע קינדער וואס לויפן כסדר, ווייל די געדערעם ברענט, אז נאך ווי...

טא וואס איז די פראבלעם? אבער ער וויל נישט. וואס טוט ער דא? ער מוז דאך געפונען אַ וועג אַרויס, איז אים פייגעבאלן אזַא עֵצה. ער האט געגעבן אַ שמיר ארויף זיינע הענט אויפן נעזל ארויף, אזוי ווי די קינדער אין חדר טוען ווען זיי ברויכן 'טישאָס-טוילעט פעיפער', און מען בעט די רבי, אז מען וויל ארויסגיין, אזוי האט דער יונגערמאנטשיק געטוען גענוי ווי חדר יונגעל, שטעלט אייך פאר, "וואַט עֶן אֵיידיע".

זיין מזל האט גוט געשפילט פארשטייט זיך אז קיינער האט נישט געהאט פונקט קיין טישאס אים צו געבן אויף באָרג, דא האט ער געכאפט די געלעגנהייט בעפאר איינער דערמאנט זיך אז ער האט יא בטעות געטראגן און טאַש אביסעלע טישאָס.... ער יאָגט ארויס מלויפט.... אהה ווי לויפט מען, אההה דא בין איך געווארן נייגעריג, העסטו מיר זאגן אז ער וויל טישאס פונקט יעצט? קיינמאל טוט ער נישט דאס, האב איך אפגעמאכט אז מען גייט אים נאכוואקן, און איך בין טאקע ארויס אונטער אים ווי גאָרנישט וואלט געווען, ווי איך זאל ווען גארנישט האבן מיטגעהאלטן מיט זיינע מעשים דורכאויס איין דאווענען.

איך בין אינדרויסן, וואס מיינט איר, האב איך מיטגעהאלטן? יא איך האב מיטגעהאלטן ווי ער גייט טאקע אריין בית הכבוד, דורכן אריינלויפן אהין האט ער פארענדיגט זיין טוילעט פעיפער סקאנדאל, קיין 'טוילעט פעיפער' האט ער נישט געברויכט ווייל אינדרויסן הארט דערנעבן פון די בית הכסא איז געלעגן צוויי באקסעס 'טישאָס', אלא מאַי האט ער נישט געברויכט קיין 'טישאָס' נאר אן הכנות טאן... וואס איז די פראבלעם? דעס איז דען א נידערלאגע? אדער עפעס? פארוואס ברויכסטו פארווישן דיינע מעשים, מיטן ארויפשווערצן דיינע הענט אויפן פנים ארויף ווי א כיתה ה' יונגעל וואס שפילט אויס די רבי און חדר.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט די 'בואי בשלום' ווען די האסט זיך בטעות אויסגעדרייט, האסטו דען געמוזט אנטלויפן פון שול? און יעצט ווען די ברויכסט יא גיין 'הכנות', האסטו פרובירט צו איינרעדן קינד און קייט בשעת דעם קבלת שבת, אז די ברויכסט 'טוילעט פאפיר' אין געענדיגט האט זיך עס מיט א פשוטער 'הכנות', האט איינער א פראבלעם דערמיט? גיי געזונטערהייט.

*

און אזוי איז כסדר דא די מענטשען ,ווי מען קען מיטגעהאלטן אזעלכע קעיסעס.

למשל: ביי ספירה ציילן וועט איר זעהן ווי מענטשן ווען עס קומט נאך מעריב און די ספירה טעג, געט מען אזַא שפאַר אָפ די סידור נאָך 'עלינו' און מען פארגעסט זיך אז עס נאך דא א 'ספירה' ציילונג, און מען הייבט אן גיין 'טאועֶרד'ס ארויס צוגיין פון שול, זאל נאר איינער פרובירן צו זאגן פאר אזא איינעם, יונגעאמנטשיק איר האט נאך א ספירה צו אפרעכטן דא היינט נאכט! זאלט איר אויפפאַסן אז ער וועט זיכער ענטפערן 'יאָ יאָ – איך האב געוואוסט'... איי פארוואס האסו פארמאכט דיין סידור? נאַאאא ווייל ער קען עס פשוט אויסעווענדיג, און ער וויל עס אויסטרייען ווי מער.

*

אזוי אויך, ווען איינער וועט מאכן א טעות און זיך קלאפן 'סלח לנו' שבת בי מוסף, וועט אזא סאָרט יודל זיך נעמען 'באָכען און זעֶצן' ס'הארץ זיינע, אַז מען זאל חלילה נישט מיינען אז ער האט געהאט א טעות דא אדער וואס, איינמאל ער נעמט זיך 'זעצן' ווייסט ער שוין נישט ווען ער זאל אויפהערן 'זעצן', ווייל וואָס טוט מען אויב איינער הייבט יעצט אן קוקן אויף אים, און ער וועט נישט וויסן אז ער האלט שוין ביי די צענדליגסטע 'באָכע' און ער האט גארנישט געהאט קיין טעות מיטן 'סלח לנו', און טאמער וועט יענער זעהן אז ער 'באכעט און זעצט' נאר צוויי מאל, וועט ער חלילה יא מיינען אז עס איז טעות'דיגער 'סלח לנו' סקאַנדאַל, דאַן איז ער געצוואונגען צו געבן א קוק ארויס ביי די שטילע שמו"ע..... אין זיכער מאכן אז אלעס איז אונטער די פולע קאנטראל און מען קען זאפארט ענדיגן מיט די 'האַקעריי', אזוי איז דא א געוואלד מיט בעלי דמיונות וואס מיינען אייביג א דער 'פלאַפ' נעמט זיי אריין און דער ערד חלילה.

געענדיגט משוגעים עס איז שובבים און וועקטס ענק אויף!!

די 'פלאפערייזער' געב אויף מיט דיינע היסטערישטיקער שריט! און מיט דיינע געבוינזעמיינע פאוביעס! וה'פלאפעס במהרה יבלו! ואם לא, יתפרסם במלו!
_________________

אינפארמאטיוו: פאַרוואס טאקע איז 'שניי' די קאָליר-ווייס

מוששששי.......... קום אההההעעעער........... שנעעעעללל..........

קוק ארויס פון פענסטער... קוק דא........ קוק... סשנייט היינט...

עס איז לעבעדיג ביי די קינדער מ'זיצט מיט די פידזשאַמעס, ביי די פענסטער און מען וויל פון גארנישט וויסן אויסער דעם, אז זיי מאכן זיכער די שניי זאל ווערן העכער און העכער.. זאל שנייען אזוי א גאנצצן טאג... אנע אויפהער עס וועט זיין אזוי גוט.... העצן זיי זיך ארום די קליינווארג.

*

יעצט לאמיר ארויסגיין פון די וועלט פון די קינדער און לאמיר קוקן וואס מענטשען בכלל זאגן צום שניי.

* * *

איינע פון די סיבות פארוואס די מענטשהייט גלייכט באמת די מין זאך ווי 'שניי', איז, ווייל דאס קומט אראפ מיט אזא מין רואיגקייט, אז אלעס איז שטיל שא און ס'נידערט אראפ פון אזא ליכטיגן ווייסן 'שניי ווייסן' שיינעם הימל, אזוי שטאַטליך, יעדער שטיקעלע שניי אויף זיין עקסטערן ליניע. און אלעס ווערט באדעקט מיט א 'שניי ווייסן קאליר' ווי עס ווערט אנגערופן ביים המון עם 'די רואיגע שניי' ברענגט דאס טאקע אויך מיט, מיט זיך אזא לעבעדיגן רואיגקייט.
אפילו ביי די וועטער פאראויסזעהער איז די שפראך אנדערש ווען מען מעלדט שניי, ווי מען מעלדט סתם נייעס, צו ביישפיל ווען מען מעלדט א 'שניי אָנקום' ווערט דאס געמאלדן מיט א אויסערגעוונעליכן טריץ 'די ווייסע שטאָף' גרייט מען זיך אויף מארגן. זאגן זיי געווענליך אויכעט זייער אנקום ווען עזס וועט זיין, און נישט אזוי ווי מען וועט מעלדן א רעגן.
אין אזוי אויך וועט א 'שניי' נישט ווערן אנגערופן 'א שניי', נאר ווען עס פארמאגט די 'קאליר ווייס', און דאס טראגט די רואיגקייט מיט זיך. און מען וועט דאס אפילו נישט וולעלן רופן אייז. אדער עפעס אנדערש, עס האט א באזונדערע נאמען.

*

יעצט אויבנאויף איז זייער אינטערעסאנט, פון וואס באקומט 'שניי' די 'קאליר ווייס', עס איז דאך לכאורה צוזאם געשטעלט פון אביסעלע פארפרוירענע שטיקלעך וואסער, וואס דער הייליגער באשעפער שיקט אראפ פון הימל, און ווי עס ווייסט דאך יעדער איינער אז ווען וואַסער ווערט פארפרוירן, איז עס דורכזיכטיג, אין אזוי ווי עס איז בעפאר עס ווערט פארפרוירן, נישט קיין חילוק וויפיל וואסער עס ווערט פארפרוירן אויפאמאל, וועט דאס נישט ווערן די 'קאליר ווייס', נאר עס וועט בלייבן דורכזיכטיג, און נאכדערצו ביי 'שניי' ווען עס איז געמאכט פון אזעלכע קליינע שטיקעלעך, וואלטן ווען זיי זיכער געברויכט בלייבן דורכזיכטיג, אין פארוואס, אין וויאזוי ווערט דאס 'ווייס'.

און כדי דאס צו פארשטיין קלאר און וויסן פון ווי די 'ווייסע קאליר' ווערט געבוירן, וועלן מיר צוריק גיין א סטעפ, און קוקן אויף אנדערע זאכן, למשל פון ווי די מין זאך 'קאלירן' און 'ליכטיגקייט' נעמען זיך. און וויאזוי זאכן טוישן זיך קאלירן פונעם ערשטען מינוט וואס עס פארמאגט באמת א אנדערן קאליר.
ליכטיגקייט למשל: איז פארהאן צווי ערליי ליכטיגקייט, 1) 'וויזיבעל-לייט', איז ליכטיגקייט וואס קומט ווען עס ווערט אנגעצונדען א לעקטער. און אזוי ווערט ליכטיג. 2) 'אינוויזעבל-לייט' מיינט למשל 'ליכטיגקייט' וואס קומט פונעם בלויען הימל. 'נאטורליכע ליכטיגקייט' וואס איז ליכטיג, פון ווען אן די באשעפער האט באשאפן די וועלט.

*

יעצט למשל, וויאזוי פארבריצירט מען 'עלעקטריק' אז עס זאל שיינען, ווייסט דאך יעדער איינער אז די סארט זאכן וויאזוי זיי ווערן געמאכט איז פון atoms & molecules 'אטאַמס' דאס איז אזא מין 'סעל' וואס איז זייער זייער פיצל, ממש אזוי קליין וואס האט ניטאמאל א מאָס, מען קען עס נישט צוטיילן אויף צוויי. און ' מעלאוקאולעס' איז צוזאם געשטעלט פון געציילטע 'אטאַמס', ד.מ. פון אפאר 'סעלס' און עלעקטריק וואס מען פאבריצירט ווערט געמאכט פון די סארט 'סעלס'. וואס פארמאגן און זיך א ענרגיע פון ליכטיגקייט (און דאס איז אלעס וואס קומט פון אטאמס און מעלקאו.

איז אזוי אויך דא געוויסע סאָרט 'עלעקטעריק' וואס זענען געמאכט פון מאטריאל וואס וועט למשל דורכשיינען 'גלאז', אויף די זעלבע וועג וויאזוי עס שיינט ארויס פון די לעקטער. דאס מיינט אז די 'גלאז' פארענדערט גארנישט די שיין פון די לעקטער, עס האט די זעלבע סארט שיין. אפילו עס שיינט דורך א שטיקל 'גלאז'
און אמאל קען זיין אז די 'גלאז' איז געמאכט אויף אן אנדערן פארנעם און עס וועט נישט אזוי שטארק אדורך שיינען די 'ליכטיגקייט', אדער אפילו עס וועט יא אדורך שיינען, וועט דאס נישט זיין מיט אזא קראפט. ווייל די 'גלאז' איז צוזאמגעשטעלט אויף אן אנדערן וועג. און די בעסטער משל דערפאר וועט זיין 'קריסאטל', דאר סארט וועג וויאזוי מען מאכט 'קריסטאל' זייערע 'סעלס' איז געמאכט אויף אזא מין וועג, אז ווען עס שיינט דורך א 'ליכטיקייט', שיינט עס אדורך מיט א אנדערן קראפט פון וואס עס קומט באמת ארויס פון די לעקטער זעלבסט.

*

יעצט, אז אויב 'שניי' איז געמאכט, און צוזאם געשטעלט פון אביסעלע פארפרוירענע וואַסער, נו אויב אזוי ווען דאס איז פארפרוירן דארף דאס ווייטער בלייבן דורכזיכטיג, פונקט אזוי ווי 'דורכזיכטיגע גלאז', יעצט איז וואס לייגט אריין און די 'שניי' אזא סארט זאך עס זאל ווערן אויס דורכזיכטיג. און עס זאל באקומען די 'קאליר ווייס' און מען זאל נישט קענען דורכזעהן דעם שטיקעלע שניי. דאס הייסט ממש אזוי ווי 'קריסטאל'
יעצט, כדי דאס צו פארשטיין וועלן מיר צוריק גיין נאך אביסל; און מיר וועלן אפירנעמען 'אינדיווידזשועל' שטיקלעך 'אייז'. וויאזוי דאס ארבעט, און באמת איז דאס אזוי, אז 'אייז' איז נישט אזא סארט זאך וואס מען קען דורכזעהן, עס איז באמת אזא סארט זאך וואס מען קען טאקע נישט געהעריג דורכזעהן, אפילו דאס איז אויבנאויף דורכזיכטיג. קען אבער זיין אמאל אז עס איז נישט דורכזעהבאר. דאס ווערט אנגערופן transparent and translucent און אייז איז translucent, ד.מ. אז ליכטיגקייט גייט נישט אריבער אין א דירעקטע ליניע (direct path) די מאטריאל פון די 'אייז' וויאזוי עס ווערט געמאכט טוישט די 'ליכטיגקייט' דערפון. ווייל די געבוי פון די שטיקעלע 'אייז' ווערט געמאכט דורך די קליינע 'אטאמס' און 'סעלס' און עס איז אפגערוקט יעדע איינע באזונדער אביסעלע 'ממש א משהו', און דורך דעם ווערט די 'ליכטיקייט' וואס עס קומט ארויס דערפון ווערט גאר אנדערש נאכדעם, דורך די לופט וואס עס אנטהאלט און זיך צווישן די שטיקעלעך סעלס.

און דאס אלעס איז אויך ווייל ווען עס קומט זיך צוזאם אפאר ערליי סארטן 'אטאמס' און די סעלס ווערן א אנדערן קאליר און די ליכטיגקייט.

און אזוי אויך די זעלבע זאך ביי 'שניי', איז עס א צוזאמשטעל פון אסאך קליינע 'קריסטאַלע' שטיקעלעך 'אייז'. באהאפטן אינאיינעם, אבער א משהו אפגערוקט איז יעדע שטיקעלע 'אייז', קומט אויס אז איז דא אביסל לופט, און אביסל 'אייז' און יעדער שטיקעלע 'שניי'.

און אזוי ווען זיי לאנדען זיי אראפ אויף דער ערד, מיט א געמיטליכקייט, און צו דעם ווען ליכטיגקייט גייט ארויף דערויף, גייט עס אריין מיט איר שיין, און דאס טוט 'ריפלעקטן' ארום און די שטיקעלעך 'אייז', דורכן זייער ארום לויפן [די ליכטיגקייט] און די 'שניי', און ווען עס נעמט זיך צוזאם די ליכטיגקייט אקעגן די 'שניי' קלאפט עס צוריק, און עס ווערט פאראורזאכט אז די קליינע 'סעלס' טוישן די קאליר פון דורכזיכטיגע שטיקל 'אייז' צו א 'ווייסע קאליר' וואס ווערט אנגערופן 'שניי'.

וכן יאמר 'כַשלג ילבִּינו'....... והאָדם בשכלו 'יבִינו'......

קאָסטומערס אָללוועיס רייט ? ק-י-י-נ-מ-א-ל !

לכבוד מיין הויכע אויסגעֶפּרעצלטעֶר 'בעלה בשר.. כמיין באלעבאס' מיט דיינע ברוינעם הויזן טרייגער.

אזוי ווי דו ביסט נישט און אפיס געווענליך אזוי איבערן טאג. רעדן רעדסטו מיר איין אז די ברענגסט ביזנעס, און איך הרג'ע די ביזנעס.
נישט קיין חילוק ווער עס איז גערעכט, ווייל איך גיי מיר מיט דיר נישט אויסקומען סיי ווי סיי, איך קען סך הכל אריינשמעטערן אין קרעטשמע און שאקלען לולב, און אויס שאקלען מיין אנגעפולטע הארץ מיט קללות נמרצות.

עניוועי.. דו שריי ווייטער 'קאסטומערס אללוועיס רייט'

לאמיך דיר מיטטיילן א ביסל פון מיין טאג, איין פאון קאלל אינגאנצן.

*

טררררררררר........ טררררררררר.......

מר. שלענמאן, איז אן די ליין, קען איי טרענספער די פאון?

איי עם טרענספערינג... זאגט זי די סעקרעטארשע. (וואס איך הער זאגן אז זי ארבעט עפעס יא, אפגעזעהן וואס זי האלט שוין ביי די 'ביליאָנסטע סקאָר' אין די געים וואס זי שפילט כסדר אויפן קאמפיוטער)

בלית ברירה הייב איך אויף דעם קלונגענדיגען טעלעפאן, ווען אינסייד אין מיין 'מיינד' האב איך שוין געהאט א פילינג, אז עס איז טאקע דער קאסטומער וואס האט געווענליך די נויטבאטרעפנדע וועגן וויאזוי צו 'רייטן' אויף סיי וועמען מיט א רואיגקייט, און עס שרייט אין מיין קאפ, ניין ניין ניין, אז דו ווילסט נאך אהיימגיין מיט א נארמאלן קאפ היינט, הייב נישט אויף. אבער פארט דאס איז נישט דער וועג, מען מוז קענען אויסהאלטן אביצקעלע.

ער האט זיך צוגעגרייט פון פאראויס אז ער זאל מעגן קריכן אויף די נערווען דורכן שיקן בעפאר 'א לופטיגער צעטל' כמיין.. אן אימעיל, אז ער איז זייער שטארק צופרידן פון די ארבעט וואס איך האב אים אהער געשטעלט. אין ער איז שטיל פאר א מינוט. (.......)

האב איך דען נישט געוואוסט וואס עס קומט תיכף נאך די שטילקייט?
תיכף דערנאך קומט אין די פאון קאלל וואו ער גייט זיך אפרעדן!
אוודאי האבעך געוואוסט, די ווילסט שפילן גוטער מענטש?

די אנגע'עצבה'טער אידל מיט דיינע צוריסענע עצות שטענדיג. אייביג אויף אן אנדערן סטייל, וויאזוי צו קריכן, טו דיך אויס דיינע 'סניקערס' אדער דיינע 'עס עי עס' שיך וואס די פארמאגסט, פאר די קריכסט ווייטער. נאכאמזל איך זעה דִיכניש פאר מיר, איך וואָלט דיר אריינגעשטופט א צוויבּל אין דיין פּיסקל. אדער חרוב געמאכט דיין אימעיל סיסטעם.

האסטו געהערט אזאנס?

ווייסט איינער פארוואס אייביג דער זעלבער מענטש ברויך מיר אויפרעגן, ער שיקט מיר זיינע איבלדיגע אימעילס, מיט זיינע נאטיצן אויף יעדע זאך. אייביג איז עס דער מענטש וואס מיינט אז מענטשען זענען באשאפן געווארן אים צו באדינען, דאסמאל בין איך דער קרבן זיינער, אונטער זיינע גאָפּלדיגעֶ הענט ביניך אריינגעטראסקעט.
אזוי גרונטליך מוז איך שטענדיג דורכליינען זיינע גרייזיגע הערות, אז ער מאכט פשוט זיכער אז יעדער שורה זיינער איז געשריבן מיט הונדערטער מליצות, אוואס? א רחמנות צו זאגן אזוי... ער דרייט א טשאָלענט. אפשר קענט איר מיר מסביר זיין מיט א געהעריגן הסבר, עס איז 'מסמר שערות כּלב', וויאזוי א יוד קען זיין אזוי משוגע אין פוסטע הבל אימעיל 'איך וואלט עס ווען אריינגעשמיסן אין ספאם אריין' זיינע אימעילס וואס קומען ווי אן אנגעשטעלטער מאשין, ווען עס איז ווען דא אזא מעגליכקייט וואלט איך דאס שוין געספעמט. ער איז פארט א קאסטומער מיינער, עקטשעלי מיין באלעבאסעס שמוץ וואס רופט זיך קאסטומער. קאן איך נישט.

האסט אמאל געדיעלט מיט א קאסטומער דורך אימעיל? ווייסט איר זיכער וואס איך באריר דא.

האב איך פאר אייך נישט קיין נייעס, איך וויל רעדן צו די אידן וואס האבן דאס נאכנישט פרובירט און דיסקאווערד. איך בעט אייך איר זאלט דאס נישט נעמען גרינג, עס איז ממש א סכנה צו זיין און קאנטעקט מיט די סארט חברה, ניטאמאל שטיין מיט זיי אויף איין 'טייל' ווי עס זאל נאר נישט זיין. עס איז פארהאן אזויפיל ערליי סארט מענטשען וואס איך האב שוין באגעגנעט און ביזנעס וועלט. אבער דאס איז ממש א 'סעמפל פאַר פרי'

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א 'פלעינער' מענטש, פלעין? קורץ געזאגט, פיצי געזאגט. א 'פשוטער' מענטש, ממש 'פלעין' וואס אויבנאויף איז ער אויפן פנים א זעלבסטשטענדיגער יודעלע מיט א מיינונג. ער ווייסט וואס ער וויל און וואס ער רעדט, געווענליך זאגט ער נישט איבער יעדע זאך מער ווי איינמאל, ער זאגט נאר איבער עפעס ווען ער וויל קלאר שטעלן אז איך האב אים פארשטאנען, 'על צד הפארשטיין'. און טאמער וויל איך אנהייבן צו פרעגן וואסערע סארט מין קשיא, ווערט ער מיין 'טיטשער' און ער לערנט מיר מוסר וויאזוי מען דארף אנגיין, (האללא איך האב דיר געבעטן א שיעור יעצט?) גייט ער צוריק צו די ארבעטס שיעור, און ער איז דער וואס טרעינט מיר וואס מיין דזשאב איז. האסט געהערט אזאנס? מען האט מיר געהייערט אז איך זאל עס טוען, און דא קומט ער און ער הייבט מיר אן איינטיילן וואס און ווען מען ברויך אין מען דארף טוען דא.

פון א 'פלעינער' מענטש ווערט ער א 'טיטשער' ער קען שוין געבן 'קלעסעס' נישט קיין חילוק וואו און וואס, ער איז א 'שמאלץ ווייסער'.

יעצט לאמיר זאגן אז איך וויל אנהייבן צו פארשטיין וואס ער רעדט, און כדי מיר געבן מער קלאר צו פארשטיין געט ער זיך א 'באַקלעב' ארויף אויף מיר 'ווי א בּאָבּעֶל גאָם צו אַ סנִיקעֶר' קלעבּט ער צו מיר.

ער ווערט פון א 'טיטשער' א 'וואָרעם' ער גייט ממש ממדריגה למדריגה, ממש ער קריכט מיט אזא מין זיסקייט אזש די לייצעס הייבן אן צעגערן פאר אביסעלע רואיגקייט פשוט, און דער איז נאכנישט פארטיג מיט זיינע נאטיצן. ער וויל נאר קלאר מאכן מיט זיינע עצות וויאזוי אלעס צו פאררעכטן עס זאל זיין כשורה. און ווער ווייסט דען נישט אז ער איז א מיטל-יעריגער פארשוין וואס האט אייביג די לעצטע ווארט איבעראל און טאקע נאר ער איז דער 'אלס ווייסער' און טאקע נאר ער איז דער מיטן 'שכל הפיוטשער' און ער ווייסט אלעס אלעס אלעס...
איי? ער ווייזט מיר אויף זיין רוקן אויפגעהאנגן א צעטל "קאסטומער אָללוועיס רייט", בשעת ווען איך האב אנגעהויבן ברומען מיט א ספאנישער תנועה, גענוג זיך 'געֶוועֶרעמט-געקראָכן-געוואַרעֶמט', אויף מיר רעבּעֶלע האסטע שוין אויסגענוצט דיין צייט, מיט דיין שפאציר אויף מיין קאפּ. לאז א צווייטן יעצט נעמען א 'טור' דארט.

ביסטו דען א קאסטומער? אדער א טיטשער-קריכער-ראטגעבער, כמיין עצה געבער...?

די ביסט מיר גארנישט א קאסטומער, אויסער דעם וואס די נעמט מיר אוועק די אפעטיט פון ארבעטן ווייטער, און אויסער דעם וואס איך פארליר מיין צייט פון דיינע שפילערייען.
גענוג געווען מיט די סארט קאסטומערס!

יצעט געב מיר מיין באנוס...! די פּרעצל מיט דיינע ברייטע הויזן טרייגער!

פשיהַא, דער מוז זיין אן עושר... ר'קען זיך ערלויבן.

וואס איז דאס דער סטעיטמענט. פון ווי שטאמט דאס? קען איינער מיר ארויסגעבן מער איינצהעלהייטן פון ווי מען האט געקריגן דער לאזונג אין אזוי ווערט דאס געזאגט אין געזאגט אן קיין שום בושה.

אֵיי מין, קאָם אן. ווי גאַטטע נאו, פראָם וועיר דעי פִּיקד אִיט אָפּ.

פון ווי איז געקומען צו גיין די געזאגאכטס, איך וואנדער איך קלעטער אין אלע אשכולות אנגעהויבן אין שפראך אשכול. אין יעזורו.

נו אפשר 'מיללער' וועט עפעס האבן זיין מיינונג דערינען, ניין גארנישט. אפילו ר' זארעכ' האט אויך איבערגעהיפט דער נקודה מיט א גלייכגילטיגקייט. 'יענטאאש' פרעג איך ניטאמאל ער וועט נאך באלד זאגן אז איך האב א רויט געלען ווארצל אויף מיין אויער, אין 'איך הער' נישט גוט וואס זיי זאגן אין באמת זאגן זיי נישט די זעלבע סטעימענט יעדעס מאל. וועל איך וואנדערן צו זיינע שאף 'מאשקע' מיט זייענ חברה. יאנאש'ס געהילפן. 'איך הער יא גוט!

האללא 'יגר' ווען די האסט גערעדט צו 'קרעמער' בענין פון נאכזוכן די איבריגע חלקים האסטו נישט געקענט פויעלען ביי אים'ן אז ער זאל דאס אויך אינזין האבן. הא? איך וואלט דיר ווען באפאלן, אבער קאם אן אזויפיל חברה זאלן דיר באפאלן אין איין וואך. נאאא איך האב עס נישט געקענט פשוט טוען. אדער אפשר בין איך דיר דן לכף רשות אז די האסט געוואלט אז מען זאל דיר דערמאנען אזוי ווי 'צייטליך' זאגט געווענליך אין אזעלכע אומשטענדן.

ווייסטו וואס איך האב געקלערט צו טוען. איך וועל עס דערמאנען ברמיזה, אין ר' 'ירא שמים' וועט אויסציען א לאנגס ראין א ברייטס לכ' שוררים ת"ת.


איז אזוי: וואס וויל איך דען זאגן דא? מה אני מבקש? את זה אני מצטער.

די מעשה איז אין קורצן אזוי צו זאַגן. איך האלט שוין נאכן קאווע אינדערפרי פארן דאווענען, איך ענדיג צו מיין לעצטער מאל א דריי צו געבן די נאכנישט אויסגעטרוקענטע פיאות, איך יאג אריין צו מיין מנין קבוע אין דער בעל תפלה זיסער שטייט שוין מיטן ליכטל מורמלענדיג דערביי ר' ישמעאל אומר.... היינט ביניך גראדע גאנץ פונקטליך. מיטגעכאפט מיטן בעל תפלה. ער האט שוין אפילו אפגעזאגט די הויכע שמו"ע. מ'איז שוין ב"ה אנגעטאן מיט די ר"ת תפילין. יעצט ווארט מען נאר אז ער זאל אויסלאזן עזרינו... אלקי ישעינו...

ער שטייט שין אפילו מיטן ספר תורה אין האנט. טייל קישן אין טייל... ?

אפפפפס דער שמש'ל איז ביים בלעמער, העעעעעעי פון ווי איז ער ארויסגעוואקסן דארט? העעעעי 'פיצי וואן' איז ער דארט געווען א גאנצן דאווענען? יוששש איז ער גוט, א וואקס ארויס צום ליינען. וואס ליינען? אאהה מען האלט נאך בעפאר. איך קוק צו צום מצב. אין דער קליינער שרייט.


צ-ו-ו-י-י ט-ו-י-ז-ע-נ-ט א-י-ן מ-צ-ו-ו-ת. ד-ר-י-י ט-ו-י-ז-ע-נ-ט א-י-ן מ-צ-ו-ו-ת.


וואס איז דער סטעיטמענט? יעדער קוקט פנים לשמש אין ער זאגט דאס איבער צוויי צו דריי מאל. און דערנאך געט ער א ברום אפ.
צום צווייטן מאל... אין צוווםםםםםםם................. דריטן מאאאאללל. קלאטש!!!

אהההה יעצט קען מען רואיג גיין ליינען לאמיר אים הייבן א האנט.

נו ווער האט עס געקויפט?

וואס האט מען געקויפט, אין פארקויפט.

אההה די ווייסט נישט? די מצצצצצצווותתתת!

האב איך געוואלט זיכער מאכן צו איך פארשטיי פונקטליך אלעס וואס דא שפילט זיך אפ פארנט פון מיינע אויגן. פרעג איך אזוי מיין שכן וואס ווייסט אייביג וויאזוי די סליחות עשרה בטבת גייט צו. ווען א יעדער איז גוט צומישט וויאזוי מען זאגט פאָר די פזמונות.

'הער שפירקעל' וואס איז דא געווען יעצט? פרעג איך אים. וואס האט געמיינט ווען דער איינגעדארטער יודל מיטן אויסגעוועטשן פושקע איז געשטאנען אין געברומט ביים בלעמער 'צווויייי טויזענט אין מצצצצוותתת' "טעֶל מִי מאָר אבאֵייט אִיט".

זאגט ער מיר: אהההה. נאכאמאל די זעלבער קנאקיאנקעל האט עס געקויפט? וואס, האק איך אריין. אההה די ווייסט נישט? דער אורח מיטן אויסגעוואקסענעם געסטרייפטע רעקל מיט די פלאָרשיים שיך וואס שפילט ראה"ק, ער קויפט זיך אן מיט די עליות יעדע מאנטאג אין דאנערשטעג. מען קען געהעריג מיינען אז ער איז שטאטס עושר. ווער ווייסט? וועסט אויפפּאסן אז ער שטייט ביי די בלעמער שוין פון קדושה אן. ער טוט זיין דזשאב ערליך ער פוצט אפ די בלעמער פון אלע טלית בייטלעך אין ער מאכט דאס גרייט צו קענען ליינען ער מיינט אז קיינער כאפט נישט אז ער וויל מיט דעם זיך אהינשטעלן כדי צו קענען אויסקויפן די עליות.

שטייי דארט די באַטשי איינער. ווער איז דען דא צו אויסקויפן. מען קויפט און מען גייט ווייטער.

ער בלינקט שוין מיט די אויגן צום שמש'ל ווען ער האלט נאך ביי 'טויזזזזזענט אין מצצצצווות' ער בלינקט אים זיינע ליבליכע שטראלן אז יענער זאל אים דאס שענקען גערן אן ארויפציען צו ווער ווייסט וואס. קויף עס געזונטערהייט!

"צווויייי טויזזזזענט אין מצצצצוות".....

געוואלד, העלפט מיר וויינען נאך מיין באליבטן....

נעעעעעבעעעעעעךךךך............ ער איז אומגעקומען...............

אזוי יונג? יוששששששששש ממש א רחמנות.

עס לאזט זיך נישט גלייבן ממש גארנישט געלעבט אויף דעם עולם הזה'דיגן וועלט. לאמיר זיך אביסעלע אומקוקן וועם מיר האבן נאך דא. מיט וואס זענען מיר געבליבן דאנעט אויף די וועלט. פשששש אזוי יונג. ממש אן אבידה. א רחמנות עס איז זיכער נישט געוועון זיינע חטאים אויף וואס ער איז אומגעקומען, עס איז מן הסתם פון אונזערע חטאים, נאכדערצו מיט אזא מיתה משונה מאוד.

היי וויי וויי ווער קען דאס דערהייבן?

נארוואס געלעגן אינעם באקסל צו ווערן אפגעשיקט פון יענעם עק וועלט אראפ צו קומען אהער צו אונז דא, און שוין איז ער נישטא, פששששש....... ממש פאר צוויי וואכן צוריק האט מען נאר גערעדט אז עס גייט קומען אין ער גייט אט אט גייט ער דא זיין.. און יעצט רעדט מען שוין נאר דערפון פון א לשון 'עבר', דעעעעערנאאאאאאך! נישטא, אין כאן כלום במה להתחזק. ער איז נישטא!

וויאזוי איז דאס טאקע געשעהן? ווי קאן זיין ער זאל אזוי פרי אומקומען? אזוי פארשניטן געווארן. עפעס א סיבה מוז זיין דערביי. איז ער דען געווען קראנק? נאאאא, נישט וואס איך ווייס, עטליסט די גאס האט גארנישט געשמועסט דערפון. אפשר א אינטערנעל קראנקהייט וואס קיינער האט נישט געוואסט ביזן טאג פונעם טראגעדיע. האו נאוס.... נאָבאַדי נאוס יעט.

לאמיר אריינקעלרן אביסל וואס האט טאקע געקאנט פאסירן. אוי געוואלד... איי וווייי עס ברענט..... אזוי איידל באדינט די באלעבאססס זיינער אין דא איז ער מיר נעבעך אומגעקומען..... איי יייי ייי........

מ'האמיר נאר וואס אפגעמאכט ביי די פארגאנגענעם מיטינג פארן גיין שלאפן, אז מען גייט באשטעלן דער מאשינקע, גענוג געווען מיטן בארגן יענעמס, מען גייט זיך עפארדן א אייגענע מאשינקע, מ'האט דאס באשטעלט פון יענעם עק וועלט טאקע, דורך די 'איבעי פראגראם'. וואס איז ליידער שטארק איינגעריסן היינטיגע צייטן, אין אזוי ווי עס ברויך קומען פון יענעם עק וועלט'ל האט מען דערפאר איינגעשפאנט די יו. פי. עס. פירמע וואס זיי טוען דאס גערן פאר אפאר טאללער זיי ברענגען אין טראגן פעקלעך פון איין עק וועלט ביזן אנדערן. טָא פארוואס זאלן זיי דאס נישט וועלן טוען פאר אונז אויכעט? נו אוודאי וועלן זיי דאס טוען. באצאל וועט עס ווערן געטוען.

מען האט אויסגעשטעלט די אינפאראמציע ווי אין ווען דער פעקל זאל געבראכט ווערן די דעסטאנאציע אינדאס גלייכן.

יאללא, געשפרונגען צום פענסטער אויפקוקן פאר די נעקסטער יו. פי. עס. טרעקל וואס וועט ווארשיינליך אראפקוילערן ס'פעקל, וואס איז דען דער פעקל? גאר א קליינער זאך א מאשינקעלע וואס רופט זיך 'סעלפאן בלע"ז' וויפיל קען עס שוין וועגן? נעעע נישט קיין סך.. נו אויב אזוי וועלן זיי דאס זיכער ברענגן די ערשטע רגע ווען זיי באקומען דאס. אזוי האבעך אפשר געוואלט, הא?

הנה זה בא, דער סעלפאן איז ב"ה דא, חחחחאאאאסססדי האששששעעעם... שוין אנגעקומען, א גרויסער שכח פאר יו. פי. עס. פארן ארויסהעלפן מיט די ארבעט. אין דער סעלפאן איז שוין אריין אין באנוץ פארגאנגענעם וואך אנפאנג וואך תיכף ביים זמן מוצ"ש. ער ארבעט פלייסיג ס'טוט זיין דזשאב ער שיקט סיגנאלן ווי אומער מיר ווילן, ער אנטהאלט מעסדעזשס. אלעס קלאפט ווי א שווייצער טעלעפאן.

איי וויי וויי ווי זענען מיר דא פארפארען? פששששש הוי נעבעך.... ווילאנג וועלן מיר נאך יאמערן דערנאך... ממש אין שכחה לזו האָסון... עס גייט נישט ארויס פון קאפ....

נו וואס האט פאסירט? אההה בינעך געגאנגען הכנות אזוי ווי יעדן טאג. אין........ הוי ווייי וויי עס קומט מיר שוין די שטיק.... איך האב מיך אראפגעבויגן צו קענען א פלאָש טאן..... אאאפפפפפססס 'ויפלשו' ער האט זיך מיט געפלאשעוועט... אין...........? נישטָא מער..... איננו!

הוי געוואלד ער האט זיך מיטגעכאפט מיטן ווינט וואסער, זיך אריינגעדרייט אין מיט געקוילערט אינעם תהום אריין, געוואאאאאלד "סעלפאן זיסער" ווי פליסטו דארט? די ךאזט דא איבער דיין בעלעבאאאאס אזוי איינזאאאאם, האאאללא מר' סעלפאן האלט א מינוט, איך האב נישט געגעבן רשות. האב איך דען יא? קום אהער........ וואס גייט דארט פאר? ער איז שוין נישט דא............ שוין לאנג אין...

אוי... איך קען שוין נישט..........

בלע הסעלפאן לנצח....

מוחל טובות: געֶניש קיין סאַפּפער, אָבער האַרגֶע מיך נישט.

שרה יענטי קומאַהער שנעעעעל.... ברענג מיט די מאַפ מיט דיר, ניין ניין נישט די גאנצע מאַפ.... נאר די שטעקן דריי עס אראפ שנעעעעעעל פון די אונטערשטע שטיקל פון די מאפ. נוווו ברענג עס שוין..... נאָאאא.

איך זעה ווי 'חזקי' איז אראפ געבויגן אונטער'ן גרויסן פליישיגן פריזער און ער זוכט אין זוכט עפעס דארט. זיין טאַמעגאַטשי? נאא. ער האט דאס שוין אויסגעוואקסן. וואס גייט פאר? וואס זוכט ער אזוי קריטיקעל. ער וויינט דארט. ער האקט אריין זיין שיך אין די פלאר פאר כעס.

שרה יענטי: חֶזזזזקי... יוששש - מעסאַרִררררי.... ווען זי דרוקט שטארק ארויס די 'רֵיש' מיט ס'מערסטע מאָס געגאָסענעם כ'ענגליש. טיפיקעל 'טוירד גרעֶידער', איך קען נישט יעצט, איך האלט אינמיטן סטאָדיען פאר א פיינעל-טעסט. און אין... אין... אין... נעקסטע וואך איז ריפאָרט קארדס. אָםםם אָםםם... סאו פלללליז באַדער מיך נישט יעצט חזקי.

קום שוין יענטי! באפעלט 'חזקי' מיט א שטרענגערע טאן.

פליזזזז איך קען נישט... לאה'לע גיי דו, העלף אים...

לאלה'לע: כ'וויל נישט, עער האט עעםםם...

דא האט זיך מיסיס זעמלאן אנגערופן צו די קינדערלעך, נו קינדער! פארפירט'ס נישט דארט, קריגטס ענק שוין נישט ארום, 'חזקי און לאה'לע' הערטס אויף צו שרייען. חַנצי גיי אריין אין בעט, אויב גייסטו נישט יעצט אריין אין בעט באקומסטע נישט קיין ריסעס מארגן. (חנצי: מושי האט זיך נאך אויך נישט אויסגעטוען..)

שששאא..... איך קען נישט הערן קיין איין ווארט אויפן טעלעפאן, שרייט מיסיס זעמלאן נאכאמאל אויף די קינדער, בשעת ווען איר 'טוירבּאַן' איז ארויפגערוקט האלבוועגס ארויף אויפן אויער, אין די פריש ריטשארדזש'טען קארדעלעס אין איר לינקן הענט. אין מ'רעדט פון די גרויסע 'מעיסיס ספעשל'.

ענדליך האט 'חזקי' זיך אויפגעהויבן פון דארט, די זוך אקציע איז געקומען צו א מאסיווער ענדע. ער האט באוויזן צו ארויסשמאגלן זיין פארלוירענעם 'קאָגעלע' וואס ער האט אזוי געזוכט דארטן. שמוציג איז אים די קאַפל ווי נאכן בויען א בודקע און קעמפ. האַקענדיג מיט א שטיין צובויגענע ראָסטיגע נעגל, אבער. הִי גאַט איט דאָן! דער 'קאָגעלע' איז בעֶק טו יוסִידזש!
איך גיי מיר אריין און דיינונג רום עסן 'סאפפער', היינט בין איך געקומען צום שוויגי. איך האלט אבער אביסל מיט ווי די געשרייען אין די נעקסטע שטוב און 'פלעי רום' שלאגן זיך די קינדער ארום, עס גייט די טענער העכער און העכער. 'יעסס פּאָלי-פּאָלי פּאַך-פּאַך' שרייט חֶזקי... ווייל ער איז שוין גרויס ביי אים קען אלעס זיין 'כָּל החומרות', 'נאו פּאָלי-פּאָלי פּאַך –פּאַך' בעט זיך איין ביי אים דער קליינער מושי. ניין 'כל הקולות'. מען שפילט זיסלעך ווייטער, די קולות גייען אודךָ איך שפיל-נישט מיט-דיר, מאך איבער 'טשענדזשיס'. העי האסט אויסגעלאזט פָּץ. ביסט א טשידער! אייביג מיינסטו אז די דארפסט געוואונען. געב עס אהער די גאַאאאאנעב, געב אהער. עסט כאפן. מ'סטראשעט זיך איינער דעם צווייטן מיט אז מען גייט זיך אנבויק'רן. אין דא האט זיך געענדיגט מיט די שפיל.

איך זיץ מיר אבער אזוי געמוטליך איך עס מיין 'פלעיט' היינט איז דא 'טשיקען קאָטלעטס' אין די זייט איז שוין דא די 'סייד-דיש'. היינט איז גוט. עס איז געלונגען גאנץ קריספּי די 'קאָטלעטס'. 'אֵיי קעֶנט רִיללִי קאָמפלעֶין – ריגאַרדס אִיטס קאָלד עֶס עֶי פִּיס אָף אֵייס' משלונג'מער נאכאנאד שטיקער. דא ווערט עס אביסל קאמפילצירט מען ברויך נוצן די האלב אויסגעוואשענעם גאָפּל. וואס די פיצי שוועגערין האט אריינגעברענגט אין ארויפגעטראסקעט אויפן טיש ארויף.

איך עס רואיג ווען אויפאמאל. אֵייייטטששש.......... העֶעי.... וואס איז דעס געווען? א זעץ אין מיין 'היטל' אריין. אֵייטטטטשששש..... נאכאיינס, וואָסִידאָס? וואס גייט דא פאר? עס האגעלט אריין שטיינער. פון ווי? ס'קען נישט זיין, איך האב דזשאסט געהערט אז מען האט איבערגעבויט דא. דאן האב איך הערשט באמערקט ווי דער קליינער/גרויסער 'חֶזקי' האט מיר געוואלט צייגן וויאזוי ער קען שוין 'דזשאָגלען חֵף', ווואָאאאאָאָםםםם..... ווווואאאאַאאאאפּפּפּ..... אריין אין מיר אריינגעדזשאגעלט... נאך א מזל איך האב געהאט פאָטעטעס אין מיין היטל.

נאך איינמאל גייט ער טרייען, יעצט קומט 'על-יד חֵף' אדער 'פאטש חֵף' נאך פאר איך האב געהאט אן אַפּשעֶן פון זיך אוועקדרייען. פון די דזשאגעלדיגע קאגעעלעך איז געפלויגן נאך קאָגעלעך אינעם גאנצן דיינונג רום. אין אין מיין טעעלער עסן. סאיז צופלויגן די עסצייג אויף אלע זייטן. אזש מען האט געקענט מיינען אז ער האט דאס אוועקגעטראסקעט פאר כעס פון 'פּאָלי-פאָלי-פּאַך-פּאַך' תקנה. וואס דער קליינער מושי האט געוואלט איינפירן. "טערעסאנט. ווייל איך געדענק אז מען פלעגט נאר האבן 5 קאגעלעך, אין ר'האט עפעס געהאט א גוטע פאר שטיק"

דא האך מיך צוזאם געקלאבן אין אפגעעענדיגט מיטן סאפפער. איבערלאזמדיג די קאלטע קאטלעטס. צושמירט מיט פיקל זאפט. אנגעווארפן מיט קאגעלעך ביניך געווען. פון 'היטל' ביז 'פיס'.


האמער א גוטע נאכט שוויגי.

אַנדרלמִוסיא ! ~ נאכ'ן גוי'טע קלִינִינג ~

מאָטכע.

יא?....

וואס זיכסטו דארט?? ........

גארנישט, ס'גוט....

וואס ביסטו אזוי נערוועז??

איך בין נערוועז?? אבי גערעדט, איך בין נישט נערוועז !

איך זוך סכך הכל מיין סליפערס פאָר די לאָנגעסט עווער...

נו וואס איז ? איז עס נישט אויפ'ן פלאץ?.... הא?... מאָטכע.. הא???

.....פ-ר-ע-ג שוין נישט אזוי פיל קשיות, ךךאךךך ווי איז מיין סליפער'ס... ווי ליגט דאס? נא!!

וואס גייט דא פאר?? שוין געענדיגט מיט די חנוכה געגרעבעכט'ס, מען האט מיר שוין באהאלטן די פידזשאַמעס פאָריגע וואך, און דערנאך האב איכעֶס, צוריק באקומען איינגֶערעפּט, ביי די חנוכה גרעבעג.

נו ס'שוין ווייטער דא? יעצט קומט א וועכענטליכער גרעבעג? מען גייט מיר דא באהאלן מיינע זאכן ?

נננננננננווווווו....... ווי אזוי שוין די סליפער'ס.... ביזטאַ מבין! איך מוז עס האבן....

אהההה איין מינוט, וואס איז היינט?.......
אהההההה......... היינט איז נישט מיטוואך??
יא יא זיכער, עס איז מיטוואך היינט, שוין דא האסטע דעם ענטפער...

אהה די "קלינינג-לעדי-גויטע" איז היינט דא געווען.
אאאאאיך כאפ שוין, זי האט מיר ווייטער אריינגעשמיסן ס'פאפאָטש אונטערן בעט, די אנטסעמיטס'ע וואס זי איז, זי מאכט דאס און נאו טיים... א שמאַס אריין, און דָ'סִיזעֶס.... "וליהוי ה'פאפאטשט לעפרא דארעא"....

יעדער וואך דער זעלבער געים, מען צאלט שווערע געלטער פאר א "גויטע", אלעס זיי זאלן מיר אריינשטופן די פאפאטש אונטערן בעט, ערגעץ ווייט ווייט, נאר דארט ווי די שטויב קומט אן. אז נאך פאר איך הייב אן טראכטן, פון מיר אריינבייגן ס'אהין ארויסנעמען, נעם איך מיך הוסן, און סניסען, ווייל די "דאָסט און די שטויב" זענען זיך שיין מכבד מיט מיין נאז... און זיי נעמען זיך צוזאם און טאנצן א לידל פאר מיין פלאַפּ... און דערווייל קען איך סניסען... און מיין פאפאטשט איז נאך אלס ווייט ווייט אוועק, אלעס פון די "גויטע'ס" שטרענגע ווערק.
מיר איז איבער גענוג, אז די קליינווארג טרייבן דאס אריין ערגעץ ווי, און "טוי-באקס" אריין. און מען קען עס פארגעסן פון דאס האבן, ביז מען גייט די נעקסטע מאל שפילן און אויסגיסן די טויס-לעגאו'ס, און מען וועט זיך אריינזעצן אינעם "טוי-באקס", און ס'וועט זיין אן איבריגער ארטיקל אינעם "טוי-באקס", וועלן זיי דאס אוועק שטעלן.. און צוריק געבן די אבידה.


עעעעענננדללללליךךךך. איך שטעל מיך אויף, איך כאָשוין די סליפער'ס... יעצט וויל איך גיין נעמען מיין ווייער'ס, די ריטשארדזשער'ס, פאר מיין טעלעפאן ,און מיין "בלאָ-טאָט".
יא. יא. קענסט זיך עס נעמען זוכן, סך הכל וועט די לעצטע פלאץ זיין ערגעץ גוט פארקניפט אלע ווייערס, בכוונה פארדרייט איינס און צווייטן, ערגעץ און א לעדל וואס מען עפענט קיינמאל נישט, נאר ווען די קינדער שפילן שבת נאכמיטאג "הייס-און-קאלט"...

די פוילשע דרעקעס! !

זע קומען צו גיין פון ס'ווייטן פוילין, און ווער ווייסט אלס פון ווי, און זיי שטעלן זיך אהער ווי "באַר בִי קיו" חברה, בעסערע מענטשען, זענען זע מיר...

גארנישט זענען זיי נישט ווערט, זיי שווערן זיך, ביי זייער ברוינעם אפגעריבענעם קויט, אז זיי האבן ריזיגע נכסים ביים בארטן און פוילין... נאאא, זיי האלטן אויף אן האָטעל און די גרויסע שטאט וואַרשא, און זיי טויגן צו אלעמען... און אפילן צו וואשן, און נייען, און צוזאם לייגן וועש.

נו אויב אזוי זאג די בני בית, אההה אז די קענסט יא.. נו גוט, העמר איר געבן צו אויפציען בעט געוואנט, שוין! ויאיצו... מגייט אויפציען ס'בעט געוואנט, פארשטייט זיך דאז ליילעך אריין צו ארויף לייגן נעמט א שטונדע צוויי, ווייל די "גולם פון אתה-יצרת" האט נישט די אייגענע דעת, מלייגט ארויף איין זייט ליילעך, און אפפפפסס, עס פאָרט תיכף אראפ, ס'אנדערע זייט, און אזוי אודך, זיי הייבט אן מיט אירע "הייסע שעפשע קללות"
"דאָבזשֶע נִיברַאצֶע... לעֶמנאַשדֶע..." (אין חדר האט מען געוואוסט אז זיי שעלטן יעצט די אידן...) נאך א סצענע און נאך א סצענע, עס שפילט זיך איבער די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל.

רחמנעעע ליצלן... איז זי משוגע?
נאאא משוגע איז דער וואס האט זיך איינגערעדט אז זי קען עס טוען....

דער ערילית'טע וועט ח"ו נישט בעטן, אביסעלע הילף, ווייל נאך אלעם האט זי זיך אונטער גענומען, ווייל זי האט דאך, אינגרידיענט'ס.. כמיין עקספיריענס... וויאזוי צו לייגן בעט געוואנט, (אפשר און פוילין האט מען אזוי געלייגט..)
און ווייטער דער יודענע אונזער, וויל אוודאי נישט געבן הילף, ווייל עס איז דאך א בפירוש'ע דאורייתא, "לא תלך רחל" רחל טאר נישט גיין, ווי טאר זי נישט גיין?? העלפן, די גויטע!, נו אוודאי, גייט זי נישט!

און ענדליך ווערט די "גויטע" געענדיגט מיט ס'בעט געוואנט....
נו נו, איך קום אהיים, און ווי יעדער פארשטייט, איז דאך דער גאנצער ציל, אז מען גייט זיך אויסרוען אויף די בעט געוואנט, און קענען אנגיין מיטן סדר היום, קום איך אן אויסגעהארגעט, נאך א שווערן טאג אין קרעטשמע..., און איך טרעף מיך ענדליך מיט מיינע פריש געלייגטע בעט געוואנט.

שכח! .......

איך זעה שוין פונקטליך וואס דא גייט פאָר, היינט איז די גויטע דא געווען, איך קען זען זעהן אויף די זיפּפֶּער, איז אויף די פארקערטע וועג, ווען איך זאלעס ווען האבן געמאכט אזוי, וואלט איך באקומען אזא פסק... און דא די אנטיסימיט (אנטיסעמיט'ס עקרה...) האט זיכער געמאכט אז די זיפפער איז אויף ארויף און גארנישט... גארנישט פאסירט.

איך האב קיינמאל נישט געוואסוט די סיבה פארוואס די זיפפער ברויך זיין אזוי אויף ארויף...

שוין די נאכט בינעֶך געוואר געווארן... איך האב געכאפט אזא מין "טשִיל"... מיינע נעגל פון די פיס איז מיר געבליבן איינגעשטעקט און די זיפפער, הוי באשעפער זיסער, ווען איך רעד נאר דערפון קומט מיר ארויף ס'טשיל....

ד'רערד זאל זי גיין! ! ! צוריק קיין פוילין, אבער און דער ערד. אריין!


נא שוין, די נאכט איז ב"ה דורך מיט אביסעלע מער "טשילס" ווי געראכטן....
עס איז שוין אינדערפרי, איך טו מיך אן, און א מינוט בינעך שוין און ס'כסא איך גיי בראָשן די ציין....

יא יא. דאס איז א גוטער איינפאל, אפשר האב איך געוואלט בראשן די ציין...

נישטא קיין טאָט בראָש... (הוי לאכט זיך די גויטע אונטער יעצט.... אויב איזע שוין אויף די צייט...) זי האט מיר גוט צוגעפאכעט פאר היינט. (און דא טראכט זי זיכער אז גייט עס טוען פאר נאך אפאר יודישע קינדער. עפ"למחשבתה)

נישטא קיין זכר פון קיין טאָט בראָש, עס גייט אויף איר קרעדיט, א מין רשענ'תע דאס, וואס וויל זי פון מיין ברעֶשל??
איך קען סך הכל גיין, ברענגן שמעק הונט, און זיי זאלן נעמען א טעֶסט, פון ס'גערוך, פון מיין מויל, און אזוי נאכגיין די גערוך פונעם בערשטל... דאס איז די איינציגסטער אַפּשעֶן, וואס

איך זעה דא... אויסער שיקן ס'קליינעם און איינהאנדלן א בערשטל, אבער וואס טו איך יעצט?? ווי איז דאס??.. געוואלד..

שששששויןןןן... איך האבעס געטראפן....!!! ווי ??
אינעם לעוואָר מיט די שמוציגע בליטש וואסער, זי האט מיר דאס גענוצט פאר א בערשטל, צו וואשן די פלארס... פאאךךךך....


אזוי זעהן מיר אויס, ווי די גויטע לייגט צו א האנט ווערט די זאך פארשוואונדען, אדער פארלוירן, אדער סתם צובראכן....
דאס איז ממש הארצרייסענד וויאזי ע סשפילט זיך איבער און איבער, ביי אלע יודישע שטובער טאג איין טאג אויס.
לאמיר אלע ארויסגיין, מיט וואוטס אקעגן די "פוילשע גויטע באַבעס", וואס קומען אונז אטאקירן אינדערהיים.
ד'רהארגעט זאלן זע ווערן!!
און מיר וועלן ארויסגיין מיט וויינגער חובות, פארוואס דארף איך געבן מיין אפגעשפארטע געלטער פאר די רשעות'דיגע גויטע'ס!?

געענדיגט !! דא איז מען פארטיג מיט זיי !!

ווער זענען דען די נייעס ברענגער - פאליטישאנס - אין שול ?

העי שמאָליק... ס'מאכסטו?

יא חָני 'וואַטס אָפּ'...! זאג עפעס גוטס די רייסער!

חני איך זעה אז די האסט עפעס א רייבעדיגער ווערטל וואס די באהאלסט אונטער דיינע נאַסע פארשוויצטע וואָנצעס. און עס איז אויפן שוועל ארויסעט פונעם מיילעכעל דיינער, נו זאג שוין 'חָני', געב שוין ארויס דער אָרימער סוד, וואס די פרובירסט אפשר צו מאכן פאר א רייכער מעשה..

די חסיד איינער טערעזיר נישט די מענשטהייט שרייט חָני צוריק ווען א טעפל וואסער שפאצירט ארויס פון זיין מויל אויף שמאָליק'ל.

און דא האט זיך חָני גענומען רעדן, איך וואנדער מיר אסאך מאל ווער זענען די נייעס ברענגער אין אונזער שול, איך האלט אז איך האב אים שוין.

וואָסאַ חחחחחילוק, מאכט שמאליק אוועק חני'ס גאנצע קלער.

שמאָליק! שרייט 'חָני' די געב נאר א קוק אין זאג מיר, איך וויל נאר וויסן וואס דו זאגסט צו דער יודל אָטע דארט אהינציער. דער נייעס ברענגער אין אונזער שולכ'ל. דער שמייכעלדיגער פארשוין ער פאליטיקירט כסדר רעפובליקען/דעמאקראט, ער איז מיר די דעבאטירער אין אונזער מקוה.

אוואאאאס? וועם מיינסטו? כ'פארשטיי נישט פונקטליך.

גארנישט דער יודל דארט.. די זעסט נישט? דארט דער גרויסער מענטש וואס ער שטעקט זיך ארויס דע מערסטע און די העכסטע פון די גאנצע קופקע אזא הויכער, מיט א געשוואלענע ברוינעם שטאפן הוט.

אההה איָא... איך זעה שוין אלעססס..... אים מיינסטו דארט? אויף די איינס בעפאר די לעצטער טיש?,

נייייייייין......... קוק גוט!
דארט דארט, דער אידל מיטן גרויסען טורעם הוטל זיינער שטויביג פון פאַרעם ארויס, זיינע אויגן טראנספארטירט אינפארמאציע פונעם 'גאַרשאַווען' טעראָר-באַנדע איינהייט. די 'העליפארני-קנאָבל פיאות' שטאלצירן ביי די ברעגעס פון ס'קעפל זיינער. רופענדיג דערביי נאך און נאך קאנסומער מער צו באטראכטן די שיינקייט דערפון וויאזוי מען האט באוויזן צו 'באקנאבלן' דער פיאה'לעך.

וועמען מיינסטו דארט זאג שוין. קאָם אַן, די זעסט נישט? אהההה איך זעה אז די ביסט נישט גענוג הויעך צו קענען געבן א קוק טאן. דעמאלטס געב דיך אזא בייג אראפ און האלט מיט פון די נאנט, ווי די 'האָסקי-הויזן' שמייכלט זיך אונטער געמיטלעך צו די גרעסטע סייז 'עס עי עס' שיכלעך ווען אינדערצווישן איז 'כורך' איינגעבאנדעלט ווייסע הייליגע שטרימפ וואס מען פלעגט זעהן ביי די חשובע 'תומכי שבת' געלט גייערלעך.

אההההההההה יעצט זעה איך! הוי וואדו זאגסט נישט! אים האסטע געמיינט א גאנצן צייט?

יאאאא אים האב איך געמיינט שמאליק, די קענסט אים?

איי וויי וויי די באגניגסט דיך מיט א פשוטער קוק אוויף אים'ן, באטראכט אים גוט.

אים קענסטו גיין הערן זיין דעילי 'טאלק-שוי' נישט קיין חילוק ווי ער איז, איז ער אינפארמאטירט מיט די פרישסטע געבעקס... אויסגעוואשענע נייעס דרייט זיך דורך ביי אים אנע אויפהער, מען קייעט מען גארגעלט מען פיבערט און פאליטיק טאג איין טאג אויס.

דער איד למשל איז פון די סארט אידן וואס ווען ער וואקט אויף 'פארקעי' פלאר'ס באקומט די 'פארקעי' אזא מין סארט 'יראה' זיי האבן א פחד פון די וואג, און זיי הייבן אן טרייסלען פאר שרעק, און זיי מאכן אזא געמויזעכטס... מייעעעע מייאאאא... ביי יעדעס טריט זיינער, די 'פארקעי' פייפט ארום מיט זייערע לידלעך. עס מוז נישט זיין שפעציעל אלטע פלאר'ס.

יו איז ער נערוועז.. האסטע למשל אמאל מיטגעהאלטן וויאזוי אזא מין יודל האלט א פעדער (מעידזשיק-מארקער) און די הענט, ווי ער וועט נאר אראפ שטעלן די 'מעידזשיק' אויפן פאפיר, וועט ווערן א טייכל טינט אויף יענער מקום ווי ער שטעלט דאס אראפ, אלעס פון די פרעשור וואס ווערט ארויפגעלאנדעט פון די גרימאסן... פון אזא נערוועזער יודל.
אייביג הונגעריג פאר א שטיקל ריב סטעיק. מיט ראלעקאוסטער. כמיין קאו סלאו.

יעצט שמאליק צום ענין ווען די וויסלט זיך אויסקענען אביסעלע אין די נייעס, אדער די מינדעסטער אישו אין פאליטיק, שמיר דגיך צו, צי יענעם קוקפקעלע ווי עס ווערט אויסגעקנעטן די נייעס.

יעצט טשעק איט אייט אין לאמיך וויסן.

וואס זאגסטו צו אזעלעכע נייעס ברענגער??

העוו עי נייס דעי שמאָליק!

יעצט זאל דער עולם זיך לאזן הערן וויאזוי די פאליטישאנס אין ענקערע שולן זעהן אויס. וועלן מיר זיי אויפשטעלן איין טאג, זיי זאלן מאכן א דיבעיט
שכח

ופני 'באָכעֶר' - חָפפפפפפפפוּ !!

ווען עס רעגנט? זאאאאאגט'ס אלע מיט.... גגגגיסט! זאגט די וועלט. נישט אזוי. ווער זאגט? ס'עפעס? אקעי זאל יא גיסן, 'א גאנץ געפעטש' כמיין שעפט, ניין נישט שפעט, שפעט צו וואס? אפפפס סארי.

וואס גיסט? עס שעפערט! עס מבול'ט פלאַפ'ס ווי קאצקעלעך וואסער, ווי מבול'ט דען? אין אזא טאג ווי היינט? להוי ידוע עס מבולט יא, זיכער מיט אן אומפעט איינס נאָכעס אנדערע.
לאמיר אייך מיטיילן א שמיר פון ברעג, א טינצי פון א קליינער פיצי משל. ביים אנהייב פון א צושמיסענעם אנגעפלאנדזשערטען טאג.


די מעשה גייט באמת צוריק פון נעכטן נאכט ווען איך האב מיר געלייגט שלאפן. אין ממש ביים גלעקל פון איינשלאפן ווען איך בין געווען שלאפלאזער פון שלאפלאזעכט'ס, האב איך געכאפט אזא טרייסל-טשיל. כאגעהעריג געמיינט אז איך גליטש אראפ פון בעט, איינער ווייסט וואס איך רעד? ממיינט אז מ'טראסקעט שיער נישט... אפפפססס, איינער ווייסט? איז נישט.

נננננו. זאל שוין די העליקאפטער דורכפארן איינמאל פאר אלעמאל. יעצט ביניך נאך אויף, באלד וועסטו מיר שוין האבן אויפגעוועקט ווען די גייסט דורך קראכן/פארן.

לכבוד דעם ביניך אויפגעשטאנען אינימטן נאכט געציילטע מאל. צו פיקס'ן מיין שיפע קאפל, וואס קען זיין וועג אראפ אליין, ער איז שוין געווען ביים שוועל פונעם ספרינג באקס. 'באָט איי ריקאָווערד איט, עט די ענד'. איך האב עס! דער קאפל איז מסודר. אבער שלאפן? עעעעעהה.

שששששוין עס איז צופרי. והא ראי' די רויב פויגל האבן שוין גערויבט מיין שלאף. אט אט גיי איך שוין ארויס פונדערהיים איך שפאציר אזוי געמוטליך מיין שאַל איז באַטראסקעט געווארן אויף הונטערוויילעכטס אויפן רוקן ארויף, היינט גראדע איז די ווינטל אויף מיין זייט, ער איז נישט און די גוסטע פון פארטרייבן מיין הוטל. אזוי וואקענדיג נישט כאפענדיג אז דער הענטעלע ווייזער'ל ביים עק גאס איז שוין צוזיך געקומען פון נישט קענעדיג אפמאכן וואס ער וויל, יא ער וויל שוין יא, וואס וויל ער? אהה ער וויל 'דאונט וואלק', גיי נישט מושי... וואַטש... שרייט מיסיס פערל'טע.. די נערוועזעסטע פרוי פון די גאס, שטייט אויף פרי אין קערט איבער א שטאָט, קראָס נישט... די באס קומט שוין....

אבער אפשר קען איך נאך מאכן די לייט, ההההאָפפפפס אזוי קלאצענדיג דער קליינער ראָסטיגער 'טו דאָר פאָנטיאַק 96' מיטן גרויסן 'טינעידזשער' געט א צי ארויף אויף 50 מ.פ.ש. און דא איז מיין 'הוטל' שיעור מיטגעגאנגען מיטן ווינט. נ'גוט וועליך טשעפן מיטן 'דאונט וואלק' "סאָמ-וועיר עלס אין די פיוטויר" העלעך דא וואַרטן, אההה דער ווינטל איז גאר פיין, היינט א שיינער וועטער גראדע..

בין איך געבליבן צובלאזן ביים קארנער פון א ווילדער אימיגראנט מיטן אויסגעברענטן מאטאר, נאכן שטיין געציילטע סקונדעס האב איך גענומען די גאָטס צו קראסן אפילו עס איז נאך 'דאונט וואָלק', יעפ איך וואָק ווייטער געמוטליך, איך טראכט צו מיר ווייטער וויפיל וואַסער איך גיי היינט אריינלאזן און מיין 'קאווע'. העעעעי ביי די וועי וויפיל מענטשען פיטן אריין און א 'סיטי באס'? ווייל איך האב יעצט געזעהן פונקט א 'סיטי באָס' דורכפארן.

קראָסענדיג האב איך בער'טעות אריינגעוואקט אין די געגענט פונעם 'פויגל זאון'

איינער ווייסט וואו דאס איז?

ריכטיג! אויף די מקום וואס איז "נאו טרעֶספּעֶסינג ביטווין מאָרנינג טִיל איוועֶנינג" 'מאנדעי טו טוירסדעי - איסטערן סטענדעראד טיים' האבן זיך די פויגל באנדע בליץ שנעל אפגעשמועסט אין זייער שפראך, כ'ווייס נישט פונקטליך וואס. שפעטער ביניך איך שוין געוואויר געווארן וואס, און באָאאאאמס איינע פון די חברה-ציל-שיסער, פון די פייגל קאמפעני, האט אראפ געקניידעלט אויף מיר זיין 'פעקידזש אויסגעבראָקטע שלשול' זיין נעכטיגע לעקעך וואס ער האט אויפגעגעסן און איינעמס 'בעק יאַרד' אדער ערגעצוואו.

פאאאך.... זיך אזוי זיס אויסגעצויגן ווי א 'שפיגל איי' איבער מיין 'באָלי הוט', די ווארעמער שלשול פאָרציע, עס האט מיר אויפגעטרייסעלט פון מיינע זיסע מחשבה'לעך. נישטא מער קיין קאווע היינט. יעצט איז מיר דער 'הוטל' צוריק ווי אמאל מיטן קוועטש אויף אריין. שוין וואָזאלעֶך טאָן? אים איז געווארן גרינגער נאך אלעם. נישט אזוי?

עס איז געווען בבחינת "ולא נודא כי באו השלשול', געבליבן און די לעכל פון די הוט. דאס מיינט אז מען וואקט אריבער זייערע גרעניצן.....

נאך אזא טראגעדיע ווער וויל נאך הערן ווייטער וואס די סוף איז געווען...?

ופני באָכעֶר...... חָפפפפפפפפוּ

דו שיכור: מאַך אָפ, אדער 'קאָלן' אדער 'טעקסטן'...

העעעעעי, וועגן דעם צאל איך א ביל?
פארדעם הייסט מען מיר מאכן דראַפט קאלס? (חלילה) אויף וואס ארויף?

ס'ארא חוצפה, עס גרידזשעוועט ברזזזזז...... ברזזזז....... דער טעלעפאן וואַקעלט זיך אויפן טיש שוין ווייטער.
וואס איז? ער איז שוין ווייטער שלאפלאז? ער שיקט טעקסט'לעך? גוטע וויצן?

ווייסט איינער די חילוק פון "טעלעפאן" אין פון "טעקסט מעסעדזש"? זאלט איר נאר פרובירן צו קאלן איינעם היינטיגע צייטן אינמיטן טאג צי אין אפיס צו אויפן סעלפאן, נישט קיין חילוק, אייביג! אייביג! וועט דער מאשין איבערנעמען די קאל מיט א קראפט, איר האט איין אפציע צו אריינרזאגן דאס מעסעדש נאכן פייף, אויב ווילט איר שטייצעך. טאמער נישט פאַגעס!
פארוואס וויל דער יעניגער נישט אויפהייבן? האט ער א פראבלעם מיטן טעלעפאן אז ער האט צופיל קאלס? נאאא. נישט קיין קלער דערביי, נאר וואָזשע דען? עס איז שוין אזוי איינגעשטעלט געווארן די סיסטעם אז דער עולם האט אנגעהויבן סעיווען די ווערטער וואס מען פארמאגט, אזוי ווי עס שטייט אין די ספרים הק', 'בשעת שהאדם נברא מקבל סכום המילים שיכול ידבר בחייו, ואם....' ס'הייסט אז יעדער מענטש ווערט באשאפן מיט א סכום ווערטער כדי הוצרכתו, אין אויב נוצט ער דאס אויס, איז...... טאָף לאָק!
אבער עס מוז זיין אז עס איז פארהאן נאך א סיבה דערביי, פארוואס מענטשען ווילן נישט אויפהייבן דער טעלעפאן. ווייל כ'גלייב אז נישט יעדער ווייסט פונעם מקובלדיגן מסורה אז עס ווערט אויסגענוצט די ווערטער, אין מען קען ח"ו ווערן ווערטערלאז. אין דאסיז'עס!

וואס איך האלט איז די סיבה אזוי: וויאזוי פלעגט צוגיין א פאון קאל ביז א שטיק צייט צוריק הארט פאר 'ווֵיי טו קעֶי'? וועלן מיר דא אנברענגן איין פאון קאל לדוגמא בעלמא זעלבסט.

'פנחס באַמגעֶד' פילט אין זיין טאש אז עס דריזעלט דארט זיין פעלעפאן, עס ווארפט זיך געפערליך, וואס איז? פשוט. ער האט איינגענומען א פאון קאל, ס'געשעהן? ווער רופט יעצט. איך האלט נאך אינמיטן שלונגען מיין געשמאקן אייער שפייז ביי פרישטיג. אההה מיילעך קאלט, הו וואס וויל מיילעך אזוי פרי? כ'האף אז.....

פנחס: העעעלללא מיייייילעך, גוט מארגן וואסי נייעס?
מיילעך: אהה גוט-מארגן גוט-יאר פנחס, 'נאָטינג ספעשל' זאג דו עפעס נייעס.
פנחס: 'נאָטינג ספעשל', סעים העיר, סאו פאַר.
מיילעך: אהא, וואס נאך איז נייעס?
פנחס: וואס נאך.. (פנחס טראכט, וואס פרעגסטו יעצט נאכאמאל, איך האב דיר יעצט געזאגט אז נאטינג מאטש) עעעםםם 'נאטינג מאטש..' אלעס איז פיין ב"ה.
מיילעך: העריך, אקעי טאָלק טו יו, ביי... העוו עי נייס דעי.

ווייסט איינער פשט פון די פאון קאל? נאופס. קיינער ווייסט נישט,מיסטעריע! למעשה ביידע פונזע טראכטן נישט נאכן פאון קאל וואס עס איז געווען פשט דא, נאר מ'גייט ווייטער צוריק צום פארטועכטס. זה פונה לסעלפאן וזה פונה לטעקסט..

בזזזזז... בזזזזז...
פנחס זיסער, עס איז דיין רייע נאכאמאל, וואס איז? עס דריזעלוועט ווייטער דעל טעלעפאן, אַאאךךך שוין ווייטער? נאכנישט דורך קיין צוויי גאנצע רעפטלעך פון די זאך מינוט. אין... ווער רופט? אהה שוין ווייטער 'מיילעך', העי וואס איז היינט טראכט צו זיך 'פנחס', היינט איז ער אין די גוסטע פון הערן מיין שטימע קאנסעטלי? נאו פרא!

בזזזז... בזזזז... עס דריזעלט פנחס, שטימט? אזוי טראכטענדיג, האט מען פארשפעטיגט די קאלל.. פנחס כאפט זיך אן ביי זיין ברעקעלדיגער אויסגעקעמטער באָרד אין ער רופט שנעל צוריק מיילעך'ן, מיילעך זאל ח"ו נישט מיינען אז ער הייבט חלילה נישט אויף אויף אים די טעלעפאן, אההה געווען פשוט פארנומען.

ער רופט שנעל צוריק, בזזזזז.... בזזזז.... דער טעלעפאן קלינגט ביי מיילעך..

מיילעך: העעעעי העללא פנחס.
פנחס: יא, וואס זאגסטו וואאא... (מיילעך האקט אריין "האסט נישט געקענט אויפהייבן, הא? וואס איז?" עעעעס ווערט א שווערער די טענער..) עםםם
מיילעך: נו וואס קען איך דיר העלפן. מאכעס שנעל כ'בין אויף די אנדערע ליין, (פארדרייט ער שנעל די שמועס, כאילו ער האט 'נישט' אריינגעגעבן אזוי אומשולדיג פאר פנחס, וואס איז זיך אים גארנישט געקומען).
פנחס: אםםם, איך ווייס נישט, איך קאלל דיך פשוט צוריק וועגן די האסט מיר פריער גערופן.
מיילעך: אההה גערעכט, וואס האב איך נאר געוואלט? עעעםם יא, זאג נאר רבי, די האסט ליפא'ס נומבער?
פנחס: עעעםם לאמיך טשעקן מיין קאנטעקטס, סעקאנד... נאופס! איי דאונט העוו איט.
מיילעך: אקעי, בסדר. נישט קיין פראבלעם איך וועל עס שוין אויסגעפונען, 'אין די מיען טיים העוו עי נייס דעי'.
פנחס: יו טו, ביי!

*

יצעט קען איינער מאכן א טאָטעל פון די צוויי פאון קאולס, אויסער דעם וואס מען האט פארברענגט צען-פופוצן מינוט פון טייערע צייט, איז מען ארויסגעקראכן מיט גארנישט, נישטא קיין זכר פין א נומבער פון 'ליפא' דערווייל, אז 'מיילעך' וויל שטארק קען ער גיין פארברענגן נאך א האלבן טאג אין אויסגעפונען די נומבער.

יעצט לאמיר זעהן וויאזוי מען האט די זאך פארבעסערט. איז היינט נאך 'וויי טו קעי', די וועלט אזוי מין פארגעשריטן אז מען קען זיך ערלויבן אין שיקן אזא מין פאָסט, נישט ממש פאָסט, עס איז נאר מלובש אינעם אלטמאדישען נאמען פאָסט, עס האט אביסל מער א פארגעשריטענער נאמען, אינטערנעט? נאאאאא.... "טעקסט מעסעדזש" וואס פאלט דיר בכלל ביי 'אינטערנעט'. עס איז אריינגעבויעט אינעם סעליולער טעלעפאן, אין יעדער קען דאס נוצן. וויאזוי איר ווילט, איר קענט שרייבן יודיש אין ענגלישע ווערטער אפילו.

פששש... היינטיגע צייטן. ווער ווייסט וואס וועט אלס זיין אין צען יאר ארום, נעע שוין... דאס וועל איך לאזן פאר די פופציג יעריגע צייט שטופער, אההה יונגע קינדער וואס ווייסט עטס?
יעצט וואס געשעהט אויב וויל איינער געוואויר ווערן א נומבער פון איינעם, אינעם פארגעשריטענעם וועלט, לאמיר אפירנעמען אט די זעלבן משל פון 'פנחס' אין 'מיילעך'.
גייט מיילעך אין ער שיקט ארויס א "טעקסט מעסעדזש" פאר פנחס אריין. אין נאך א קארגע אויסלויפענדע מינוט, איז דער טעקסט שוין ביי פנחס אינעם מאשינקע. יא אזוי ווי איר הערט, עס נעמט אונטער צוויי מינוט! פנחס שלעפט ארויס די סעליולער פונעם טאש ארויס, אין ער באקוקט די מעסעדזש. די מעסעדזש ליינט זיך בערך אזוי: MEILECH: Do you have Lipa’s Cell #? נישט קיין העללא, נישטא קיין נייעס פרעגעכטס, נישטאָ גארניקס, צום פוינט! האסט די נומבער צוניש?

אההה הייסט מיילעך ברויך ליפא'ס נומבער, עעעםםםם ער טשעקט אזוי ווי פריער, אין ליידער האט ער דאס נישט, ענטפערט ער צוריק פאר מיילעך א "טעקסט מעסעדש" PINCHES: NO, Sorry. אין טשאַבעס! דא האט זיך געענדיגט די מעשה מיטן טעלעפאן נומבער, נישטא מער גארנישט יעדער קען צוריק אהיימגיין!
פיין אין וואויל, זייער א גוטער אויסוועג וויאזוי צו פטור ווערן פונעם לאנג יעריגן פראבלעם אז ווען מען וויל וויסן עפעס אין מען קאלט יענעם, אין מ'פארגעסט צו פרעגן.. מען קאלט צוריק, אזוי שפילט זיך איבער די מעשה כמה פעמים, אין גארניקס! האט מען דאס פארטוישט מיטן נייעם מיטל, ממש געוואלדיג! מען ציט א שמועס 'טשיק-טשאַק'.

*

אאאאבעעעעערר יעצט איז א נייער פראבלעם! דער מעסעדזש פראַסקער, הערט נישט אויף צו שיקן זיינע איבעלדיגע וויצן, מיטן זעלבן תמימות, פאאאאאך עס עקעלט שוין די נערווען קריכענדע זאך, פאר עפעס א קריפל איז פייגעבאלן א וויץ וואס מען ווערט 'דיזי' פון ליינען דער צ'איבעלטן וויץ, אזוי שטארק איבעלט עס. אין ער שיקט דאס מיט א תמימות, פיין אקעי!

שיק! שיק די שיכור! אבער לאמיך פרעגן עפעס.

מחחחחחחחחיה!! האסט באקומען א מעסעדזש. די שטאט איז אויף!! וווייאא ווי!! באָמבעל בי!! מעכטיג!! עס האט זיך אויסגעצאלט דיינע שלעק וואס די האסט באקומען אין חדר, אמת?
'שפיי אין שיס' אין ראָגעל דיך פאר געלכעטער פאר א האלבע שעה ביי דיין טעלעפאן, פאר די מעסעדזש, וואטש דערשטיק דיך נישט די תמימות'דיגער גולם, קוים וואס די האסט געכאפט די דזשאוק.. נאַר מיט א פַּתַח!
אין עס איז דיר אפילו געלונגען צו "פאָרווערדען"? פשששששש...... די קענסט שוין גרעדזשויעטן פון היי סקול! ביסט ריזיג גרויס! די פּאַקסט איין בּיל געיטס, צושמיסענס איינער דו קטן, מיטן סעלפאן!
עפן א ביזנעס פון "פאָרווערדען טעקסט מעסעדזשעס" אקעי האסט עס געפארווערד, אין יעצט?

איז אזוי: איך באקום פון מיין חבר וואס איך האב אלס אנגעקוקט פאר גאנץ א נארמאלער מענטש, אמת ער פלעגט קענען א שמייכל טאן אויב האט איינער געניסט אביסל פאָני אין שול ביי שטילע שמו"ע, אבער נאך אלס ער איז עכט א נארמאלער מענטש, עטליסט אף די פוירסט לוק.

אין יעצט ליידער איז ער געשלאגן אינעם טעקסט מעסדזשעס שיקעריי, נִישנאָר דעס, ער קאלט מיר תיכף נאכן שיקן די "טעקסט מעסעדזש", אויב האב איך חלילה נישט ריספאנדעט אין די צווי מינוט מיטן אויסגעדראשענעם ענטפער: “GOOD” Or “LOL” ער קאלט! הנה דער מעסעדזש פארוועדער קאלט. וואס וויל ער?

ער וויל וויסן צו איך האב געכאפט די דזשאוק פונעם "טעקסט", ביסטו פאאאאַרררררררררררררריקט? נעעעעבעעעעעך! הייסט דאס אויסער דעם וואס די ביסט תמימות'דיג פון תמימות לאנד זייט תמימות האט זיך געגרינדעט, האסטע נאך די העזה צו צוריק גיין צום אלטמאדישן וועג, פון קאלען? וואאאאאאס? קאלען? מ'שיקט טעקסט!

פאר א סיבה האט מען געגרינדעט "טעקסט מעסעדזשס" אז איך זאל נישט ברויכן ציען לאנגע פאון קאלס מיט אזעלכע מענטשען ווי דו. דו מעסעדזש שיקער/פארווערדער!
וואאאאאאסססס? ביסטו נארמאל? די וועפערישער-תמימות-מעסעדזש-פארווערדער!

די קאלסט מיר? צו איך האב געכאפט די דזשאוק? אר יו סיריעס אינדזשערט? עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ!
נעעבעעעעעך ווער געזונט! די מעסעדזש שיכור/שיקער!

דער "מעסעדזש-אנגעפאָרוועטער" - בחור'ל

הוט... ענד ראָן...!!

שאמעלייכעם, יעצט קומסטו אן, אוואו זענט איר געווען עד הנה?

האסט דיך אוודאי פארליינגט אינעם אשת חיל, נו א כפרה פאר דיר, האלסטו נאר מיט די העלפט פון די מעשה.
וואסאט פארסירט?

אוואו געווענליך, עס בלאזט אין שויבערט א ווינט היינט איָא? נו וואס פארלאנגט איר דען ביים ארויסקומען פון גראסערי נאכן איינהאלדן ס'שאכטעל גרין בינס מיט רויע פיקל, אין אייזערנע כלים רויע באנדלעך גרייט פאר נאכטמאל אין אז וועטער, מען קומט ארויס פון גראסערי, באפאלט דער 'כל ווינטער – כל טרייבער – כל פראסקער'. אין?

ויששששששמממממאַאַאאסִו!

אראפגעשמיסן ס'הוטל. איך בין נאקעט פונעם הוטל, מיט איר אייגנקראפט איר אהינגעשיקט אויפן באזונדערן מקום דארט ווי דער איידעלער ווינטל טיילט איין, דער ווינטל וואס איז באשאפן געווארן אינעם זיסן בריאה וואס דער הייליגער באשעפער האט אונז באשאפן, פאר אונזערט וועגן. גייט דער איידעלער ווינטל אין פלאצירט דאס הוטל אינמיטן גאָדער אראפ נעבן דער סוער-דרעין.

צועשרט הוטל זיסער, ווי ראָגעלסטו דיך דארט אזוי? ער ראאאאאאלללט, ווי ראאעעלסטו? וואס איז די שמחה אזוי גרויס, הלמאי איר לאזט נישט קיינעם מיט טיילן מיט אייער שמחה, ולשמחה מה זו עושה? שפונה לצד ימין, ער טרייבט אליין אן קיין פּיפּס ער פליט, וואו לויפט איר? איך בין חפוי.

הוטל זיסער - וואס שפירט איר זיך אזוי מעכטיג, בין איך דאס ערשטע מענטש פארוועם איר האט היינט איינגעשאפן 'הוט-פּעין' אין מאכן א יודיש זעהל נאכקלעטרען דאס היטל אויפן שמייכל אייערער זעט אויס אזוי, אויב יא, איז ביטער פאר אייך אז איר האט נאר באוויזן אראפצושמאסן איין ארעמען הוטל.

נאאאא היטעלע, גלייבט מיר אויפן ווארט אז איר זענט נישט די אייינציגסטער חכם וואס פארשטייט צו די חכמה, דער באשעפער האט נאך באשאפן אזעלכע חכמים ווי אייך, איר האט איין ברירה מאכטס דעם וועג אויף צוריק אויף מיר ארויף, אין "שלום על ישראל – הוטל על בחור".

ווינטעל זיסער - מה בקשתך? וואס ברויכט איר, ווי קומט איר אריין אין בילד, זענט איר אין א שותפות מיטן הוטל, איך קען אייך העלפן? זענט איר באגענוגט אז מיין הוטל קוילערט זיך אין די גאסן ווי א טויטע סעלעמענדער נאך א רעגן בויגן, אין מאכט שבת פאר זיך אין א פינסטערן ווינקל ביים עק גאס ביים לאָמפ, וואס ווילט איר פון מיין הוטל, אויב איז איינער שולדיג איז נישט די הוטל פאר זייענ חטאים, ער האט אזוי ערליך באדינט זיין בעה"ב, טאָמער עפעס איז דאס אפשר וועגן מיינע חטאים. יעצט ווינטעלע זיסער איז דען נאר געווען איין הוטל אויפן מארקעט היינט? כ'גלייב נישט, טשעקטס עס אויס.

עעעעהההה, גלייבט מיר אז איר וועט נאך קענען לייגן א האנט אויף א שיינע פאר הוטלעך היינט אליין, דאן וואס ברויכט איר אוועק ליפערן מיין הוטל אזוי ווייט אוועק ערגעץ אינמיטן ראוד אראפ מסוך ונראה ביים סטאַפ סיין.

דאן מיט וועם זענט איר אין קאמף דאנעט, מיט אן אלטן אויסגעבויקערטן בחורל, מיט א ריזיגער הויקער, מיטן דינעם טרענטש קויט, נעעעעע דאס איז נישט קיין קונץ פון אים צו באגאנבען זיין אלטן באָלי הוטל, עס איז נישט קיין גאנץ געווינס פאר ענק חברה 'הוטל מיט ווינטל' גייטס טוטס אויף עפעס בעסערס.

וועט איר דאך אוודאי פרעגן, אוואו גייט מען?

אויב אזזזזזזזזזוי, יעצט קומטס ביידע אהער, 'ווינטל מיט הוטל' לאמיך אייך געבן אַנייצע, איר ווילט דאך איינעם גוט-גוט צופיקסן, שטימט? דאן האב איך געקלערט אזוי, כאפט אייך אריבער צום קליינער בר-מצוה בעטשערל, דער טוטיק, וואס טראגט שוין אויך א הוטל אין ווען ער גייט ארויס אין גאס, ווערט דאס בארינגעלט ארום ס'בעקעלעך זיינער מיטן שטארקן ראָבער באַנד, אין טאקע ער איז אין קאמף מיט אייך חברה, יא אזוי ווי איר הערט, דער קליינער איז אין קאמף מיט אייך! ער באווייזט גרויסע גדולות ווי קליין ער איז נאר, ער איז גוט! לאמיך זעהן פרובירט'ס אראפ צושלעפן זיין הוטל, הא?

אין דערנאך קענט עטס קומען צו מיר. איר וועט שוין אפילו נישט וועלן קומען צו מיר גלייב איך, איר וועט שוין זיכער שפורן אז איר חברה 'הוטל אין ווינטל' האבן שוין גענוג עיקאמפלישד היינט.


יעצט "הוטעלע אין ווינטעלע" האטס מיר א שמחת תדיר! אין גיי רייס הוטן פון אנדער קעפ.


האטס אסאך פלאפס.... בחור'ליך לאזטס ענק נישט....

דו אנדעסיידעיבל אידיאט! - ביידע ארטיקלעך

דו אנדעסיידעיבל אידיאט!
וואס מיינט "אנדיסיידעיבל"?
איז דאס א מין עסן? ווערעם? קריכעדיגע זאך? נאס? הארט?
נאאאא עס איז נישט נאר ביי יונג, עס איז ביי אלטע אויכעט...

לאמיר זיך אריינווארפן אין איינעמס זעקל, פון וואס ליידט אויף "אנדיסיידעיבליטי":
- זאל איך יא שרייבן דעם ארטיקל, צי נישט? איך קען נישט דיסיידען. הללאא, יא צי ניין? נו מאך, ווילסט נישט? איז נישט! אקעי איז נישט. קיינער צווינגט דיר נישט. האסט די ברירה, פארשפאר דיין מייקראוספט און גאפל דיך אפ און מאך עקסערסייז מיט דיינע פינגער ערגעץ אנדערש וואו...
- אקעי, נאך זיך ראנגלען מיט די מחשבה האב איך אפגעמאכט איך גיי יא שרייבן, און... באאאממממס... ניין... נישט... לא- מיט אן אלף! מען שרייבט נישט.
- אקעי... אקעי... יא, איך שרייב יא!
וואס איז דאס? אנדיסיידעיבל.. דאס קוועטשט...

אהההה, די אנדיסיידעבילעטי הייבט זיך אן גלייך אינדערפרי. ווען מען גייט ארויס אינדערפרי צוגיין אין שול הייבט זיך אן די געים:
- אין וועלעכע שול גייט מען? איך האב דאך 4 שולן און מיינע קומענדיגע 100 פיס.
- ווא-האקסטו אין קאפ? גיי אריין אין די נענסטע!
- יא, אבער... אבער... די מקוה... די מנין... "די בעל תפלה"... אבער... אבער...
- נו, גוט. גיי דא... נו, גיי שוין... "גיי נישט!"
- אפגעמאכט מען גייט דא...

ער שמירט זיך אריין אין שולכ'ל, און... ויתרצצו... די מחשבות שפרונגען ווי קליינע אויסגעווייקטע ראממ באללס, אהין און צוריק. איינער שרייט, גיי ארויס, גיי אוועק, פון די שול, און דער אנדערער פרובירט דאס זיינציגער און גובר זיין... בלייב יא.

וואס איז? איינער וויל דיר באגאנבענען דיין נייע תפילין ר"ת?? צי איינער גלייכט דיין נייע שיך?? די אידיאט!! קיינער קוקט נישט אויף דיין שיך! אויסער דו. און בשעתן טראכטען אז איינער וויל גאנבענען זיין שיך, כאפט ער נאך א בליק שנעל דערויף, כדי אריינצוכאפן די לעצטער בליק פאר עס ווערט געגאנבעט...

שוין, געכפאט א פלאץ אין מקוה. וואו זעצט מען זיך? מען וואקט ארום מיטן האנטוך אין מקוה, עס קוקט אויס ווי ער זוכט וועם אפצווישן, אבער נ'אמתן זוכט ער דאס פלעצל... ער זוכט און זוכט ווי געלערנטער זוכער... (ער קוקט אן יעדן וואס אים דאכצעך אז יענער קוקט אים אן, מיט א שיפער בליק. האאללא... וואס קוקסטע? יא, יא, מען קוקט ווי דו ביסט אנדיסיידעיבל!.. אזוי מייינסטו, וואס?? אההה קיינמאל!!) און גארנישט, ער זעצט זיך אראפ אויף די זעלבער פלאץ ווי ער איז נעכטן געזיצן!

"פאאנני וואן". וואס האסטו דיר בכלל ארום געוואלגערט ווי א געלט גייער אין מקוה? ווען ביסט אריינגעקומען האט אויסגעזעהן אז די זוכסט א צאמלייג בענקל, און גארנישט, "די לוזזזער", אויפן זעלבן פלאץ זיצטו!!

מען קומט ארויף, הייבט זיך אן א נייע סעסשאן. מיט די מנינים.. זאל איך דאווענען מיט די מנין? זיך יא מיטכאפן, זיך נישט? ס'פראגע! וואס איז דיין פראבלעם, דא האסטע מנינים יעדע 15 מינוט. העטליסט דארפסטו דיך נישט מיט כאפן... נעם א מנין און הולך פון די שול ".

דו אנדיסייעדעיבל מענטש"!! טרראכט ער צו זיך, אז יעדער טראכט אזוי אויף אים יעצט בשעתן זיך קוועטשן אין די האללועיס מיט זיין ריזיגן תפילין בייטל, קוקנעדיג אויף צוריק און וועם ער האט אריינגעבאמט, אפשר האט ער אויסגעגאסן יענעמס קאווע.

אינגערמאן! האסט נישט אויסגעגאסן קיינעמס קאווע. קענסט נעמען וועלכע מנין דו ווילסט. קיינער דארף נישט דיין שיך, דערווייל. עס גייט קיינעם נישט אן אויף וועלכע באנק דו טוסט אויס דיינע וועש אין מקוה. קענסט נעמען פיר האנטוכער, עס גייט קיינעם נישט אן, ס'אויסער דעם מקוה אידעלע... ס'חילוק זאל ער שעלטן נ'איינוועגס...

נו, גוט, מ'דאווענט שוין ענדליך. ס'עולם ענטפערט שוין נקדישך און דער שפוקעלירט נאך צי ער האט געזאגט טל מטר... ברכה... יא ניינציג טעג נישט ניינציג טעג... עס שפילט זיך אפ ביי עם אין קאפ ערענסטע מעשיות... טראכט און טראכט... ער טראכט בעיקר, אז איך האב געזאגט, ווייל געווענליך געדענק איך גוט...

עניוועיס, פרטים יבואו.

***********




די אנדיסיידעיבל אידיאט!! (2)
אין גראסערי פארן ארבעט...

נו, גוט, העלעך אריינגיין אין גראסערי כאפן אפאר הייסע בייגעלעך מיט א שניץ טונא ארויפגעפארבט, כדי צו מקיים זיין דריי מצות און א שאס, ואכלת... ושבעת... וברכת.. סארא פראבלעם האב איך דען??

יא קויפן, נישט קויפן היינט?? וואס טו איך ??

איך דעזעה מיר ענדליך אויפן הויפט גאס פיל מיט גראסעריס. וואו גיי איך? אין וועלעכע גיי איך אריין? ממש איך קען נישט דסיידען. ס'טו געהערט אזאנס?? לויף און קויף! און ווער פארשוואונדען! דער אידיאט קען נישט אפמאכן, וואו גיי איך ענדערש. ער האט געהערט פון ס'קראנטע קוועלער אז די גראסערי איז ארויף מיט אפאר צענט פער בייגעל. גיי נישט! שרייט די לינקע זייט מח... גיי יא! שרייט פון טיף טיף אינעוויינג... שוין, ער איז ב"ה אויסגעגראדט מיט זיינע ספיקות'לך. ער שטייט שוין ביים שעלוו...

אההה... א נייע מעשה. ג ע ו ו א ל ד – ו ו א ס – נ ע ם – א י ך ???

ער פרעגט דעם ספרדישן גוי, העי געב אראפ פון אויבן דארט די איך ווייס וואס... דער ספאנישער עפענט אויף זיין פארדארבן פיסק, און מיט זיין צובראכענעם ענגליש וויל ער אים מסביר זיין וואס ער פרעגט ניטאמאל...

דער יונגערמאן זוימט זיך נישט. ס'שוין יא אזוי, זאל זיין אינגאנצן, "איך קען דאך ספאניש"... איך ארבעט דאך שוין צוויי וואכן אין ווערהויז מיט אפאר ספאנדישער לאקא'ס... און דער הייבט אן מיט זיין ספאניש: "ארִיבַא אַבַכָא".

עס ווערט העקטיק... דער "לייכט ברוינער ערל מיט זיין געקעמטע דיקא שווארצע האר אויף ארויף", האט אנגעצינדען זיין מאשין פון קללות אז דער יונגערמאן האט געמוזט אנטוען זיין קללה-פראף שירעם... אז נישט ווערט ער בארעגנט מיט קללי קללות. און עס איז געגאנגען "בעק ענד פארד"...

ס'רעדטסו?? דער איז דאך אריינגעקומען פאר פרישטיג, און דא איז ער אריינגעפאלן מיט א ספאנישער "אמיגָא" וואס דרייט א קאפ.

ס'וועלט זיך אויס אפאר בייגלס פון שעלוו, מכאפט א קאלד-קאפפי, און... יאללא... צום רעדזשיסטער געשואונד. דאסאַלעס פאר היינט!

א נייע מעשה, צו וועלעכע רעדזישסטער גיי איך??

ס'מעשה דאס?? ביי יעדע זאך, ווי די האסט מער ווי איינס, ווערט אן אויסוואל? ס'ממש אזוי, אז דו קענסט נישט דערוועלן איינס??

וויל ער צו טרעטן צו איינע פון'זע, נאופסס... ער בעקט צוריק! פאַוואָ? פשוט, ווייל אים דאכצעך אז איינער וויל אהינגיין רעכענען. וויל ער דען?? גיי צו און פארטיג! נאאא... ער קען נישט... מקלאמפערשט איז ער דאך א גוטער...

דא באפאלט אים די ווילדער רעכענער-מאן: "צדיק דו ווילסט רעכענען?"
- עעםם... יאאא... איך גיי נאך עפעס נעמען פון שעלוו... איין מינוט.
- דעמאלטס בלאק נישט די ליין. מענטשען ווילן צוקומען דא. (כאילו איינער שטייט דארט... אים קומט זיך עקסטרער צוויי גוטע פעטש, פארן זיין נערוועז שוין אינדערפרי. האסט נישט קיין נערווען צו ארבעטן? גיי צוריק און כולל אריין! באשמוץ נישט אנדערע אידן. פארשטאנען?!).

וויל ער דען עפעס נעמען פון שעלוו?? מאמענטא! דער איז דאך שוין געווען ביים רעדזשיסטער... נעעעעעעע... דער קען פשוט נישט אפאמאכן צי ער איז פארטיג... לו יהא ער איז שוין פארטיג, קען ער דאך נישט דיסיידען צי ער זאל שוין גיין רעכענען, און צי וועלעכער רעדיזשסטער.

אודך! ער האט שוין צוזאם געשטעלט זיין מעניו. ער וויל שוין גיין צום רעדזשיסטער. און... ניין... ער לייגט צוריק אפאר שטאף, טוישט איין, מנעמט עפעס אנדערש.

אפפפס... דער האט באמערקט ווידער. גולדען פלוי טרעקל האט יעצט אראפגעפלאשט 6 קעסטלעך מילך און סטאר אריין. ער יאגט צו צום הויפן קעסטלעך, און נעמט זיך נישטערן פאר א פרישן קאלד-קאפפי. ס'עפעס זאל איך זיין דער משוגענער און טרינקען די אלטע ווען עס איז שוין דא פרישע, בין איך פארנערט? הו, הו, איך נעם שוין א פרישער. און ער טראכט, אההה... נאכאמזל איך האב נאכנישט גערעכנט...
ער שמייכלט זיך אונטער פון זיין גוטע אקציע, בשעת ער ווערט פארענדיגט ארויסשלעפנדיג די קאלד-קאפי פון די מיטעלסטע קעסטל, ווייל לכאורה איז די אויבערשטע קעסטל פון א וואך צוריק, און גולדען פלוי קאן עס פשוט נישט פארקויפן ברענגן זייי דאס נאכאמאל און נאכאמאל אין געשעפט אריין, און זיי לייגן דאס שפעציעל אויבן דער עולם זאל דאס קויפן... פארנארטער חסיד!! און דער טראכט צו זיך, נאאא... נישט מיט מיר!... נאו, נאו, מיר קען מען נישט פארנארען!!

איינער זאגט אז דו ביסט פארנארט? חלילה! מיר ווארטן נאר זאלסט נסתלק ווערן פון די גראסערי און אפמאכן וואס דו ווילסט!
דו אנדיסיידעיבל אידיאט!!

ענדליך, ענדליך! חסדי ההאשעעם. ער איז פארטיג! איז ער דען פארטיג? ס'פשוט שפעט געווארן... ער לויפט און רעכנט. יאַלאַ! ער איז אויפן וועג צום דזשאב...

די קליינווארג - די געלט גייער'לעך

איך זיץ מיר אזוי רואיג אויפן ריקליינער איןן דיינונג רום... איך טרינק מאנגא זאפט... ווען אינמיטן טראך... טראך... קנאק... נאק....

עס האגעלט, עס באמבערט, אויפן טיר אפאר סארטן קלאפערייען. מער אונטען ביי די טיר. בעיקר, די קינדער האבן באפאלן מיין טיר... עס באמבערט... וואסי געשעהן??

איך לויף מיט אן אימפעט צום טיר. ס'נייגער האט געוואקסן נאן סטאַפ... איך שפראל אויף דעם טיר, ווען איך זעה פארנט פון מיר שטייען אפאר צוהיצטע באחנ'טע קינדערלעך. צוויי יונגעלעך מיט די העמדער ארויסגעשליסן פון די הויזן... א פעדער אריינגעשטופט שיף, מער אויבן פון זיין קאלירטן העמד'ל. שיך בענדלעך אפן אינגאנצן. די בענדלעך פון די שיך לויפן אזוי אהין און אהער ווי בריקן פון שטריק, צושלאכעט אינגאנצן...

דער אנדערע יונגעל איז גארנישט צוריק געבליבן. ער מיט זיינע דינע קליינע הויזן טרייגער און שטארק אויסגעוואשענע ליכטיג בלויע הויזן, שוין אפגעיארשענט פון זיין עלטסטע ברודער, וואס דער קליינער געדענקט נישטאמאל זיין חתונה... זוי אלט איזער... דאס הויזן איז אים אפגע'גט פון זיין שיך... אזש עס האט מיר געכאפט א געניץ מיט געלעכטער, וויאזוי דער גייט ארום ווי א מאכער. ווי א גאנצע רייסער מיטזיינע מאדערענער הויזן...

ווייטער דאס קליינטשיגער מיידעלע וואס שלעפט זיך מיט, מיט זיי, ווידער די "טשאָט" הענגט שיף, לינקס אראפ פון די האָר. צובוזשעוועט אינגאנצן דאס קעפל האר, ווי א מאַפ נאכן גוט אויסקלאפן, קוקט דאס ענדערש אויס...

"שטייט דארט די מחנה" אומבאהאלפן... און שרייען אין א כאָר:

"צ – ד – ק - ה...!!!" ----- "צ – ד – ק - ה...!!!"

זיי זינגען איבער און איבער די פאל, מיט זייערע זיסע קוויטשעדיגע קלכ'לך... יעדער שטיפט זיין ראפפעל העכער ווי דער אנדערער אריין אין נאז אריין, כאילו איך זעה די ערשטע מאל אין מיין לעבן די סארט באגריף: "ראפפפפעל!"

דער יונגעל איז אנגעפולט מיט א באנדל ראפפעלס, קוואדערדיגע; ניקעל'דיגע; צען'צענטיגע, אלע סארטן. אן אויסוואל פאר יעדן איינעם. עס הענגט פון צווישן זיינע שמוציגע אויסגעבארדעטע הענט א לאנגער דורכזיכטיגע בעג פיל מיט טשענדזש, וואס ווען די בעג גיסט זיך אויס יעדע רגע אין די האללוועיס און די אפארטמענט בילדינג, פון דעים ראלללללט זיך ווי א "פריסבי" די טענזדש. ס'ווערט אן עקסטרע ספארט די יעגן נאכן ניקל-פעני-דיים.

איך עפן אויף מיין "וואלעט". איך רויב ארויס א טאללער, און איך ווינק צום באזעסענעם יונגעל: טשענדזש ביטע... ס'מיר גוט געווארן. דער האט מיר געעגבן טשענזש פאר א מיליון טאלער. עס האט זיך געגאסן טשענדזש פון אלע זייטן אין די האלל.

איין מינוט, האלט, איך ברענג נאך... ער יאגט אוועק און לויפט אהיים, באגאנבענען זיין קליינע ברודער פושקע. ס'זיינע טשעינדזש... אפשר וועט דאס קלעקן צו דאס איבריגע. איך האלט שוין ביים אפענדיגן דעם דיעל, און מיט א רחמנות געפיל זאג איך אים: "שוין, נע, זאל זיין אזוי... האלט דעם טאלער...

האללללא... ער איז צוריק! שוין, ער נעמט זיך צוזאם, ער גייט דא שרייבן א רעסיט. ער נעמט ארויס ס'זיין פענע. אפפססס, עס שרייבט נישט. פלינקערהייט הייבט ער אויף זיין שיך און שרייבט די ווארט "ע-מ-ל-ק" און מעקט דאס אויס... אין די רגע האט זיך עס גענומען ארבעטן... (האט עס דען געארבעט??). שוין, די פען ארבעט שוין ענדליך... און דא געב איך נאך א כאפ אריין איינמאל צו באטראכטן די באַנדע, וויאזוי זייער רוט פון געלט גיין איז איסגעשטעלט.

דיי חברה פאקן זיך צוזאם און טראסקען אריין זייערע ראפפעלס און די בעגס, און - וילך! מען גייט, רופט אויס די ראש החבורה! אפגעאטעמט. די חברה זענען ביים שכן.

איך גיי צוריק צו מיין ריקליינער. איך ברויך פארענדיגן ס'מייניגע.
אפפפסי... נאכאמאל...
טראך... טראך... קנאקנאק... קאנקנאק...
אודך???

איך גיי אהין, איך זעה דאסמאל די בילד איז אביסעלע אנדערש. יעצט איז דער קליינער געקומען מיט זיינע איבריגע פאמילע מיטגלידער. ער טראגט זיי נאך געלט... ער טוט מצות און מעשים טובים.. דער קליינער זעהל ארבעט אריין שווער! פאר זיין ראפפעל אקציע... און אזוי שפילט זיך איבער און איבער די זעלבע געים יעדע נאכט פאר די קומענדיגע צוויי וואכן, ווילאנג מען וועט נישט צוזאם נעמען די ראפפעלס פון די קינדער.

האטס מיר א גוטן חנוכה קינדער זיסע!

אן אינוועסטמענט פאר בלויזע צוויי טאללער!!!

אן אינוועסטמענט פאר בלויזע צוויי טאללער

איך וואלט זייער געוואלט אויסשמועסן דא, מיט די קלוגע יודעלעך דא. וואס האלט איר וואס איז א גוטער אינוועסטמענט מיט 'צוויי גולדען', וואס קען מען דען טאן מיט אפאָר נאַרישע גראצער 'צוויי טאָללער'.
וואלט יעדער 'בר צוויי טאללער' גאזעגט אז אן אינוועסמענט מיט אפאר גראשן איז בטובה אריינצושמאַסן אינעם לאטערי פאראיין, פון 'מעגא שיליאן', וואס קען שוין דען געשעהן, יא געוואונען - נישט געוואונען, האט מען דערלייגט 'צוויי גולדן' מיטן נישט געוואונען, ווייל ער האַלט דאך אבער אז און די צייט וואלט ער יא געקענט געוואונען ווער ווייסט וויפיל מיליאן, איז עס דעמאלטס נישט אזא פארלוסט אין זיינע אויגן.

אבער איז דא אידן וואס זיי טראכטן נישט פון א 'לאַטערי אינוועסמענטס' ווייל זיי ווייסן זייער גוט אז די 'את צמח' מזל לויפט זיי נאך, און ווען מען לייגט אריין די ניטשטיגע 'צוויי טאָלער' אינעם לאַטערי איז עס א 'מתָּנה לשונאהו בסתר'.
אַלקעפאָנעֶם, האב איך געטראפן א אידל וואס ער האט גראַדע ערפונדן א מוראדיג'ן אויסטרעף וויאזוי צו אויסנוצן זיינע 'צוויי טאָללער' דאן הערט זיין איידיע.

*

ס'איז פרייטאג נאכמיטאג יעדער גייט און מקוה אלעס יאגט זיך, אין איך בין אויך פארמישט אינעם גאנצן הו - הַא, געקויפט א טשאָלענט, איך בייג אריין די קען סאדע גלייך אינעם מויל אריין, שלעפענדיג די לעצטע פּאָר טראָפן דערפון וואס איז מער נישט אזוי געזי.

דא באגעגן איך באגעגן מיין חבר אינגאנצן האָריג זענען זיינע אקסלען, מיטן פאדרייטן קאפל אויף ארויף, וויאזוי די קינדער גייען און א רעגן..... אין ער בעט מיר איך זאל צייגן מיין 'מקוה קארטל' פאר די מאשין אדורך צוגיין די מקוה גראטעס, ער פארענטפערט זיך פאר מיר, אז ער האט נאר געברויכט ארויסגיין צוריק ווייל ער האט פארגעסן זיך אפצושערן ביים שמש באטשי. וועגן דעם קומט ער אריין מיט מיר אינעם מאשין, און מיר דרייען זיך אינאיינעם דורך דעם געיט.

הודו ויודו! איך בין געבליבן לעבעדיג טראץ דער ברייט-וואָגיגער פארשוין וואס האט באוויזן צו אריינשלעפן זיין גוף + זיין מקוה בעג + זיין קליינעם זעהל זיין שיע'לע. ער האט מיר געאָטעמט הויעך און קאפ ווייל ער פירט דא דורך א מיסיע וואס קיינער קאן נישט באווייזן, זיך אדורכקוועטשן א מקוה-ראַטש? אזאנס ווי אים צו קענען באוויזן דאס קומט אראפ איינמאל אין א 'עיבור יאר'.

וואס - און - וועם באמערק איך דא? גארנישט אזוי פשוט, נאאאא, אונטער אונז קומט אריין, נישמערניש ווייניגער מיין לאנג יעריגער שכן, וואס ווייסט אייביג וואס מיינט 'סעיווען א פעני' (ער דרשנ'ט אייביג ווי מען קען איינהאלדן די ביליגסטע 'ספרינג וואסער' און די ביליגטס 'ציין פוץ', נישט קיין חילוק כאמעך פשוט דערמאנט פון זיינע בארימטע עצות) ער קומט אויך צוגיין אינעם מקוה געיט, איך געב אזא קוק, ווי קען זיין אז ער צאלט ווי א טאַטעלע? נאאא דער האט זיכער עפעס א וועג וויאזוי ער נוצט גוט אויס די 'צוויי טאללער' פארן אריינקומען און מקוה, סיניש מעגליך אז ער זאל באצאלן אזוי פיל געלט פאר א 'טונק און א מקוה' העכסענס א שויער אויכעט. פיין אבער צוויי טאללער? הלמאי?

ער קומט אריין אין מקוה און ער שטייט ביי די וועגעלע פון די האנטוכער, איך קוק מיך אזוי צו, און ער געט א צייל אראפ צו זיך פינעף-זעקס האנטוכער. אראפ דערמיט, איבערגעקערט די הויפן האנטוכער. שעלטן זאל דער 'ספּאַניאָלא', פאר דער יודל קוקט אויס די צוזאמגעלייגטע האנטוכער ווי א פעקל טוילעט פאפיר, זאל זיין א האלבן פעקל פאר די היינטיגער מקוה טראכט ער צו זיך, איי די באנדיט. ביי די אינדערהיים נוצט מען 'איין האנטוך' פאר 'פינעף-זעקס' נפשות אפצובאָדן, און גארנישט אים איז דאס א שפיל, פריי דיך אז ער נעמט נישט די גאנצע, ער האט דאך באצאלט צוויי טאללער! ער מעג! ער איז פאָלי גערעכט.

האַלט נאר האַלט! ער גייט צו זיין פלאץ מיט זיין בעג וועש וואס ליגט אינעם 'אֵיי לאָוו ניו יאָרק בעג' ער רוימט אראפ די באנק פון די פארבליבענע האנטוכער 'פיר פינעף' הענגערס ווערט זיינס, מער וויינגיער די באנק גייט אריין אונטער זיין רשות. ער נעמט ארויס זיין מאַפע פון טאַש ארויס, מען גייט פארברענגן היינט. גענוי ווי אפעשמועסט ארויס מיטן 'דבַר יום ביומו' מען נעמט אפיר די צעטעלע, בשעת ווען ער בינד אויף זיינע גרויסע אויסגעטרעטנע שיך מער אפגעריבן פאָרנט. א לאָז אראפ די שיך זאל עס פאלן אינמיטן די דורכגאנג נישט קיין חילוק. אזוי ליינענדיג דעם 'דבר יום' רייבט ער שטארק אריין די פיסלעך אינעם 'ראבָּער' און מקוה אויף דער ערד. ימין ושמאל, מזרח מערב.

זאל נאר דער גוי וואס נעמט צוזאם די האנטוכער אין מקוה פארשטיין די תאווה פון א אידישער 'פיס קראַצעריי' אויפן 'ראבער' און מקוה. אַהההה ממש א חלק פון די טועמיה ערב שבת. נאך א קראץ - נאך א קראץ.

אזוי ליינענדיג ס'צעטעלע טראכט ער צו זיך, אהא ער מאכט אויך הייסט עס א זכר דעם שבת? פשששיהא..... קיינעהארע. אההה דאס איז דער לעצטער קראץ פאר יעצט. אפשר נאך די שויער ווייטער.

ער לויפט אזוי 'באָרוועס' צום שויער זיך שלעפענדיג מיט א האנטוכ'ל כאפן א שווענק בעפאר דעם מקוה, דא נעמט מען מיט, מיט זיך נאר איין האנטוך, איינס-צוויי-דריי ער איז פלינק ער איז שוין אין בור, אנגעהויבן די רוט די וואך ביי די 'לוילכען בור' א סוויטש אריבער צום 'הייסן בור' מען קען דאך נישט תיכף אנהייבן ביים הייסן בור.

אההה.... אהההה.... שעפשעט ער ארויס, אההה. ער אטעמט ארויף אויפן וואסער, ווען נאר זיין באַבערדעלטער קעפל שטעקט זיך ארויס אויפן וואסער פלאך, מיט די הענט זיינער שפילט ער מיט די וואסער, ער שטיפט דאס פארנט. (פארגעסט נישט אלעס פאר צוויי טאָלער) ער הייבט אויף די לינקע פיס. אראפ יעצט איז די רייע פאר די רעכטע פיס. ער פרובירט אויס די 'גרעֶוועֶטי' פון די וואַסער פרעשור. זיצענדיג אזוי אין בור, אויפ-פלעכטענדיג זיין פארקניפטן באַרדע. מיט די פארגלייזטע אויגן באקוקט ער אזוי זיין רייכער אויסגעווייקטער בארד וואס ער פארמאגט. ער טראכט ביי זיך נישטא קיין גרעסערן אויסנוץ פון 'צוויי טאללער' אויף די וועלט.

פאאאךךך....... ער רעגנט אריין איין 'האר' נאכן צווייטן, קוקענדיג דערביי אויפן פילטער פונעם מקוה, באלד גייט שוין די פילטער איינשלונגען זיין טייערער 'האר', ער כאפט נאך דער לעצטער בליק דערויף, נארוואס ארויסגעשליסן פון זיין 'פארקניפטע וואַטע בארד', שוין אָט אָט ביים פילטער. אָפפפפ שוין דארט, יאַללאַ מען קען שוין גיין צוריק צום שויער. די 'האר' איז שוין און פילטער. כן יאבדו כל ה'האר.

שששששששוין ער איז ביים שויער, יעצט הייבט מען אן לייגן אן אויג אויף וועלעכן שויער עס גייט ווערן זיינס פאר די קומענדיגע 'צוואָנציג מינוט' ער שלעפט מיט זיך זיין גרינעם זייף מיט די 'סענדוויטש בעג' אריינגעלייגט דערינען שעמפּאָ. אריין און שויער! גיכער געשוואונד ער רוקט ארויף די שויער אויף ס'מערסטע הייס וואס ס'נאר שייך. ער קוקט אזוי ארויף אויף די רויעך וואס קומט ארויס, יאפ! שוין ראוי פאר אים'ן - ער גייט אריין, ער הייבט אן זיין שויער צונאמי.

האַלללאָא האַלללאָ, שרייט דער יודל וואס קומט יעצט אן ווען ער נעמט אראפ די פיאות פון די אויער און רעדט הויעך און מקוה.. נו. יאג דיך צו דארטן, נו ס'שפעט, שוין באלד שבת. נננו! און גארנישט דער יודל 'באָד' זיך דא, די וואַסער לאנדעט געמיטליך אזוי ארויף אויף זיין רוקן אנע אויפהער א גאנצן צייט, חלילה וועט ער בטעות נישט איבערלאזן דעם שויער פאר א 'רגע בויגן'. עס שפריצט יעצט אינעם סענטער אויפן רוקן, אהההה.... דא דרייט ער די שטיקל פון אויבן פון די שויער, עס זאל גיסן מער וואסער אויפאמאל אין א סענטער ליניע. מער העכער אויפן רוקן ווערט יעצט אויסגעוואשן, אידעלע די ביסט הערליך אויסגעבאָדן, וואסי די געוואשעריי היינט? דער עולם ווארט דא אין די רייעס, אלעס פאר זיינע צוויי טאללער!

נו גיי שוי ארויס ווערט א בהלה, ביי די שויער'ס! ער איז נאך ווייט פון פארטיג יעצט גייט מען הערשט זייפן צוקאפנס, מען נעמט אפיר די באהאלעטנער זעקל מיט די 'שעמפא', און עס קומט פאר אן ארויס-שפריץ פונעם קליינעם בעגי אויפן גרויסן פארשוויצטן קעפל. ווען פון די זייט שפריצט נאך די שויער און זיין ריכטונג. די רוקן איז שוין רויט, די גאנצע געגנט און די שויער איז שוין גוט פארשוויצט, אלעס ארום קען שוין נישט אטעמען. יעדער יאָגט זיך, עס א קורצער פרייטאָג, און דער 'שוואַף' באָד זיך נאך. עעעעענדליך ער איז מיר פארטיג געווארן, אָפפפפס נאך איין שווענק כאפט ער אריין. יצעט נוצט מען מער די לוילעכער וואַסער, כדי צו קענען קומען אביסל צו די כוחות.

אַהההההה מען נעמט אפיר די דריטע 'האנטוך' און מען שפרייזט צום פלאץ, יושששש איז ער אפגעשוואכט, 'אבער לא איכפת ליה' ער שפרייט אויס די האַנטוכער אויף די ערד און אויף די בענק, אלעס ארום איז 'אָנגעהאַנטעֶכט'. מען גרייט זיך צום אנטוען, דאס ווערט אויך געטוען מיט א מוראדיגער אויסגערעכענטקייט, שטאַטליך פון שטאט הייבט ער אויף די האנטוך און ער פארגינט זיך צו 'בלאזן די נאז' דערויף, אזוי ווי עס ווערט געברענג פון דער הייליגער ראפשיצער רב, אז נאך די מקוה איז גרינגער צו שערן די נעגל, ווייל עס איז ווייעך, נוצט ער אויך די מעשה אז אזוי ווי נאך די מקוה איז די 'נאז ווייעך' כאפט אריין א געזונטן אויסבלאז! די גאנצע קערפער ווארפט זיך פונעם אויסבלאז. די מקוה שיסט צוריק די 'ווידער קול' פונעם אויסבלאז. און צוריק צום אנטאן פרשה. ער איז שוין באלד פארטיג. ער געט א בליק אויפן זייגער און ער זעט ווי שפעט עס איז געווארן. שוין דא מאכט ער עס שוין איינס צוויי, אנגעטוען די באָרד וועט מען שוין מוזן מאכן אויפן וועג אהיים. ער גייט ארויס איבערלאזענדיג זיין פלאץ מיט 4 אויסגעבלאזענע פארשליימטע האנטוכער.

געענדיגט מיט די מקוה פאר די וואך. יעצט שטעלט אייך פאר, וויפיל האט דער יודעל געספענד פאר אזא שוויץ מיט אזא שויער מיט זיין מקוה/ספּאַ ווי ער רופט דאס. פאר נישטיגע 'צוויי גולדן'

אהההה אידישע נשמות, דאס איז אן אינוועסמענט! דאס הייסט אויגענוצט גוט די געלט!
דער קארגער שוויין גיי בלאז דיך די נאז און קראץ די פיס און קעם דיין בארד, ערגעץ אנדערש ווי.

דיין שכן און מקוה.