Monday, July 28, 2008

מוחל טובות: געֶניש קיין סאַפּפער, אָבער האַרגֶע מיך נישט.

שרה יענטי קומאַהער שנעעעעל.... ברענג מיט די מאַפ מיט דיר, ניין ניין נישט די גאנצע מאַפ.... נאר די שטעקן דריי עס אראפ שנעעעעעעל פון די אונטערשטע שטיקל פון די מאפ. נוווו ברענג עס שוין..... נאָאאא.

איך זעה ווי 'חזקי' איז אראפ געבויגן אונטער'ן גרויסן פליישיגן פריזער און ער זוכט אין זוכט עפעס דארט. זיין טאַמעגאַטשי? נאא. ער האט דאס שוין אויסגעוואקסן. וואס גייט פאר? וואס זוכט ער אזוי קריטיקעל. ער וויינט דארט. ער האקט אריין זיין שיך אין די פלאר פאר כעס.

שרה יענטי: חֶזזזזקי... יוששש - מעסאַרִררררי.... ווען זי דרוקט שטארק ארויס די 'רֵיש' מיט ס'מערסטע מאָס געגאָסענעם כ'ענגליש. טיפיקעל 'טוירד גרעֶידער', איך קען נישט יעצט, איך האלט אינמיטן סטאָדיען פאר א פיינעל-טעסט. און אין... אין... אין... נעקסטע וואך איז ריפאָרט קארדס. אָםםם אָםםם... סאו פלללליז באַדער מיך נישט יעצט חזקי.

קום שוין יענטי! באפעלט 'חזקי' מיט א שטרענגערע טאן.

פליזזזז איך קען נישט... לאה'לע גיי דו, העלף אים...

לאלה'לע: כ'וויל נישט, עער האט עעםםם...

דא האט זיך מיסיס זעמלאן אנגערופן צו די קינדערלעך, נו קינדער! פארפירט'ס נישט דארט, קריגטס ענק שוין נישט ארום, 'חזקי און לאה'לע' הערטס אויף צו שרייען. חַנצי גיי אריין אין בעט, אויב גייסטו נישט יעצט אריין אין בעט באקומסטע נישט קיין ריסעס מארגן. (חנצי: מושי האט זיך נאך אויך נישט אויסגעטוען..)

שששאא..... איך קען נישט הערן קיין איין ווארט אויפן טעלעפאן, שרייט מיסיס זעמלאן נאכאמאל אויף די קינדער, בשעת ווען איר 'טוירבּאַן' איז ארויפגערוקט האלבוועגס ארויף אויפן אויער, אין די פריש ריטשארדזש'טען קארדעלעס אין איר לינקן הענט. אין מ'רעדט פון די גרויסע 'מעיסיס ספעשל'.

ענדליך האט 'חזקי' זיך אויפגעהויבן פון דארט, די זוך אקציע איז געקומען צו א מאסיווער ענדע. ער האט באוויזן צו ארויסשמאגלן זיין פארלוירענעם 'קאָגעלע' וואס ער האט אזוי געזוכט דארטן. שמוציג איז אים די קאַפל ווי נאכן בויען א בודקע און קעמפ. האַקענדיג מיט א שטיין צובויגענע ראָסטיגע נעגל, אבער. הִי גאַט איט דאָן! דער 'קאָגעלע' איז בעֶק טו יוסִידזש!
איך גיי מיר אריין און דיינונג רום עסן 'סאפפער', היינט בין איך געקומען צום שוויגי. איך האלט אבער אביסל מיט ווי די געשרייען אין די נעקסטע שטוב און 'פלעי רום' שלאגן זיך די קינדער ארום, עס גייט די טענער העכער און העכער. 'יעסס פּאָלי-פּאָלי פּאַך-פּאַך' שרייט חֶזקי... ווייל ער איז שוין גרויס ביי אים קען אלעס זיין 'כָּל החומרות', 'נאו פּאָלי-פּאָלי פּאַך –פּאַך' בעט זיך איין ביי אים דער קליינער מושי. ניין 'כל הקולות'. מען שפילט זיסלעך ווייטער, די קולות גייען אודךָ איך שפיל-נישט מיט-דיר, מאך איבער 'טשענדזשיס'. העי האסט אויסגעלאזט פָּץ. ביסט א טשידער! אייביג מיינסטו אז די דארפסט געוואונען. געב עס אהער די גאַאאאאנעב, געב אהער. עסט כאפן. מ'סטראשעט זיך איינער דעם צווייטן מיט אז מען גייט זיך אנבויק'רן. אין דא האט זיך געענדיגט מיט די שפיל.

איך זיץ מיר אבער אזוי געמוטליך איך עס מיין 'פלעיט' היינט איז דא 'טשיקען קאָטלעטס' אין די זייט איז שוין דא די 'סייד-דיש'. היינט איז גוט. עס איז געלונגען גאנץ קריספּי די 'קאָטלעטס'. 'אֵיי קעֶנט רִיללִי קאָמפלעֶין – ריגאַרדס אִיטס קאָלד עֶס עֶי פִּיס אָף אֵייס' משלונג'מער נאכאנאד שטיקער. דא ווערט עס אביסל קאמפילצירט מען ברויך נוצן די האלב אויסגעוואשענעם גאָפּל. וואס די פיצי שוועגערין האט אריינגעברענגט אין ארויפגעטראסקעט אויפן טיש ארויף.

איך עס רואיג ווען אויפאמאל. אֵייייטטששש.......... העֶעי.... וואס איז דעס געווען? א זעץ אין מיין 'היטל' אריין. אֵייטטטטשששש..... נאכאיינס, וואָסִידאָס? וואס גייט דא פאר? עס האגעלט אריין שטיינער. פון ווי? ס'קען נישט זיין, איך האב דזשאסט געהערט אז מען האט איבערגעבויט דא. דאן האב איך הערשט באמערקט ווי דער קליינער/גרויסער 'חֶזקי' האט מיר געוואלט צייגן וויאזוי ער קען שוין 'דזשאָגלען חֵף', ווואָאאאאָאָםםםם..... ווווואאאאַאאאאפּפּפּ..... אריין אין מיר אריינגעדזשאגעלט... נאך א מזל איך האב געהאט פאָטעטעס אין מיין היטל.

נאך איינמאל גייט ער טרייען, יעצט קומט 'על-יד חֵף' אדער 'פאטש חֵף' נאך פאר איך האב געהאט אן אַפּשעֶן פון זיך אוועקדרייען. פון די דזשאגעלדיגע קאגעעלעך איז געפלויגן נאך קאָגעלעך אינעם גאנצן דיינונג רום. אין אין מיין טעעלער עסן. סאיז צופלויגן די עסצייג אויף אלע זייטן. אזש מען האט געקענט מיינען אז ער האט דאס אוועקגעטראסקעט פאר כעס פון 'פּאָלי-פאָלי-פּאַך-פּאַך' תקנה. וואס דער קליינער מושי האט געוואלט איינפירן. "טערעסאנט. ווייל איך געדענק אז מען פלעגט נאר האבן 5 קאגעלעך, אין ר'האט עפעס געהאט א גוטע פאר שטיק"

דא האך מיך צוזאם געקלאבן אין אפגעעענדיגט מיטן סאפפער. איבערלאזמדיג די קאלטע קאטלעטס. צושמירט מיט פיקל זאפט. אנגעווארפן מיט קאגעלעך ביניך געווען. פון 'היטל' ביז 'פיס'.


האמער א גוטע נאכט שוויגי.

No comments: