Friday, July 18, 2008

פעדערל רעזערוו - אינטרעסט רעיטס - קרעדיט סקאר - עקענאמיע

אריינפיר: 'וואס איז דאס אינטרעסט רעיטס – פעדערל רעזערוו'

א שיינעם פרימארגן, מען עפענט אויף די פאסט קעסטל, איז דא א בריוועלע אין די מעיל-באקס. פון א קרעדיט קארד קאמפעני איז דא טיילמאל אז זיי מעלדן אין די בריוועלע אז די 'אינטרעסט רעיטס' פון די קרעדיט קארד גייט ארויפגיין צוליב געוויסע סיבות. אין זיי שרייבן נישט פונקטליך פארוואס דאס איז אזוי. יעצט פארוואס טאקע גייט דאס ארויף אמאל?
האט איר אמאל געהערט, געזעהן אדער געליינט ערגעץ, אדער עס קומט א באריכט פון די 'פעדערל רעזערוו' טשערמאן 'בען בארנענקא' ווי ער מערקט אן פאר די פאלק אז די 'פעדערל דיפארטמענט' גייט העכערן די 'אינטרעסט רעיטס' מיט א 'קוואָדער פוינט' אין די קומענדיגע וואך. די סטאַק מארקעט פארלירט 375 פוינטס אין איין טאג. יעדער איז צוטומעלט, אלע צייטונגען נעמען דאס אויף מיט אנגסט, איז ווען אין וויאזוי געשעהט דאס אזוי?

*

יעצט איז דא אמאל אז איינער וויל זיך שפארן אביסעלע געלט אוועקלייגן צוביסלעך נאך אין נאך געלט, אין מיט די אוועקגעלייגטע געלט זיך קויפן דערמיט א זאך וואס ער ברויך, אבער ער האט נישט די געלט דערפאר יעצט, וויאזוי גייט דאס צו?

איז דא מענטשען וואס טוען אזוי. מ'לייגט אריין אין א לאקאלן באנק אין א 'סי-די אקאונט' פאר א 5 יאר קאָנטראקט אז דאס בלייבט אין באנק דארט, אין עס ווערט נישט גערירט. אין די באנק געט דערפאר א פראצענט וואס עס שטייט אינעם קאנטראקט, לאמיר זאגן פינעף פראצענט אויף א יאר. אין מיט די פינעף פראצענט וואס עס וואקסט במשך די פינעף יאר קומט אויס אז מען האט פארדינט אויף די געלט וואס ער האט אריינגעלייגט מיט פינעף יאר צוריק, פינעף פראצענט. יעצט אבער ווען מען וויל ארויס נעמען די געלט פון באנק נאך פינעף יאר. דערזעט מען זיך אז די זאך וואס ער האט געוואלט קויפן אויף וואס מען האט אפגעשפארט געלט איז ארויף געגאנגען מיט דריי פראצענט. מיינט דאס אז ער האט טאקע פארדינט פינעף פראצענט, אבער די ווערט קען ער נאר ארויסנעמען פאר צוויי פראצענט, האט ער נאר פארדינט צוויי פראצענט. נו וואס טוט מען דא?

בעפאר מיר וועלן אלעס אויסארבעטן. דארף מען קודם וויסן אז 'אינטרעסט רעיטס' איז נישט דאס ארגסטע וואס מענטשען האבן כסדר מורא אז זיי וועלן ברויכן באצאלן. 'אינטרעסט רעיטס' דאס איז די פרייז פון לעבן אויף געלט, אין קענען בארגן געלט וואס ווערט גענוצט דורך קרעדיט קארד אין דעביט קארד. אויב וואלט נישט געווען די השגה פון 'אינטרעסט רעטס' וואָלט קיינער נישט פארבארגט געלט, אין קיינער וואלט גארנישט געקענט קויפן. אפילו א קלייניגקייט צו קויפן אויפן היינטיגן סיסטעם דורך די קאמפיוטער, וואלט אויך נישט געווען מעגליך ווען נישט די קרעדיט קארדס. דאס הייסט אז מען מוז אנקומען צו אינטרעסט רעיטס.

*

- אינטרעסט רעיטס -

אינטרעסט רעיטס - איז די קאסטע פון בארגען אין פארבארגן געלט, דער בארגער צאלט אינטרעסט פאר וועם עס האט אים געגעבן די מעגליכקייט צו נוצן די געלט אויף בארג. ווי איידער ער זאל אליין זיך אנזאמלען גענוג געלט אויף וויפיל ער ברויך אויף יעצט. צאלט ער דערפאר א פרייז.

אינטרעסט רעטס - ווערט צוטיילט מיט א יערליכער פראצענט. לויט וויפיל געלט עס איז געווארן געבארגט. למשל: אויב איינער בארגט הונדערט טאללער אויף פינעף פראצענט, איז צום ענדע יאר ווערט ער שולדיג פאר יענעם הונדערט אין פינעף דאללער.

'אינטרעסט רעיטס' איז נישט קיין טשעלענדזש וואס מען לייגט ארויף אויף די מענטש ווען ער בארגט געלט. דאס איז געלט פארן מענטש וואס האט דיך געטראָסט מיט זיין געלט וואס ער האט איינגעשטעלט מיט דיר ווען ער האט דיר דאס געבארגט, צו אפילו די באנק ווען זיי בארגן לייגן זיי דאס אויכעט פאר די זעלבער סיבה. ווייל ביי יעדער 'לאוען' צו סיי וואספארא ערליי וועג מען בארגט געלט, איז אייביג דא א קלער אז יענער וועט נישט האבן פון ווי צו באצאלן דאס געלט. יעצט ווי מער די 'ריסק' אז די באָרגער וועט נישט האבן צו באצאלן אלס העכער איז די 'רעיט' צו פארבארגן פאר אים דאס געלט. דערפאר ווען מען באצאלט אין צייט, אין מען האט וואס צו באצאלן. באקומט מען א גוטע קרעדיט. אין אויב האט מען א גוטע קרעדיט, אפפערט מען דיר א בעסערן 'רעיט' ביים פארבארגן געלט.

אן אינטערעסאנטער זאך וויאזוי 'אינטרעסט רעיטס' ארבעט אויף ביידע וועגן, ד.מ. סיי די באנק און סיי די גאָווערמענט צו אלע אנדערע גרויסע פינאנציאנאלע קאמפעניס, יעדער ברויכט 'קעש' אין זיי זענען אפילו גרייט צו באצאלן דערפאר געלט. דאס הייסט למשל; אויב וועט מען אריינלייגן געלט אין א 'סעווינגס אקאונט' וועט די באנק געבן 'אינטרעסט' לויט די צייט וויפיל זיי האלטן דאס. ווען די גאווערמענט פארקויפט 'באנדס' איז דאס פאר די זעלבער סיבה, ווייל זיי מאכן דערויף 'אינטרעסט'. אין די גאנצער אינטרעסט איז צו פארגוטיגן דעם מענטש פארן נישט אויסגעבן זיין געלט ערגעץ אנדערש, נאר עס פארבארגט פאר זיי. אבער פון די אנדערע זייט איז טאקע דאס די סיבה פארוואס די בענק מיט די גאווערמענט געט ווייניגער 'אינטרעסט' אויף די געלט ווייל דארט איז נישטא קיין אויסזיכט צו פארלירן די געלט. געבן זיי פארן מענטש ווייניגער.

- קרעדיט סקאָר -

די קרעדיט סקאָר וואס דער געלט בארגער פארמאגט, דאס אפעקטירט אויף די אינטרעסט רעיט וואס ער באקומט. דהיינו: אינטרעסט רעיטס פאר אָנ'סעקיורד קרעדיט וועט אייביג זיין העכער די אינטרעסט רעיט. ווייל די באנק האט מורא צו פארבארגן געלט וואס עס איז נישט סעקיורד.

יעצט וואס מיינט 'סעקיורד' וועלן מיר נעמען א מאָרטגעדזש פאר א ביישפיל, א מאָרטגעדזש איז א סעקיורד זאך פאר די באנק, דאס הייסט אז זיי ווערן א טראָסט אינעם דיעל אויף וואס מען נעמט ארויס א מארטגעדזש. אין אויב וועט דער בארגער נישט באצאלן פאר די באנק די פעימענטס וואס מען האט אפגעמאכט אינעם קאנטראקט, דאן האבן זיי א רעכט אוועקצונעמען די הויז/פראפערטי אויף וואס זיי האבן ארויסגעגעבן א מארטגעדזש. דערפאר איז ביי מארטגעדזש געווענליך ווייניגער די אינטרעסט רעיטס, ווייל עס איז 'סעקיורד' מיטן הויז/פראפערטי אויף וואס מען האט גענומען די מארטגדעזש, אבער ביי א 'קרעדיט קארד' איז נישטא אזא מושג ווי 'סעקיורד' איז דאס מער א איינשטעלעניש, דערפאר איז טאקע העכער די אינטערעסט רעיטס.

לאנג-טוירם לאוענ'ס – איז אויך אביסעלע העכער די אינטרעסט רעיטס ווי ביי א שאָרט-טוירם לאוען , ווייל ווי לענגער עס ליגט פארבארגט די געלט איז מער שייך עס זאל עפעס געשעהן דערמיט אין דער בארגער וועט נישט האבן פון צו באצאלן די לאוען. דערפאר געט מען א העכערער 'אינטרעסט רעיט' כדי די באנק זאל וועלן געבן די געלט פאר א לאָנג-טוירם.

נאך א זאך פארוואס א לאנג-טוירם לאוען איז העכער די אינטרעסט רעיטס, איז די זאך וואס האט מיט 'אינפלעשן' אין א געזונטע עקענאמיע איז 'אינפלעשן' אייביג העכער דעם דאללער. דאס הייסט אז דער זעלבער דאללער וואס איז ווערט א דאללער, וועט זיין ווערד אין פינעף יאר ארום ווייניגער ווי יעצט, דערפאר ווען די באנק פארבארגט געלט ווייסן זיי אז ווי לענגער עס וועט ליגן ביי די בארגער, וועט די געלט ווערן ביליגער וועלן זיי נישט מאכן קיין געלט דערויף, דערפאר געבן זיי א העכערן אינטרעסט רעיט אז עס זאל זיך האבן געלוינט פאר זיי.

דאס איז אויך די סיבה פארוואס אינטרעסט רעיטס איז קאלקולעיטעד דורך צוויי באזונדערע וועגן 1) ,Nominal Rate וואס מיינט א רעיט וואס מען שאצט, אן בערך'דיגן נומבער. אין דער רעיט איז געשטעלט דורכן פארבארגער 2) Real Rate, וואס דאס איז די Nominal Rate מיינוס די רעיט אף 'אינפלעישאן'. (Inflation) דאס איז מער א פונקטליכער נומבער וואס זיי ווייסן וויפיל די ריווח דערפון איז.

למשל: אויב וועט איינער ארויס נעמען א מארטגעדזש מיט די 'נאמינעל רעיט' פון צען פראצענט, אבער די יערליכער רעיט פון 'אינפלעישאן' איז פיר פראצענט, מיינט אז די באנק וועט נאר באקומען זעקס פראצענט, ווייל די 'נאמינעל רעיט' איז נישט די ריכטיגער נומבער אזוי אקורעט.

אבער די ריכטיגער רעיט וואס מען רעדט כסדר איז וואס דאס ווערט געמאכט אין אראפגעשטעלט דורך די פעדערל רעזערוו. ווי מיר וועלן דא ווייטער אויסשמועסן.

פעדערל רעזערוו – אין אירע אינטרעסט רעיטס

פעדערל רעזערוו - ווען די טשעירמאן פון די 'יונייטעד סטעיטס פעדערל רעזערוו' רעדט וועגן אינטרעסט רעיטס, איז די גאנצע וועלט אינטערעסירט וואס עס גייט זיך אויסלאזן, אדער וועט מען העכערן אדער נידערן, איז וואס שפילט אזא גרויסן ראלע אין די סטאקס וכדומה ווען מען נידערט אדער העכערט די רעיטס אין די פעדערל רעזערוו?
די פעדערל רעזערוו, איז די צענטראלער באנק פון די יונייטעד סטעיטס. עס איז צוזאמגעשטעלט פון 12 בענק וואס זי פארמאגט איבער גאנץ אמעריקע, וואס דאס ווערט געפירט דורך זיבן איינגעשטעלט גאווערנער'ס אין וואשינגטאן די. סי. דאס האט די קאנגרעס אויפגעשטעלט אום 1913 למס' , די פעדערל רעזערוו איז געבויעט געווארן אויפן סיסטעם צו געבן א סטאביליטי אין א סעקיוריטי אויף די אמעריקאנער עקענאמיע, עס זאל נישט צוקונמען צו א געלט פאניק, אז בענק זאלן גיין בענקראופט, וויאזוי עס פלעגט זיין בעפאר.

די פעדערל רעזערוו שטייט אין א ליניע וואס דינט די אינטערעס סיי פאר די פובליק אין סיי פאר פריוואטע געברויכן. די יונייטעד סטעיטס טרעזשויר נעמט למשל ארויס געלט פאר די גאווערמענט פונעם פעדערל רעזערוו, אין זי פארקויפן 'באנדס' מיט די געלט.

ווי אויך טוט די 'פעדערל רעזערוו' סופלייען פאר די בענק געלט, וואס דאס ווערט אנגערופן 'קעש רעזערוו', די געזעץ זאגט אז יעדער באנק מוז האבן קעש ביי זיך אין באזיץ צו קענען אויסשטיין עס זאל נישט צוקומען צו א קעש אויסגאנג (Cash out flow) דאס הייסט אז אויב זייער אסאך מענטשען וועלן ארויס נעמען זייער געלט פון באנק אויפאמאל. זאלן זיי נישט בלייבן אן קעש. פארבארגט די פעד. פאר זיי מיט א ספעציעלן אינטרעסט רעיט פאר די בענק, וואס דאט האט נישט קיין שייכות מיט א אינדיווידזושעל בארגן געלט פון די באנק.

אינטרעסט רעיטס איז איינס פון די מאכטפולסטע זאך פון די פעדערל רעזערוו, דאס אז זיי שטעלן אויס די רעיטס אויף א סיסטעם פון באזונדערע סארט רעיטס, וואס איז אויסגעשטעלט פאר די פארבארגער די בענק וכדו' דאס ווערט אנגערופן "פעדערל פאנדס רעיט" וואס דאס איז א רעיט וואס איין באנק נעמט פונעם אנדערן פארן בארגן 'קעש רעזערוו' וואס דאס ווערט קאלקולעיטעד דורך די רעיט וואס די באנק באקומט פונעם 'פעדערל רעזערוו' אין ווי שוין פריער דערמאנט קען נישט יעדע באנק אליין גיין צו די פעדערל רעזערוו אליין, דערפאר בארגן זיך די בענק ארום צווישן זיך, אין זיי לייגן צו א פראצענט. די פראצענט איז געוואנדן וויפיל געלט די בענק האבן, פארשטייט זיך אויב האבן זיי אסאך קעש, איז די רעיט נידריגער.
יעצט.

די אינטערעסאנטע חלק וויאזוי די 'אינטרעסט רעיט' וואס די פעדערל רעזערוו געט ארויס פאר די בענק איז. אז זיי שפילן מיט די געלט לויט זייער ווילן, אין זיי קאנטראלירן דאס. אויב ווילן זיי למשל אז די רעיט זאל אראפגיין אביסל (געווענליך מאכט מען דאס נידריגער ווען מענטשען הערן אויף צו בארגן געלט ווייל עס איז צו הויעך די אינטרעסט רעיט) לייגן זיי אריין מער געלט אין די בענק אז זיי זאן האבן מער קעש רעזערוו, גייט די רעיט אוטאמאטיש אראפ. יעצט אויב ווילן זיי דאס העכערן, קויפן זיי צוריק אפ די פון די בענקווערט וויינגיער זייער קעש רעזערוו, אויב האבן זיי ווייניגער קענען זיי נישט בעטן א קליינע פראצענט, דערפאר גייט די רעיט צוריק ארויף.

די זאך וואס ווערט אנגערופן 'דיסקאונט רעיט' איז נאך א זאך וואס ווערט ארויפגעלייגט דורך די 'פעדערל רעזערוו' דאס איז די רעיט וואס וואס די בענק באקומען ווען זיי בארגן געלט ארויס פון די 'פעדערל רעזערוו' אין דאס איז אביסעלע א העכערער רעיט צוגלייך ווי א שארט טוירם לאוען וואס דארט איז אויך טייערער, די סיבה פארוואס עס איז טייערער איז ווייל די 'פעדערל רעזערוו' וויל אז די בענק זאלן גיין בארגן צווישן זיך, דורך איינע פון די דריי אפציעס, פריימערי רעיט, סעקאנדערי רעיט, סיזען רעיט; די פריימערי רעיט איז די נידריגסטער רעיט.

*

יעצט לאמיר זעהן פארוואס די 'פעדערל רעזערוו רעיטס' טוט אפעקטירן אויף די עקענאמיע.

אינטרעסט רעיטס – אין די עקענאמיע

די מין זאך 'עקענאמיע' איז א לעבעדיגער זאך, א טיפער סיסטעם וויאזוי דאס ארבעט. ווען די 'פעדערל רעזערוו' טוישט די אינטרעסט רעיטס וואס די באנק באקומט ווען זיי בארגן געלט, דער טויש טוט ווירקן אויף די 'עקענאמיע'.

למשל: אויב טוט די 'פערדערל רעזערוו' נידערן זייער ראטע פאר די בענק, קען דער באנק בארגן מער געלט פאר ווייניגער פראצענט [ווי פריער דערמאנט]. דאאס מיינט אז די בענק אליין קענען אויך נידערן די רעיט פאר א אינדיווידזשועל פאר וועם זיי פארבארגן ווייטער דאס געלט, דאס מיינט אז אויב א מענטש וואס וויל קויפון א קאר אדער א הויז אין ער זעהט אז די בענק געבן א נידריגען רעיט, גייט מען צום באנק אין מען בארגט ארויס געלט אין אזוי גייט נאך א מענטש אין נאך א מענטש, אין מ'ספענד אין ספענד אין... אין ווי מער מען ספענד אלס מער וואקסט די 'עקענאמיע'.

דאס איז אויך די זעלבער סיבה פארוואס די 'סטאק מארקעט' גייט ארויף ווען די 'פעדערל רעזערוו' נידערט די אינטרעסט רעיט, אדער זיי טראכטן נאר אפילו פון נידערן הייבן אן די אינוועסטארס קלערן אז מענטשען וועלן מער ספענדן, אין די קאמפאניס וועלן אויפנעמען מער ארבעטער, אוטאמאטיש אינווסטירט מען מער אין די סטאקס. גייט דאס אזוי אויטאמאטיש ארויף. נידערן די רעיטס האטאין זיך צוויי גוטע חלקים פארוואס עס ריפלעקט אויף די סטאקס.



אינטרעסט רעיטס – אינפלעישן

אינפלעשן – איז דאס וואס וואקסט לויט די צייט, וואס געווענליך ווערט דאס געמאסטן לויט די יערליכע פרעסענטיזש, ד.מ. בערך אזוי ווי אינטרעסט רעיטס, געווענליך מענטשען וואס קוקן אויף די זאך 'אינפלעשן' אז עס איז א שלעכטער זאך, דאס הייסט אז עס שטייגט כסדר די רעיטס. עס ווענדט זיך אין די געזונטהייט פונעם עקענאמיע, דאס הייסט אז אויב איז די עקענאמיע גוט, דאס הייסט אז די דימענד פאר געלט איז שטארק גייט ארויף די 'אינפלעשן' אין אזוי אויך די אינטרעסט רעיטס גייט ארויף, אבער ווען עס ווערט אביסל שווערער דאס הייסט אז מענטשען קענען נישט מער נעמעם קיין מארטגעדזש, ווייל די אינטרעסט רעיטס איז צו הויעך, ווערט אוטאמאטיש שוואכער די דימענד פאר די געלט, ווערט דורך דעם 'דיפלעשן' מען נידערט אלעס אראפ.

אין דאס טוט טאקע דער פעדערל רעזערוו, אין זיי זענען די מענטשען וואס ארבעטן אין פקראדוקטן אויף די רעיטס ווען דאס צו נידערן אין ווען צו העכערן. זיי לייגן ארויף די ראטעס אויף די געלט אין די פריים רעיט. דאס הייסט וויפיל זיי בעטן פון די בענק ווען זיי פארקויפן דאס געלט פאר זיי. אין אזוי דרייט זיך די געלט פון די בענק צו די מענטשען אין צוריק. מען נעמט ארויס מארטגעדזשעס, אין מען באצאלט פאר די בענק, דאס איז די וואוקס פונעם עקענאמיע.

אין דאס איז פעדערל רעזערוו.


~ הק' אלטעבחורל פה ביים ברונעם אין קרעטשמע ~


ס'איז אסור צו מעתיק זיין די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארמאט. ס'איז נאר פאר פערזענליכע באנוץ. ס'איז נישט ערלויבט צו ארויסנעמען שטיקלעך דערפון, און אודאי נישט די גאנצע ארטיקל, און דאס פארטיילן אדער איבערגעבן פאר אנדערע. ס'איז אויסדריקליך נאר פאר די ליינער פון היימישע קרעטשמע.
Copyright

No comments: