Friday, July 18, 2008

רבותי!! העלפט ארויס די ארץ ישראל'דיגער אידן!!...

רבותי!! העלפט ארויס די ארץ ישראל'דיגער אידן!!...

הוי געוואלד עס איז ממש געפערליך וואס מען הערט אלס צוזאם פון מענטשן...

האט איינער אמאל אריין געקלערט אין דאס ענין פון די "ארץ ישראל'דיגער" אידן וואס קומען קיין אמעריקע שנאָרן פאר אפאר טאללער. וואס עס טוט זיך אפ אין גאס מען זעהט פון אלע זייטן רייסן ארץ ישראל'דיגער יודן זיי שטרויבלען נאך געלט זיי לויפן נעבעך אין די גרעסטע קעלטן אין און די גרעסטע היצן, אייביג קען מען זיי זעהן טרייבן פאר געלט.

האט איינער אמאל אריינגעקלערט וואס די מענטשן טראָגן אויף זייער קאפ, וואָספארא עול זיי האבן אויף זיך. איך רעד נישט יעצט פונעם בעצם ארום גיין נאך געלט אין זוכן איינצולייזן יעדן טאָללער, נעעהה נישט דאס איז מיין גאועל איצט. פאר דעם קענען זיי גיין אפנעמען אן עשירים ליסטע פון תשמ"ב אין פאַלאועֶן טיר צו טיר גענוי לויטן ליסטע.

*

איז דא אמאל מענטשען וואס דרוקן זיך אויס ווען זיי זעהן אן ארץ ישראל'דיגער יוד ווערן זיי הייפער אין נעמען זיך אראפ רייסן דעם איד, קודם ס'ערשטע זאך זאגט מען: קוק אהער, האט איר באמערקט אז די טיקעט'ס זענען געווען ביליג לעיטלי אין דער יודל האט געכאפט א טיקעט צוויי דריי, אין אהער געריטן צו מאכן אפאר טאָללער.

אדער קען מען אמאל הערן די ווערטער: אההה האסטע געזעהן דער יערליען שנאָרער איז אודך דא פאר געלט, אהה דאסמאל איז ער שוין געקומען מיט א שותף וואס ער האט מיטגעברענגט מיט זיך, וואס ער מאכט אויף יענעם פראצענט, כאפסט? דער איז שוין ממש א ביזנעסמאַן א געלערנטער שנארער ער ברענגט א עידזשענט.

א שרעק צו הערן אזאלכע דיבורים!

מיט אָט דער יודל וואס ער גלייכט צו שאפן א מליצה'דיגער געשפעט פון די ארץ ישראל'דיגער יודל, אין די אויגן פון זיינע חבירים וואס קוקן אים אן מיט א בליק אנגעפולט מיט דזשעלאו. [אזוי רעדט ער זיך איין].

יא יא – דו קום נאר אהער דו גרויסער צולייגער דו רייסער איינער. פארצייל מיר נאר וואס עס מאכט דיר אזוי גליקליך צו נעמען אפאר שליימיגע ווערטער דיינע אין אויסגיסן אויף דער צובראָכן יודל וואס קומט נעבעך פאר אפאר טאָללער צו קענען שפייזן פאמיליע און צו חתונה מאכן זיינע קינדער.

דער "ארץ ישראל'דיגער יודל" – מאכט אפ אהער צו קומען ווען? פארוואס האט ער אפגעמאכט אזוי, גלייב מיר אז ער האט פונקט אזא שטוב ווי אונז האבן דא אין ניו יארק צו אין ערגעץ אנדערש אין די גאנצע וועלט. ווען ער מאכט אפ זיך ארויס צולאזן פן דארט אין אהער קומען פאר געלט, זאלסטו וויסן אז דאס איז שוין געווען זיין לעצטער אפמאך. נישט געווען קיין אנדערע ברירה צו טאן.

ער האט עפעס נישט קיין בושות זיך צו דרייען אין די גאסן אין קלאַפן מיט 'ניקעלס אין דיימס' ביי אידישע הייזער?
ער האט עפעס ווייניגער געפילן ווי סתם א עמך יודל אין אמעריקע?

זאלסטו וויסן אז דאס איז פאנטאזיעס. קיין ברירה געווען, ער גייט קיין חוץ לארץ...

דער "ארץ ישראל'דיגער יודל" - האט שוין ענדליך אפגעמאכט אז 'יא' ער קומט צו פארן קיין אמעריקע, ער גייט קלעקן דארט פאר געלט. יעצט טראכט אריין וויפיל עס קאסט אים אפ א טיקעט קיין אמעריקע היינט צוטאג'ס. עס קאסט דאך א מיאָנטיק מיט געלט, אונטער פופצן מאות באקומט ער נישט קיין טיקעט. צו ווייסט איר אפשר וויפיל שקלים דאס קומט אויס? איך וויל אפילו נישט ארויסשרייבן ווי סאך ווייל עס איז ביטערע נומבער...
אבער ער טוט למעשה ער קומט יא...

דער "ארץ ישראל'דיגער יודל" - ער איז שוין אפילו אנגעקומען קיין אמעריקע, הייבט זיך אן גיי קלעטער נאך געלט. ער קומט שוין אריין אין שול ער גיט נאך געלט.

אין דא באגעגענט ער דעם באַטראָפעצטער יונגעמאַנטשיק וואס גלייכט זייער אראפ צורייסן די ארץ ישראל'דיגער פליטים. יעצט קום אהער שיין זיי מוחל – זאג מיר אויב האָסטע אמאל באמת אריינגעקלערט אין זייער מצב.

האט איינער אמאל אריינגעקלערט – וויאזוי די חברה שלעפן זיך ארום נאך געלט, ממש א רחמנות... מיר איז אמאל אויסגעקומען צו זיצן ביי איינעם אין ארבעט איז אנגעקומען א יוד פון ארץ ישראל נאך געלט, אין דער יוד האט זיך גענומען זאגן א דבר תורה פארן עושר... "ווי בין איך ווי" וויי געוואַלד! איך האב מיר געשפורט ווי פורים נאכמיטאג א קליין בחור'ל לויפט ארום נאך געלט אין זאגט תורות... דאס גיהונים ברויכן זיי מיטמאכן פאר א צוואָנציגער...

גייט דורך א וואך צוויי ער יאַמפעט נאך געלט, אבער... מען מאכט נישט די נומבער'ס אויף וואס מען האט זיך גערישט מען האט טאקע אלעס אויסגערעכנט פען-אין-פעיפער אבער עס גייט נישט אלעס אזוי, דאס ווייב זיינער קאָלט אין פרעגט ווי מען האלט, די קינדער רופן, זיי ווילן זעהן זייער פאטער, אין בשעת ווען דאס ווייב'ל רופט גיבט זי נאכאמאל איבער פארן מאן, אז די מצב איז שרעקליך אין אלע מלווים רופן פאר געלט. עס איז עק וועלט... זי שרייט דאס איז עס זי קען שוין נישט, קום שוין אהיים עס איז צרות שוין דורך צוויי וואכן. אין ער פרובירט צו האנדלען צו קענען פארבלייבן אויף נאך אפאר טאג אפשר וועט ער מאכן נאך אפאר טאללער.

פארוועם בלייבט ער דא? פארוועם האנדעלט ער דא? עס איז ביטער...

האט איר אמאל אריינגעקלערט וואסערע אפגעהיטענע אידן זיי זענען, צו ווייסט איר וויפיל ארץ ישראל'דיגער יודן עסן נישט קיין פלייש אין אמעריקע, אזוי ווי איר הערט זיי עסן נישט די שחיטה דא אין אמעריקע, איז דא אסאך וואס עסן נאר וואס זיי מאכן אליינס כשר. קומען זיי אהער דא פאר אפאר וואכן – אין זיי עסן גאַרניקס כמעט, קיין פלייש! איר ווייסט וואסערע אפגעהיטענע יודן דארט דרייען זיך ארום.

זאל נאר איינער אמאל ארומגיין דארט אין ארץ ישראל אין מאה שערים אין זעהן וויפיל ערליכע אפגעהיטענע יודן דארט דרייען זיך ארום.

יא ווען אן אמעריקאנער גייט אהין קיין מאה שערים – וויל ער נאר ארום לויפן אין "גאולַה" אין קוקן וואס דארט טוט זיך אָפ, א מאַרק א געלויף א צאַמדריי פון מענטשן אלע סאָרטן, צו ווייסט איר אז עס איז דא אידן דארט וואס האבן נאכנישט ארויס געטראָטן אויף "גאולַה" גאס אינמיטן העלן דינסטאָג? יא! אזוי ווי איר הערט דארט וואוינען גרויסע געהויבענע יודן וואס זענען שטארק אפגעהיטן.

צו ווייסט איר - אז דער יודל וואס קומט אהער נאך געלט, האט דארט געהעריג א פאמיליע וואס קוקט ארויס אויף אים, אין ווארט אז ער זאל אהיים קומען, ער האט געהעריג א משפחה וואס רעדט זיך דורך מיט אים אלע שטוב ענינים, ער איז נישט סתם א שלעפער וואס מען קוקט אים אפשר אָן אין ניו יאָרק.

וואס זאל ער טאן - א יוד פון די פופציג יאר, ער קומט קיין אמעריקע אין ער ברויך טאַנצן "קעדאַטשקע" ביי אמעריקאנער חתונה צו קענען לייזן א גראַצער פון אפאר יודן וואס וועלן רחמנות האבן ווי דער יודל מיטן ריזיגן הוט מיטן בענדל שיך לייגט אראפ א "קעדאַטשקע" אזש דער עולם ווערט בגילופין.

וואס זאל ער טאן – אז ער איז אויך באשאָנקן געווארן מיט שטוב מיט קינדער, אין ער ברויך זיי שפייזן, נו וואוינט ער נישט אין אמעריקע, וואס מענטשן אין אמעריקע געניסן איינער פון ס'אנדערע אין מען האט נישט קיין אהההההההנונג ווער וועמען עס טוט נעמען איינס פונעם אנדער'ן.

ער איז געברוין געווארן אין אר"י אין ווען ער וויל חתונה מאכן מוז ער אנקומען צו די הילף פון די אויסלענדישע יודן. טאָ וואס זאל ער טאן? ער קומט סך הכל פאר אפאר טאָללער. דארט אין אר"י גלייבט מיר איז ער ארויפגעקוקטער איד א איד וואס זיצט אין האָרעוועט.

רבותי! - מאכט נישט קיין ליצנות פון די אויסגעהאָרעוועטע יודן, קיינער וואלט נישט געוואלט באקומען די גלות פון ארום טרייבן אין די וועלט גיין נאך געלט. קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז זיי האבן א שפעציעלער גוף וואס גלייכט צו נאַשן געלט פון אנדערע יודן. ניין! זיי האבן פונקט אזוי בושות מיט יעדע ניקל וואס ווערט געשאפן. דאס גאַל קומען זיי אפ ווען זיי קלעטערן נאך געלט.

איך 'אלטעבחורל' האב קיינמאל נישט געהאט קיין פאמיליע אין ארץ ישראל, איך בין אן אמעריקאנער פון טאטע מאמע – זיידע באבע... נאר עס איז מיר אויסגעקומען צו זיין דארט אפאר מאל, גלייבט מיר אז דאס וואס מען וויל אייך פארקויפן אז די חברה דארט דרייען זיך מיט 'פאַפיטעס' אין די גאסן אין די רעכטע הענט, אין א 'ציגראַט' אין די לינקע הענט. דאס איז אויסגעזויגענע מעשיות, די חברה זיצן אין האָרעווען! זיי לעבן א ארעם לעבן וואס קיינער פון דא וואלט נישט געוואלט לעבן.

איז דען פארהאן די דירות דארט וואס מיר האבן דא? בּלא!
איז דען פארהאן דארט די קליידער וואס מיר גייען דא? בּלא!
איז דען פארהאן דארט די שפע וואס הערשט דא? בּלא!

אלזא, פון היינט אין ווייטער ווען מען זעהט אן אר"י איד זאלך מען אנהייבן טראכטן אביסעלע אנדערש, מען זאל האבן א גוטער בליק אויף זיי, זיי זענען נישט באשאפן געווארן צו קומען קיין אמעריקע נאך געלט, נאו! נאר ווייל זיי האבן נישט קומען זיי...

כאפט אריין גיסט זיי געלט ווילאנג די דאללער איז נאך עפעס ווערט, עס גייט דאך מטה מטה... באלד איז דאס שוין גארנישט ווערט...

דער אויבערשטער זאל העלפן אז זאל יעדער געהאלפן מיט אלעם גוטן. אין זכות פון ארויס העלפן אט די אידן אין דאס איז כולל אלע אידישע קינדער פםון די גאנצע וועלט.


הק' אלטעבחורל


*

[איך וויל נאר קלאר מאכן, אז דאס איז נישט געשריבן געווארן, ווייל אין אפאר טאג וועל איך וועלן מעלדן אז איך מאך א 'טיי אווענט'... נעע פשוט עס האט מיר זייער געבאדערט וויאזוי מענטשן רייסן אראפ די ארץ ישראל'דיגער אידישע צובראכענע נשמות].

No comments: