Monday, July 28, 2008

דו אנדעסיידעיבל אידיאט! - ביידע ארטיקלעך

דו אנדעסיידעיבל אידיאט!
וואס מיינט "אנדיסיידעיבל"?
איז דאס א מין עסן? ווערעם? קריכעדיגע זאך? נאס? הארט?
נאאאא עס איז נישט נאר ביי יונג, עס איז ביי אלטע אויכעט...

לאמיר זיך אריינווארפן אין איינעמס זעקל, פון וואס ליידט אויף "אנדיסיידעיבליטי":
- זאל איך יא שרייבן דעם ארטיקל, צי נישט? איך קען נישט דיסיידען. הללאא, יא צי ניין? נו מאך, ווילסט נישט? איז נישט! אקעי איז נישט. קיינער צווינגט דיר נישט. האסט די ברירה, פארשפאר דיין מייקראוספט און גאפל דיך אפ און מאך עקסערסייז מיט דיינע פינגער ערגעץ אנדערש וואו...
- אקעי, נאך זיך ראנגלען מיט די מחשבה האב איך אפגעמאכט איך גיי יא שרייבן, און... באאאממממס... ניין... נישט... לא- מיט אן אלף! מען שרייבט נישט.
- אקעי... אקעי... יא, איך שרייב יא!
וואס איז דאס? אנדיסיידעיבל.. דאס קוועטשט...

אהההה, די אנדיסיידעבילעטי הייבט זיך אן גלייך אינדערפרי. ווען מען גייט ארויס אינדערפרי צוגיין אין שול הייבט זיך אן די געים:
- אין וועלעכע שול גייט מען? איך האב דאך 4 שולן און מיינע קומענדיגע 100 פיס.
- ווא-האקסטו אין קאפ? גיי אריין אין די נענסטע!
- יא, אבער... אבער... די מקוה... די מנין... "די בעל תפלה"... אבער... אבער...
- נו, גוט. גיי דא... נו, גיי שוין... "גיי נישט!"
- אפגעמאכט מען גייט דא...

ער שמירט זיך אריין אין שולכ'ל, און... ויתרצצו... די מחשבות שפרונגען ווי קליינע אויסגעווייקטע ראממ באללס, אהין און צוריק. איינער שרייט, גיי ארויס, גיי אוועק, פון די שול, און דער אנדערער פרובירט דאס זיינציגער און גובר זיין... בלייב יא.

וואס איז? איינער וויל דיר באגאנבענען דיין נייע תפילין ר"ת?? צי איינער גלייכט דיין נייע שיך?? די אידיאט!! קיינער קוקט נישט אויף דיין שיך! אויסער דו. און בשעתן טראכטען אז איינער וויל גאנבענען זיין שיך, כאפט ער נאך א בליק שנעל דערויף, כדי אריינצוכאפן די לעצטער בליק פאר עס ווערט געגאנבעט...

שוין, געכפאט א פלאץ אין מקוה. וואו זעצט מען זיך? מען וואקט ארום מיטן האנטוך אין מקוה, עס קוקט אויס ווי ער זוכט וועם אפצווישן, אבער נ'אמתן זוכט ער דאס פלעצל... ער זוכט און זוכט ווי געלערנטער זוכער... (ער קוקט אן יעדן וואס אים דאכצעך אז יענער קוקט אים אן, מיט א שיפער בליק. האאללא... וואס קוקסטע? יא, יא, מען קוקט ווי דו ביסט אנדיסיידעיבל!.. אזוי מייינסטו, וואס?? אההה קיינמאל!!) און גארנישט, ער זעצט זיך אראפ אויף די זעלבער פלאץ ווי ער איז נעכטן געזיצן!

"פאאנני וואן". וואס האסטו דיר בכלל ארום געוואלגערט ווי א געלט גייער אין מקוה? ווען ביסט אריינגעקומען האט אויסגעזעהן אז די זוכסט א צאמלייג בענקל, און גארנישט, "די לוזזזער", אויפן זעלבן פלאץ זיצטו!!

מען קומט ארויף, הייבט זיך אן א נייע סעסשאן. מיט די מנינים.. זאל איך דאווענען מיט די מנין? זיך יא מיטכאפן, זיך נישט? ס'פראגע! וואס איז דיין פראבלעם, דא האסטע מנינים יעדע 15 מינוט. העטליסט דארפסטו דיך נישט מיט כאפן... נעם א מנין און הולך פון די שול ".

דו אנדיסייעדעיבל מענטש"!! טרראכט ער צו זיך, אז יעדער טראכט אזוי אויף אים יעצט בשעתן זיך קוועטשן אין די האללועיס מיט זיין ריזיגן תפילין בייטל, קוקנעדיג אויף צוריק און וועם ער האט אריינגעבאמט, אפשר האט ער אויסגעגאסן יענעמס קאווע.

אינגערמאן! האסט נישט אויסגעגאסן קיינעמס קאווע. קענסט נעמען וועלכע מנין דו ווילסט. קיינער דארף נישט דיין שיך, דערווייל. עס גייט קיינעם נישט אן אויף וועלכע באנק דו טוסט אויס דיינע וועש אין מקוה. קענסט נעמען פיר האנטוכער, עס גייט קיינעם נישט אן, ס'אויסער דעם מקוה אידעלע... ס'חילוק זאל ער שעלטן נ'איינוועגס...

נו, גוט, מ'דאווענט שוין ענדליך. ס'עולם ענטפערט שוין נקדישך און דער שפוקעלירט נאך צי ער האט געזאגט טל מטר... ברכה... יא ניינציג טעג נישט ניינציג טעג... עס שפילט זיך אפ ביי עם אין קאפ ערענסטע מעשיות... טראכט און טראכט... ער טראכט בעיקר, אז איך האב געזאגט, ווייל געווענליך געדענק איך גוט...

עניוועיס, פרטים יבואו.

***********




די אנדיסיידעיבל אידיאט!! (2)
אין גראסערי פארן ארבעט...

נו, גוט, העלעך אריינגיין אין גראסערי כאפן אפאר הייסע בייגעלעך מיט א שניץ טונא ארויפגעפארבט, כדי צו מקיים זיין דריי מצות און א שאס, ואכלת... ושבעת... וברכת.. סארא פראבלעם האב איך דען??

יא קויפן, נישט קויפן היינט?? וואס טו איך ??

איך דעזעה מיר ענדליך אויפן הויפט גאס פיל מיט גראסעריס. וואו גיי איך? אין וועלעכע גיי איך אריין? ממש איך קען נישט דסיידען. ס'טו געהערט אזאנס?? לויף און קויף! און ווער פארשוואונדען! דער אידיאט קען נישט אפמאכן, וואו גיי איך ענדערש. ער האט געהערט פון ס'קראנטע קוועלער אז די גראסערי איז ארויף מיט אפאר צענט פער בייגעל. גיי נישט! שרייט די לינקע זייט מח... גיי יא! שרייט פון טיף טיף אינעוויינג... שוין, ער איז ב"ה אויסגעגראדט מיט זיינע ספיקות'לך. ער שטייט שוין ביים שעלוו...

אההה... א נייע מעשה. ג ע ו ו א ל ד – ו ו א ס – נ ע ם – א י ך ???

ער פרעגט דעם ספרדישן גוי, העי געב אראפ פון אויבן דארט די איך ווייס וואס... דער ספאנישער עפענט אויף זיין פארדארבן פיסק, און מיט זיין צובראכענעם ענגליש וויל ער אים מסביר זיין וואס ער פרעגט ניטאמאל...

דער יונגערמאן זוימט זיך נישט. ס'שוין יא אזוי, זאל זיין אינגאנצן, "איך קען דאך ספאניש"... איך ארבעט דאך שוין צוויי וואכן אין ווערהויז מיט אפאר ספאנדישער לאקא'ס... און דער הייבט אן מיט זיין ספאניש: "ארִיבַא אַבַכָא".

עס ווערט העקטיק... דער "לייכט ברוינער ערל מיט זיין געקעמטע דיקא שווארצע האר אויף ארויף", האט אנגעצינדען זיין מאשין פון קללות אז דער יונגערמאן האט געמוזט אנטוען זיין קללה-פראף שירעם... אז נישט ווערט ער בארעגנט מיט קללי קללות. און עס איז געגאנגען "בעק ענד פארד"...

ס'רעדטסו?? דער איז דאך אריינגעקומען פאר פרישטיג, און דא איז ער אריינגעפאלן מיט א ספאנישער "אמיגָא" וואס דרייט א קאפ.

ס'וועלט זיך אויס אפאר בייגלס פון שעלוו, מכאפט א קאלד-קאפפי, און... יאללא... צום רעדזשיסטער געשואונד. דאסאַלעס פאר היינט!

א נייע מעשה, צו וועלעכע רעדזישסטער גיי איך??

ס'מעשה דאס?? ביי יעדע זאך, ווי די האסט מער ווי איינס, ווערט אן אויסוואל? ס'ממש אזוי, אז דו קענסט נישט דערוועלן איינס??

וויל ער צו טרעטן צו איינע פון'זע, נאופסס... ער בעקט צוריק! פאַוואָ? פשוט, ווייל אים דאכצעך אז איינער וויל אהינגיין רעכענען. וויל ער דען?? גיי צו און פארטיג! נאאא... ער קען נישט... מקלאמפערשט איז ער דאך א גוטער...

דא באפאלט אים די ווילדער רעכענער-מאן: "צדיק דו ווילסט רעכענען?"
- עעםם... יאאא... איך גיי נאך עפעס נעמען פון שעלוו... איין מינוט.
- דעמאלטס בלאק נישט די ליין. מענטשען ווילן צוקומען דא. (כאילו איינער שטייט דארט... אים קומט זיך עקסטרער צוויי גוטע פעטש, פארן זיין נערוועז שוין אינדערפרי. האסט נישט קיין נערווען צו ארבעטן? גיי צוריק און כולל אריין! באשמוץ נישט אנדערע אידן. פארשטאנען?!).

וויל ער דען עפעס נעמען פון שעלוו?? מאמענטא! דער איז דאך שוין געווען ביים רעדזשיסטער... נעעעעעעע... דער קען פשוט נישט אפאמאכן צי ער איז פארטיג... לו יהא ער איז שוין פארטיג, קען ער דאך נישט דיסיידען צי ער זאל שוין גיין רעכענען, און צי וועלעכער רעדיזשסטער.

אודך! ער האט שוין צוזאם געשטעלט זיין מעניו. ער וויל שוין גיין צום רעדזשיסטער. און... ניין... ער לייגט צוריק אפאר שטאף, טוישט איין, מנעמט עפעס אנדערש.

אפפפס... דער האט באמערקט ווידער. גולדען פלוי טרעקל האט יעצט אראפגעפלאשט 6 קעסטלעך מילך און סטאר אריין. ער יאגט צו צום הויפן קעסטלעך, און נעמט זיך נישטערן פאר א פרישן קאלד-קאפפי. ס'עפעס זאל איך זיין דער משוגענער און טרינקען די אלטע ווען עס איז שוין דא פרישע, בין איך פארנערט? הו, הו, איך נעם שוין א פרישער. און ער טראכט, אההה... נאכאמזל איך האב נאכנישט גערעכנט...
ער שמייכלט זיך אונטער פון זיין גוטע אקציע, בשעת ער ווערט פארענדיגט ארויסשלעפנדיג די קאלד-קאפי פון די מיטעלסטע קעסטל, ווייל לכאורה איז די אויבערשטע קעסטל פון א וואך צוריק, און גולדען פלוי קאן עס פשוט נישט פארקויפן ברענגן זייי דאס נאכאמאל און נאכאמאל אין געשעפט אריין, און זיי לייגן דאס שפעציעל אויבן דער עולם זאל דאס קויפן... פארנארטער חסיד!! און דער טראכט צו זיך, נאאא... נישט מיט מיר!... נאו, נאו, מיר קען מען נישט פארנארען!!

איינער זאגט אז דו ביסט פארנארט? חלילה! מיר ווארטן נאר זאלסט נסתלק ווערן פון די גראסערי און אפמאכן וואס דו ווילסט!
דו אנדיסיידעיבל אידיאט!!

ענדליך, ענדליך! חסדי ההאשעעם. ער איז פארטיג! איז ער דען פארטיג? ס'פשוט שפעט געווארן... ער לויפט און רעכנט. יאַלאַ! ער איז אויפן וועג צום דזשאב...

No comments: