Monday, July 28, 2008

מאכן א פאספארט ? נאו וועי

היינט ביניך ב"ה אויפגעשטאנען און א גוטן מוט, מען גייט היינט אסאך אנקומען, די ערשטע זאך אויף די ליסטע איז טאקע לויפן און מקוה ווי א יוד. און דאווענען שחרית מיטן כוונה, און אזוי אז אלעס וואס גייט היינט פאראיבערגיין זאל ווערן דורכגעפריט מיט א שלימות און דער באשעפער זאל טאקע העלפן אויף ווייטער, דאס האב איך מיר אינזין ביי יעדע טריט וואס איך שטעל אויף די קאלטע ערד ווען איך גיי און ביהמ"ד אריין.

שוין וואכן וואס איך גרייט מיר צו די טאג. וואס גייט מען היינט אויפטוען? אהה היינט גייט מען מאכן א 'פאספארט', געענדיגט מיט די צייטן פון בארגן יענעמ'ס פאספארט, נעכטן ביי די נאשעריי מיטינג פארן גיין שלאפן איז געווען 'נמנו וגמרו' מ'גייט יא מאכן אן אייגענעם, איינמאל פאר אלעמאל מעג איך שוין אויך האבן. "איך בין שוין גענוג גרויס דערפאר" איך האב שוין אפילו א סעלפאן ווי איך שיק כסדר טעקסט מעסדעזשעס ווי אלע יונגעלייט.
נו א 'פאספארט' קען איך נישט קריגן?. זיכער קען איך, איך דארף דאס נאר גיין אפפנעמען.
דאס איז די ערשטע זאך וואס האט מיר געגריצעלט היינט בשעת ווען איך האב צוזאם געדרייט מיין פיאות אראפ קוילערנדיג פון מיין שטערן נאסערהייט און מקוה.

עס איז שוין ב"ה נאכן דאווענען איך פאק מיך איין פרישטיג מיט מיינע פאפירן, איך וועל שוין עסן פרישטיג דארט און פאסט אפיס, אזוי זאג איך מיין ווייבל, הארך–אויס, אז זיי מאכן פאספארטן, שטעלן זיי אוודאי צו א 'לאנטש רום' פאר די מענטשען וואס קומען דארט 'אזוי גלייב איך'
אצינד; איך מאך די לעצטע צוגרייטונגען פארן מאכן די פאספארט, איך געב נאך איינמאל א מאך זיכער אז די בילד שטימט מיט מיין פנים, איך שטיי נעבן די 'אויווען' ביי מיר אינדערהיים און איך לאך צו מיין בילד, און אלעס קלאפט, 'הילך'!

מיין שיך איז גוט שטארק צוגעבונדען, און איך קען וואקן און 'פאסט אפיס' אריין, אפילו עס איז אביסעלע ווייט, היינט איז גארנישט ווייט פאר מיר, אבער טאקע פארדעם האך איך אויסגעוועלט דער טאג ווי היינט ווייל איך בין און די גוטע מוט פון א געזונטער וואק.

איך שלעפ מיך און די גאסן מיט מיינע פעק, און איין זייט די 'פעד-עקס' ענוועלאפ מיט די נויטיגע פאפירן, און די אנדערע האנט די גראסערי בעג מיט איר פרישטיג אויסגעשטעלט ווי א פאזזעל אין די בעג. איך גריס יעדן אויפן גאס אפילו איך קען אים נישט, ווייל היינט איז אלעס אויסגעשטעלט פאר מיר.
איך קום אריין און פאסט אפיס, הו א גרויסער ליין היינט, אההה איך זעה יעדער האט היינט אויסגעוועלט די טאג צו מאכן די 'פאספארט' ווי גוט איך האב צוגעטראפן. איך שטעל מיך און די ליין, אזוי שטייענדיג און די ליין געב איך א פרעג דעם שכן פאר מיר צו ער קען וואטשטן מיין פלאץ און גי ליין, ווייל איך וויל קודם גיין און 'לאנטש רום' אפאר מינוט, עסן מיין 'שנה ראשונה פרישטיג', און איך קום תיכף צוריק, און יענער קוקט מיר אפ ווי אראפ פון די וואלקענעס, ווי גייסטו? אינטערעסירט ער זיך ביי מיר. זאג איך און לאנטש רום, פרעגט ער מיר וואס הייסט? אההה די האסט געמיינט אז דא איז א כולל? מען שטעלט דא צו.. אפשר זאלן זיי צושטעלן פרישטיג אויכעט, טא פארוואס האסטע בכלל מיטגעברענגט, אז אויב שטעלסט דיך פאר אז מען שטעלט דא אלעס צו, זאג איך אים נאאאא איך האב א פראבלעם מיט די כשרות, בקיצור.. נישטא קיין 'לאנטש רום'. איז נישט, דאס גייט מיר אבער נישט הארגענען, איך קען ווייטער מאכן אומגעשטערט מיין 'פאספארט'.

עס ווערט שוין מיין רייע, איך גיי צום פענסטער. איך שטופ ארונטער מיינע נויטיגע פאפירן, אלעס וואס מען האט מיר געהייסן מיטנעמען, און אלעס איז געווען איינגעפאקט און מיין 'פעד-עקס' ענוועלאפ וואס מיין ווייב האט פארשאפט פון איר אפיס.

און די רשענ'טע הייבט אן נישטערן מיינע פאפירן, און זי נעמט די בילד אפיר און די הענט. איך טו אויס מיין גלעזער, אפשר וויל זי זיכער מאכן אז מיין שיעור פיאות איז אויפן מקום הראוי. ניין זי וויל עפעס אנדערש, עס ווערט מיר גוט. זי זאגט מיר 'איך מוז מיטברענגען איינעם פון מיין משפחה וואס זאל עדות זאגן אז איך בין דאס' עס איז נישט גענוג די פארפירן וואס איך האב פראוויידעד. עס איז ווערט 'נול' נאר אויב ברענג איך מיט, מיט מיר א פאמיליע מיטגליד.
ווווואאאאאאססס??? איז געווען מיין שאקירענדע פראגע, מיין הוט איז מיר פשוט אראפגעפאלן פאר שרעק.
און זי זאגט איבער די זעלבע ווערטער נאכאמאל שטאט און הויעך, אז נאך מענטשען זאלן זיך ארויסדרייען און איר געבן גערכעט.

שיקסע איינער, ווער געהאנגען! און דא האב איך געמוזט טוישן מיין מוט און איך האב מיך גענומען שרייען "גענוג געווען - איך וועל ווייטער נוצן אן צווייטנ'ס פאספארט - אזוי ווי איך האב געטוען ביז יעצט"
און ארויס געיאגט פון דארטן.

*

איך ברענג פשוט מיין טראגעדיע ווייל איך וויל יעדער זאל וויסן וואס די היינטידגע וועלט איז, זיי ווילן אז מענטשען זאלן ענדערש נוצן א צווייטנס פאספארט, ווי איידער מאכן אן אייגענעם.
נאו וועי איך טריי אפילו נישט נאכאמאל, רשעים כים נגרש!

No comments: