Friday, July 18, 2008

ערב פסח VS ערב יום הקדוש

ערב פסח VS ערב יום הקדוש

עס הענגט שוין די פרעשור אין די לופט די פאריאָגטע נשים צדקניות-לעיד'יס האבן שוין ארויסגעטראסקעט די פארבליבענע חמץ שוין פאר א וואך צוריק, דאס הייסט אז פארגאנגענ'ס וואך האט מען נאר געגעסן געקויפטע עסן, אבער האט מען צוטיילט די קינדער ביי די חתונה געהאטע קינדער/קרובים וואס דארט איז נישט אזוי געיאָגט אין מען קען נאך דערהייבן א חמץ פאָרשעֶן נאַכטמאהל.

אין די וואָרסט קעיס קאכט מען נאר פסח'דיגע מאכלים וואס שטילערהייט פארשטעקט מען דאס אין א טיכל וואס ווערט געגעסן בהסתר אינעם סטער-קעיס דארט ווי דער גוי וואס קומט מיט די ארדער מיט פסח'דיגע מאכלים פארן שכן, זאל מוזן פארבייגן זיין וועג אין אויסמיידן די גאנצע משפחתה וואס האלט אינמיטן קייען לעטשוי ארויס פון א קאנטעינער איבערגעבויגן איבער א גארדבעדזש בעג.

יעצט דער לאגיק דערפון, ס'האלט דערוילעם דא, וואס איז ענדערש צו האבן די פרעשור פון ערב יו"כ אדער די פרעשור פון ערב פסח.


ערב יו"כ: מען שטיי אויף פרי פארטאגס ווי נאר מען גייט ארויס פון הויז איז ביי יעדע עק גאס איז דא א געשעפט מיט א קעסטל טשיקענס למען השם אין נאז פון די דורכגייער, זאל יעדער וויסן אז זיי האבן אויך טשיקענס ערב יו"כ. טייל געשעפטן ווילן שוין אפירבראכן די פרעשור פון א נאכט בעפאר דאס הייסט אז מען קען טשיקענע'ן פון חצות אָן – 'נייער מאָדע' באַשעלטן זיי די תשט"ו יארגאנג. וואס זענען שוין רייף צו אנהייבן זיידענען עפ"י רוב פראָגרעמס וואס די שטאט איז מבטיח פאר זיי.

מען קומט אין שול אריין, יעדע שטיקל גרודער מיינט מען אז דאס איז אפפאל פון א טשקין וואס איינער האט געשלפעט מיט א באַקס אריין אין שול ווייל יענעם איז נישט גוט צו שלאגן כפרות מיטן המון עם, חלילה וועט ער נישט יוצא זיין דעם 'זה התרנגול' געדרייעכט'ס כתיקונה.

דאס דאווענען + מיטן אתרא קדישא געלטגייעכט'ס נעמט ארום א שרעק, וואס מען מוז זיך יעצט אויסלייזן? אוי געוואלד, זאל נאר דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן פארשריבן ווערן צו א גוט אויסגעבעטן יאר.

אין פאקט - נאך אלעם געט א ציפ אין הארץ מען פילט ווי א נידריגן ווידערשפעניגער אינעם הייליגן באשעפער, פארט נאך אלעם איז ליידער געווען א יאר מיט אזויפיל צרות, וואס די צרות ווערן ליידער פארגעסן פון הארץ נארווס-ווען עס גייט דורך. געהארעגעטע על קידה"ש געשאָסענע ליידער אויף טויט אין א ישיבה, געהארגעטע פון וואסער דורכן אריינפארן מיטן קאר אין ים, פון עקסידענטן רח"ל.

ליידער איז איין צרה גרעסער פון צווייטן – לו יהא זאל דער צרה יא בלייבן אויפן הארץ, אין ווען עס זאל ווען נישט נשתכח ווערן, קומט דער צווייטער צרה אין שרייט פארן אלטן צרה, מפַנה מקום – מאכטס פלאץ. אוי עס איז ביטער... קומט שוין ביי על חטא ביי מנחה ערב יו"כ, עס איז גאר דערהויבן דאס פאר טישן ביים עק אין שול באדעקט מיט בעקעלעך/פושקעס וואס שרייט צאָלאָזיגע פארווייטאגטע געשרייען, פיר יתומים.. דריי יתומים.. יענע מחלה... עס ציפט, מען קען נישט אוועק גיין מיטן אריינשליידערן א ניקל-דיים צוויי דריי. מען פילט ווי די אייגענע עבירות האט יענעם חרוב געמאכגט ס'לעבן אין ליידער איבערגעלאזט א משפחה צושפלעטערט אין קינדער אן קליידונג. אין וכו'.

מען גייט צו צו דעם מנחה גאר אנדערש, דעם על חטא וואס מען זאגט שפורט נאכדעם, הוי באשעפער הלוואי ווען מען קען ווען יעדן טאג אינעם יאָר סתם ביי א מאנטאג שחרית זאגן דעם על חטא, ווי אן אויסגעוואשנער נפש שנחתך מתוך כסא הכבוד יעצט אראָפגעפלאַסטערט אויף די וועלט שיין אין לעכטיג, הוי א שוידער נעבעך אויף די יודן וואס מאכן מיט.
הוי ווילאנג בלייבט דאס פארקנייטשט אין די ביינער, ביז מען דערזעהט זיך שוין ביים תפלת זכה איינגעבויגענע יודן אונטער די געלע טליתים מיטן מחזור'ל אין יאַלעבען צום פאטער אין הימל אזש עס טרייסעלט אויף ס'הערצלעך פון אידישע קינדער, ווען איינער זאל ווען טרעפן זיין בלוט זיניגער קאמפעטישען דאַמאָלטס - וואלט געשריגן סלחתי – שגגי, זיי מיר מוחל פארן די בעוו'לן איבערן יאר.


איז אבער נאכן אפרעכטן אזא ערב יום הקדוש, איז טאקע נישט אזוי געפערליך צו דורכגיין אזא 'ערב' ווייל פון ס'אנדערע זייט פילט מען זיך גאנץ פיין.


ערב פסח: ווי'ניש'ווי, לעטס סעי אז דער יודל האט נאך יא איינגעבאקן די חומרות ואס ער האט נאך געזעהן ביי זיין רבי'ן זעכוינע ליבראָכע אזש מען מוז צוגיין צום מצות באקן מיט א ברען וואס זאל אפשרפ'נען אינעם גאנצן בעקעריי, ס'הייסט אז איינער וואס האט נאכנישט באוויזן זיינע צוויי הארלעך אויפן הונטערשטעון חלק באַק, זאל אוועקשטיין כמטחוי קשת פונעם בלאָזער מאַשין (ווי דו קליינווארג בלאָזן ס'הוטלעך) וואס רייניגט העלצלעך, חלילה זאל ער ריין די פאפיר וואס ווערט אראפ געלויכעט שוין ביי פופצן מינוט, וואס אכצן? דו ווייסט אז דערעבע זעכוינע... איך וויל נישט אויספירן.

נו! געב אראפ. וואס דאס פרעשור? פארענדיג די הלל, האסט נאך א טייגל? אראפ אויף דער ערד, טאָף לאָק!

דאס איז אבער ביז מען דערזעט זיך שוין אין בעקעריי, אקעי, איך פארוויש די גאנצע געהעצנ'קייט וואס הערשט דאַמאלטס.


אבער ביז אהין, ווער קען דען דורכטראגן ביז אהין, וואס איז באמת בעסער, זאל יעצט זיין ענדערש ערב יום הקדוש? אבער פארט איז דאך דער מצוות מצה אזא מין חביבות וואס נעמט ארום דער שפוך חמתך איז נישט גילטיג סיי ווען איבערן יאר, נאר נאך די פיקודא דאָ. מיט אזא מין יצור נאכן פארדייען דעןם אפיקומן, מען שפורט ווי א קדשו, מען האט מקיים די מצוה פון קרבן פסח. אההה...

הכלל וואס איז באמת בעסער?

חסל סידור פסח...

No comments: