Monday, July 28, 2008

אן אינוועסטמענט פאר בלויזע צוויי טאללער!!!

אן אינוועסטמענט פאר בלויזע צוויי טאללער

איך וואלט זייער געוואלט אויסשמועסן דא, מיט די קלוגע יודעלעך דא. וואס האלט איר וואס איז א גוטער אינוועסטמענט מיט 'צוויי גולדען', וואס קען מען דען טאן מיט אפאָר נאַרישע גראצער 'צוויי טאָללער'.
וואלט יעדער 'בר צוויי טאללער' גאזעגט אז אן אינוועסמענט מיט אפאר גראשן איז בטובה אריינצושמאַסן אינעם לאטערי פאראיין, פון 'מעגא שיליאן', וואס קען שוין דען געשעהן, יא געוואונען - נישט געוואונען, האט מען דערלייגט 'צוויי גולדן' מיטן נישט געוואונען, ווייל ער האַלט דאך אבער אז און די צייט וואלט ער יא געקענט געוואונען ווער ווייסט וויפיל מיליאן, איז עס דעמאלטס נישט אזא פארלוסט אין זיינע אויגן.

אבער איז דא אידן וואס זיי טראכטן נישט פון א 'לאַטערי אינוועסמענטס' ווייל זיי ווייסן זייער גוט אז די 'את צמח' מזל לויפט זיי נאך, און ווען מען לייגט אריין די ניטשטיגע 'צוויי טאָלער' אינעם לאַטערי איז עס א 'מתָּנה לשונאהו בסתר'.
אַלקעפאָנעֶם, האב איך געטראפן א אידל וואס ער האט גראַדע ערפונדן א מוראדיג'ן אויסטרעף וויאזוי צו אויסנוצן זיינע 'צוויי טאָללער' דאן הערט זיין איידיע.

*

ס'איז פרייטאג נאכמיטאג יעדער גייט און מקוה אלעס יאגט זיך, אין איך בין אויך פארמישט אינעם גאנצן הו - הַא, געקויפט א טשאָלענט, איך בייג אריין די קען סאדע גלייך אינעם מויל אריין, שלעפענדיג די לעצטע פּאָר טראָפן דערפון וואס איז מער נישט אזוי געזי.

דא באגעגן איך באגעגן מיין חבר אינגאנצן האָריג זענען זיינע אקסלען, מיטן פאדרייטן קאפל אויף ארויף, וויאזוי די קינדער גייען און א רעגן..... אין ער בעט מיר איך זאל צייגן מיין 'מקוה קארטל' פאר די מאשין אדורך צוגיין די מקוה גראטעס, ער פארענטפערט זיך פאר מיר, אז ער האט נאר געברויכט ארויסגיין צוריק ווייל ער האט פארגעסן זיך אפצושערן ביים שמש באטשי. וועגן דעם קומט ער אריין מיט מיר אינעם מאשין, און מיר דרייען זיך אינאיינעם דורך דעם געיט.

הודו ויודו! איך בין געבליבן לעבעדיג טראץ דער ברייט-וואָגיגער פארשוין וואס האט באוויזן צו אריינשלעפן זיין גוף + זיין מקוה בעג + זיין קליינעם זעהל זיין שיע'לע. ער האט מיר געאָטעמט הויעך און קאפ ווייל ער פירט דא דורך א מיסיע וואס קיינער קאן נישט באווייזן, זיך אדורכקוועטשן א מקוה-ראַטש? אזאנס ווי אים צו קענען באוויזן דאס קומט אראפ איינמאל אין א 'עיבור יאר'.

וואס - און - וועם באמערק איך דא? גארנישט אזוי פשוט, נאאאא, אונטער אונז קומט אריין, נישמערניש ווייניגער מיין לאנג יעריגער שכן, וואס ווייסט אייביג וואס מיינט 'סעיווען א פעני' (ער דרשנ'ט אייביג ווי מען קען איינהאלדן די ביליגסטע 'ספרינג וואסער' און די ביליגטס 'ציין פוץ', נישט קיין חילוק כאמעך פשוט דערמאנט פון זיינע בארימטע עצות) ער קומט אויך צוגיין אינעם מקוה געיט, איך געב אזא קוק, ווי קען זיין אז ער צאלט ווי א טאַטעלע? נאאא דער האט זיכער עפעס א וועג וויאזוי ער נוצט גוט אויס די 'צוויי טאללער' פארן אריינקומען און מקוה, סיניש מעגליך אז ער זאל באצאלן אזוי פיל געלט פאר א 'טונק און א מקוה' העכסענס א שויער אויכעט. פיין אבער צוויי טאללער? הלמאי?

ער קומט אריין אין מקוה און ער שטייט ביי די וועגעלע פון די האנטוכער, איך קוק מיך אזוי צו, און ער געט א צייל אראפ צו זיך פינעף-זעקס האנטוכער. אראפ דערמיט, איבערגעקערט די הויפן האנטוכער. שעלטן זאל דער 'ספּאַניאָלא', פאר דער יודל קוקט אויס די צוזאמגעלייגטע האנטוכער ווי א פעקל טוילעט פאפיר, זאל זיין א האלבן פעקל פאר די היינטיגער מקוה טראכט ער צו זיך, איי די באנדיט. ביי די אינדערהיים נוצט מען 'איין האנטוך' פאר 'פינעף-זעקס' נפשות אפצובאָדן, און גארנישט אים איז דאס א שפיל, פריי דיך אז ער נעמט נישט די גאנצע, ער האט דאך באצאלט צוויי טאללער! ער מעג! ער איז פאָלי גערעכט.

האַלט נאר האַלט! ער גייט צו זיין פלאץ מיט זיין בעג וועש וואס ליגט אינעם 'אֵיי לאָוו ניו יאָרק בעג' ער רוימט אראפ די באנק פון די פארבליבענע האנטוכער 'פיר פינעף' הענגערס ווערט זיינס, מער וויינגיער די באנק גייט אריין אונטער זיין רשות. ער נעמט ארויס זיין מאַפע פון טאַש ארויס, מען גייט פארברענגן היינט. גענוי ווי אפעשמועסט ארויס מיטן 'דבַר יום ביומו' מען נעמט אפיר די צעטעלע, בשעת ווען ער בינד אויף זיינע גרויסע אויסגעטרעטנע שיך מער אפגעריבן פאָרנט. א לאָז אראפ די שיך זאל עס פאלן אינמיטן די דורכגאנג נישט קיין חילוק. אזוי ליינענדיג דעם 'דבר יום' רייבט ער שטארק אריין די פיסלעך אינעם 'ראבָּער' און מקוה אויף דער ערד. ימין ושמאל, מזרח מערב.

זאל נאר דער גוי וואס נעמט צוזאם די האנטוכער אין מקוה פארשטיין די תאווה פון א אידישער 'פיס קראַצעריי' אויפן 'ראבער' און מקוה. אַהההה ממש א חלק פון די טועמיה ערב שבת. נאך א קראץ - נאך א קראץ.

אזוי ליינענדיג ס'צעטעלע טראכט ער צו זיך, אהא ער מאכט אויך הייסט עס א זכר דעם שבת? פשששיהא..... קיינעהארע. אההה דאס איז דער לעצטער קראץ פאר יעצט. אפשר נאך די שויער ווייטער.

ער לויפט אזוי 'באָרוועס' צום שויער זיך שלעפענדיג מיט א האנטוכ'ל כאפן א שווענק בעפאר דעם מקוה, דא נעמט מען מיט, מיט זיך נאר איין האנטוך, איינס-צוויי-דריי ער איז פלינק ער איז שוין אין בור, אנגעהויבן די רוט די וואך ביי די 'לוילכען בור' א סוויטש אריבער צום 'הייסן בור' מען קען דאך נישט תיכף אנהייבן ביים הייסן בור.

אההה.... אהההה.... שעפשעט ער ארויס, אההה. ער אטעמט ארויף אויפן וואסער, ווען נאר זיין באַבערדעלטער קעפל שטעקט זיך ארויס אויפן וואסער פלאך, מיט די הענט זיינער שפילט ער מיט די וואסער, ער שטיפט דאס פארנט. (פארגעסט נישט אלעס פאר צוויי טאָלער) ער הייבט אויף די לינקע פיס. אראפ יעצט איז די רייע פאר די רעכטע פיס. ער פרובירט אויס די 'גרעֶוועֶטי' פון די וואַסער פרעשור. זיצענדיג אזוי אין בור, אויפ-פלעכטענדיג זיין פארקניפטן באַרדע. מיט די פארגלייזטע אויגן באקוקט ער אזוי זיין רייכער אויסגעווייקטער בארד וואס ער פארמאגט. ער טראכט ביי זיך נישטא קיין גרעסערן אויסנוץ פון 'צוויי טאללער' אויף די וועלט.

פאאאךךך....... ער רעגנט אריין איין 'האר' נאכן צווייטן, קוקענדיג דערביי אויפן פילטער פונעם מקוה, באלד גייט שוין די פילטער איינשלונגען זיין טייערער 'האר', ער כאפט נאך דער לעצטער בליק דערויף, נארוואס ארויסגעשליסן פון זיין 'פארקניפטע וואַטע בארד', שוין אָט אָט ביים פילטער. אָפפפפ שוין דארט, יאַללאַ מען קען שוין גיין צוריק צום שויער. די 'האר' איז שוין און פילטער. כן יאבדו כל ה'האר.

שששששששוין ער איז ביים שויער, יעצט הייבט מען אן לייגן אן אויג אויף וועלעכן שויער עס גייט ווערן זיינס פאר די קומענדיגע 'צוואָנציג מינוט' ער שלעפט מיט זיך זיין גרינעם זייף מיט די 'סענדוויטש בעג' אריינגעלייגט דערינען שעמפּאָ. אריין און שויער! גיכער געשוואונד ער רוקט ארויף די שויער אויף ס'מערסטע הייס וואס ס'נאר שייך. ער קוקט אזוי ארויף אויף די רויעך וואס קומט ארויס, יאפ! שוין ראוי פאר אים'ן - ער גייט אריין, ער הייבט אן זיין שויער צונאמי.

האַלללאָא האַלללאָ, שרייט דער יודל וואס קומט יעצט אן ווען ער נעמט אראפ די פיאות פון די אויער און רעדט הויעך און מקוה.. נו. יאג דיך צו דארטן, נו ס'שפעט, שוין באלד שבת. נננו! און גארנישט דער יודל 'באָד' זיך דא, די וואַסער לאנדעט געמיטליך אזוי ארויף אויף זיין רוקן אנע אויפהער א גאנצן צייט, חלילה וועט ער בטעות נישט איבערלאזן דעם שויער פאר א 'רגע בויגן'. עס שפריצט יעצט אינעם סענטער אויפן רוקן, אהההה.... דא דרייט ער די שטיקל פון אויבן פון די שויער, עס זאל גיסן מער וואסער אויפאמאל אין א סענטער ליניע. מער העכער אויפן רוקן ווערט יעצט אויסגעוואשן, אידעלע די ביסט הערליך אויסגעבאָדן, וואסי די געוואשעריי היינט? דער עולם ווארט דא אין די רייעס, אלעס פאר זיינע צוויי טאללער!

נו גיי שוי ארויס ווערט א בהלה, ביי די שויער'ס! ער איז נאך ווייט פון פארטיג יעצט גייט מען הערשט זייפן צוקאפנס, מען נעמט אפיר די באהאלעטנער זעקל מיט די 'שעמפא', און עס קומט פאר אן ארויס-שפריץ פונעם קליינעם בעגי אויפן גרויסן פארשוויצטן קעפל. ווען פון די זייט שפריצט נאך די שויער און זיין ריכטונג. די רוקן איז שוין רויט, די גאנצע געגנט און די שויער איז שוין גוט פארשוויצט, אלעס ארום קען שוין נישט אטעמען. יעדער יאָגט זיך, עס א קורצער פרייטאָג, און דער 'שוואַף' באָד זיך נאך. עעעעענדליך ער איז מיר פארטיג געווארן, אָפפפפס נאך איין שווענק כאפט ער אריין. יצעט נוצט מען מער די לוילעכער וואַסער, כדי צו קענען קומען אביסל צו די כוחות.

אַהההההה מען נעמט אפיר די דריטע 'האנטוך' און מען שפרייזט צום פלאץ, יושששש איז ער אפגעשוואכט, 'אבער לא איכפת ליה' ער שפרייט אויס די האַנטוכער אויף די ערד און אויף די בענק, אלעס ארום איז 'אָנגעהאַנטעֶכט'. מען גרייט זיך צום אנטוען, דאס ווערט אויך געטוען מיט א מוראדיגער אויסגערעכענטקייט, שטאַטליך פון שטאט הייבט ער אויף די האנטוך און ער פארגינט זיך צו 'בלאזן די נאז' דערויף, אזוי ווי עס ווערט געברענג פון דער הייליגער ראפשיצער רב, אז נאך די מקוה איז גרינגער צו שערן די נעגל, ווייל עס איז ווייעך, נוצט ער אויך די מעשה אז אזוי ווי נאך די מקוה איז די 'נאז ווייעך' כאפט אריין א געזונטן אויסבלאז! די גאנצע קערפער ווארפט זיך פונעם אויסבלאז. די מקוה שיסט צוריק די 'ווידער קול' פונעם אויסבלאז. און צוריק צום אנטאן פרשה. ער איז שוין באלד פארטיג. ער געט א בליק אויפן זייגער און ער זעט ווי שפעט עס איז געווארן. שוין דא מאכט ער עס שוין איינס צוויי, אנגעטוען די באָרד וועט מען שוין מוזן מאכן אויפן וועג אהיים. ער גייט ארויס איבערלאזענדיג זיין פלאץ מיט 4 אויסגעבלאזענע פארשליימטע האנטוכער.

געענדיגט מיט די מקוה פאר די וואך. יעצט שטעלט אייך פאר, וויפיל האט דער יודעל געספענד פאר אזא שוויץ מיט אזא שויער מיט זיין מקוה/ספּאַ ווי ער רופט דאס. פאר נישטיגע 'צוויי גולדן'

אהההה אידישע נשמות, דאס איז אן אינוועסמענט! דאס הייסט אויגענוצט גוט די געלט!
דער קארגער שוויין גיי בלאז דיך די נאז און קראץ די פיס און קעם דיין בארד, ערגעץ אנדערש ווי.

דיין שכן און מקוה.

No comments: