Monday, July 28, 2008

קאָסטומערס אָללוועיס רייט ? ק-י-י-נ-מ-א-ל !

לכבוד מיין הויכע אויסגעֶפּרעצלטעֶר 'בעלה בשר.. כמיין באלעבאס' מיט דיינע ברוינעם הויזן טרייגער.

אזוי ווי דו ביסט נישט און אפיס געווענליך אזוי איבערן טאג. רעדן רעדסטו מיר איין אז די ברענגסט ביזנעס, און איך הרג'ע די ביזנעס.
נישט קיין חילוק ווער עס איז גערעכט, ווייל איך גיי מיר מיט דיר נישט אויסקומען סיי ווי סיי, איך קען סך הכל אריינשמעטערן אין קרעטשמע און שאקלען לולב, און אויס שאקלען מיין אנגעפולטע הארץ מיט קללות נמרצות.

עניוועי.. דו שריי ווייטער 'קאסטומערס אללוועיס רייט'

לאמיך דיר מיטטיילן א ביסל פון מיין טאג, איין פאון קאלל אינגאנצן.

*

טררררררררר........ טררררררררר.......

מר. שלענמאן, איז אן די ליין, קען איי טרענספער די פאון?

איי עם טרענספערינג... זאגט זי די סעקרעטארשע. (וואס איך הער זאגן אז זי ארבעט עפעס יא, אפגעזעהן וואס זי האלט שוין ביי די 'ביליאָנסטע סקאָר' אין די געים וואס זי שפילט כסדר אויפן קאמפיוטער)

בלית ברירה הייב איך אויף דעם קלונגענדיגען טעלעפאן, ווען אינסייד אין מיין 'מיינד' האב איך שוין געהאט א פילינג, אז עס איז טאקע דער קאסטומער וואס האט געווענליך די נויטבאטרעפנדע וועגן וויאזוי צו 'רייטן' אויף סיי וועמען מיט א רואיגקייט, און עס שרייט אין מיין קאפ, ניין ניין ניין, אז דו ווילסט נאך אהיימגיין מיט א נארמאלן קאפ היינט, הייב נישט אויף. אבער פארט דאס איז נישט דער וועג, מען מוז קענען אויסהאלטן אביצקעלע.

ער האט זיך צוגעגרייט פון פאראויס אז ער זאל מעגן קריכן אויף די נערווען דורכן שיקן בעפאר 'א לופטיגער צעטל' כמיין.. אן אימעיל, אז ער איז זייער שטארק צופרידן פון די ארבעט וואס איך האב אים אהער געשטעלט. אין ער איז שטיל פאר א מינוט. (.......)

האב איך דען נישט געוואוסט וואס עס קומט תיכף נאך די שטילקייט?
תיכף דערנאך קומט אין די פאון קאלל וואו ער גייט זיך אפרעדן!
אוודאי האבעך געוואוסט, די ווילסט שפילן גוטער מענטש?

די אנגע'עצבה'טער אידל מיט דיינע צוריסענע עצות שטענדיג. אייביג אויף אן אנדערן סטייל, וויאזוי צו קריכן, טו דיך אויס דיינע 'סניקערס' אדער דיינע 'עס עי עס' שיך וואס די פארמאגסט, פאר די קריכסט ווייטער. נאכאמזל איך זעה דִיכניש פאר מיר, איך וואָלט דיר אריינגעשטופט א צוויבּל אין דיין פּיסקל. אדער חרוב געמאכט דיין אימעיל סיסטעם.

האסטו געהערט אזאנס?

ווייסט איינער פארוואס אייביג דער זעלבער מענטש ברויך מיר אויפרעגן, ער שיקט מיר זיינע איבלדיגע אימעילס, מיט זיינע נאטיצן אויף יעדע זאך. אייביג איז עס דער מענטש וואס מיינט אז מענטשען זענען באשאפן געווארן אים צו באדינען, דאסמאל בין איך דער קרבן זיינער, אונטער זיינע גאָפּלדיגעֶ הענט ביניך אריינגעטראסקעט.
אזוי גרונטליך מוז איך שטענדיג דורכליינען זיינע גרייזיגע הערות, אז ער מאכט פשוט זיכער אז יעדער שורה זיינער איז געשריבן מיט הונדערטער מליצות, אוואס? א רחמנות צו זאגן אזוי... ער דרייט א טשאָלענט. אפשר קענט איר מיר מסביר זיין מיט א געהעריגן הסבר, עס איז 'מסמר שערות כּלב', וויאזוי א יוד קען זיין אזוי משוגע אין פוסטע הבל אימעיל 'איך וואלט עס ווען אריינגעשמיסן אין ספאם אריין' זיינע אימעילס וואס קומען ווי אן אנגעשטעלטער מאשין, ווען עס איז ווען דא אזא מעגליכקייט וואלט איך דאס שוין געספעמט. ער איז פארט א קאסטומער מיינער, עקטשעלי מיין באלעבאסעס שמוץ וואס רופט זיך קאסטומער. קאן איך נישט.

האסט אמאל געדיעלט מיט א קאסטומער דורך אימעיל? ווייסט איר זיכער וואס איך באריר דא.

האב איך פאר אייך נישט קיין נייעס, איך וויל רעדן צו די אידן וואס האבן דאס נאכנישט פרובירט און דיסקאווערד. איך בעט אייך איר זאלט דאס נישט נעמען גרינג, עס איז ממש א סכנה צו זיין און קאנטעקט מיט די סארט חברה, ניטאמאל שטיין מיט זיי אויף איין 'טייל' ווי עס זאל נאר נישט זיין. עס איז פארהאן אזויפיל ערליי סארט מענטשען וואס איך האב שוין באגעגנעט און ביזנעס וועלט. אבער דאס איז ממש א 'סעמפל פאַר פרי'

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א 'פלעינער' מענטש, פלעין? קורץ געזאגט, פיצי געזאגט. א 'פשוטער' מענטש, ממש 'פלעין' וואס אויבנאויף איז ער אויפן פנים א זעלבסטשטענדיגער יודעלע מיט א מיינונג. ער ווייסט וואס ער וויל און וואס ער רעדט, געווענליך זאגט ער נישט איבער יעדע זאך מער ווי איינמאל, ער זאגט נאר איבער עפעס ווען ער וויל קלאר שטעלן אז איך האב אים פארשטאנען, 'על צד הפארשטיין'. און טאמער וויל איך אנהייבן צו פרעגן וואסערע סארט מין קשיא, ווערט ער מיין 'טיטשער' און ער לערנט מיר מוסר וויאזוי מען דארף אנגיין, (האללא איך האב דיר געבעטן א שיעור יעצט?) גייט ער צוריק צו די ארבעטס שיעור, און ער איז דער וואס טרעינט מיר וואס מיין דזשאב איז. האסט געהערט אזאנס? מען האט מיר געהייערט אז איך זאל עס טוען, און דא קומט ער און ער הייבט מיר אן איינטיילן וואס און ווען מען ברויך אין מען דארף טוען דא.

פון א 'פלעינער' מענטש ווערט ער א 'טיטשער' ער קען שוין געבן 'קלעסעס' נישט קיין חילוק וואו און וואס, ער איז א 'שמאלץ ווייסער'.

יעצט לאמיר זאגן אז איך וויל אנהייבן צו פארשטיין וואס ער רעדט, און כדי מיר געבן מער קלאר צו פארשטיין געט ער זיך א 'באַקלעב' ארויף אויף מיר 'ווי א בּאָבּעֶל גאָם צו אַ סנִיקעֶר' קלעבּט ער צו מיר.

ער ווערט פון א 'טיטשער' א 'וואָרעם' ער גייט ממש ממדריגה למדריגה, ממש ער קריכט מיט אזא מין זיסקייט אזש די לייצעס הייבן אן צעגערן פאר אביסעלע רואיגקייט פשוט, און דער איז נאכנישט פארטיג מיט זיינע נאטיצן. ער וויל נאר קלאר מאכן מיט זיינע עצות וויאזוי אלעס צו פאררעכטן עס זאל זיין כשורה. און ווער ווייסט דען נישט אז ער איז א מיטל-יעריגער פארשוין וואס האט אייביג די לעצטע ווארט איבעראל און טאקע נאר ער איז דער 'אלס ווייסער' און טאקע נאר ער איז דער מיטן 'שכל הפיוטשער' און ער ווייסט אלעס אלעס אלעס...
איי? ער ווייזט מיר אויף זיין רוקן אויפגעהאנגן א צעטל "קאסטומער אָללוועיס רייט", בשעת ווען איך האב אנגעהויבן ברומען מיט א ספאנישער תנועה, גענוג זיך 'געֶוועֶרעמט-געקראָכן-געוואַרעֶמט', אויף מיר רעבּעֶלע האסטע שוין אויסגענוצט דיין צייט, מיט דיין שפאציר אויף מיין קאפּ. לאז א צווייטן יעצט נעמען א 'טור' דארט.

ביסטו דען א קאסטומער? אדער א טיטשער-קריכער-ראטגעבער, כמיין עצה געבער...?

די ביסט מיר גארנישט א קאסטומער, אויסער דעם וואס די נעמט מיר אוועק די אפעטיט פון ארבעטן ווייטער, און אויסער דעם וואס איך פארליר מיין צייט פון דיינע שפילערייען.
גענוג געווען מיט די סארט קאסטומערס!

יצעט געב מיר מיין באנוס...! די פּרעצל מיט דיינע ברייטע הויזן טרייגער!

No comments: