Monday, July 28, 2008

פכבוד לורים: נהרדעא ווערסעס פומפדיתא - ב' חלקים

נא! רופט אויס אונזער ר' זעליג שנאַפציק מיטן אויסגעריסענעם גרויען בערדל ביים בלעמער אוואו יעדעס יאר ערב מועד פורים חצי זאגט ער אזוי: "השתא הָכא בפורים הַבָּא ב...פומפדיתא!"

ווי א זעקל דראָגס האט ער ארויסגעלאזט דער באָמבע אויפן ציבור.

מממממממ... העעעעעי... בנהרדעי! שרייט די פארבליבענע זקני זקנים מיט די פעדערנע הוטן ווייסליכע בערדלעך, אין די הונטערשטע חלק פונעם בעסמעדרעש. אויף די צאַמלייג בענקלעך, וואס געדענקן נאך פון אינדערהיים וואס עס פלעגט זיין די לאזונג ביי זיי אין שטעלט 'טימקעוו', נעהאאאארדעא – נעעעהארדעעעאא, שרייען זיי איבער די מאסן אנגעזאעמלטע.

ששש... ששש... האט די יונגער דור זיך אנגענומען פארן פארלוירענער ראה"ק ר' זעליג, זייענדיג פארלוירן פונעם גערויש פון די אלטיטשקע געמיינדע.

ווי קאָנאָן מיר מאכן פארגעסן די אויסערגעווענטליכער ארבעט וואס די 'נהרדעי' האבן אריינגעלייגט יעדעס יאר פאר פורים, אין דא וויל מען מאכן פארגעסן על רגל אחת? אין וועם וויל מען אריינשטעלן? פומפדיתא, וואס? א נייע מעשה... צו וואס?

אן קיין צווייג אין צווענגל געבן מיר נישט נאך פאר די פומבדיתא'ניקעס, ניין מיר געבן נאך איין טשענס פאר אייך רבי ר' זעליג היינט. ער האט געפלאַפט אין דאסיזעס!
זעליג ביי ביי! אראפ פון בלעמער. די ביסט פאר פומפדיתא, דער עולם כאפט פונקטליך וואס דא גייט פאר. די אלטישטקעס זענעך נאך נישט אזוי אלט אז מען זאל נישט כאפן.

גיי אראפ זעליג!

אזוי איז דער געשלעג דארט אנגעגאנגען ביז אונזער חכם בערעלע גייגער איז אויפגעקומען מיט זיינע שטרויענע עצות אוואו געווענליך. שלאגט ער פאר אזוי: מיט זיין פארפרוירענעם שטימע ווי ער פלעגט כסדר ארומגיין זיך אונטער זינגענדיג די תנואה'לך פונעם הייליגן יו"ט'דיגן דאווענען. שרייט ער אויס: ששש... וואס איז די געשריי אויף זעליג'ן? כ'האב אנייצע אזוי. זאל 'געציל' מיט 'ישכר' ארויפקומען אויפן בימה, זאלן זיי פארלייגן זייערע טענות וואס זיי פארמאגן. דאס הייסט מען וועט מאכן א דעבאטע "נהרדעא .VS פומפדיתא".

ווי באוואוסט אין שטאט איז געציל געווען פון די נהרדעי'ניקעס נאך מקובל פונען זיידן פנחס שלמה. וואס ער איז געווען שטארק נוטה אהין. ער פלעגט כסדר אריינהעצן אקעגן די פומפדיתא'ניקעס, אלזא איז ער די גוטער קאנדידאט פאר די נהרדעא'לעך, אין ווי אויך באוואוסט איז 'ישכר' געווען אזוי איידלערהייט נאכגעטאנצן זיין חבר שמשון, וואס ער באָמבעלט אים אריין, פומפדיתא זאל זיין פומפדיתא, נישט קיין נפקא. וואאאאאאס שמשון זאגט אזוי איז! דער שמשון איז געווען א שטארקער 'פומפדיתא – פען'.

עס איז גראדע היפש געפאלן פארן זיצענדיגן ציבור דארט דער עצה פון בערעל'ן אין מען האט געשלאסן די אסיפה אז מען וועט זיך טאקע נאכאמאל צוזאמקומען אין די חברה 'געציל' מיט 'ישכר' וועלן ארויפקומען פון יעצט ביז צוויי טעג אין זיך אויסטאנען יעדער מיט זיינע געזאגאכט'ס, יעדער באקומט גענוג אין נאך צייט צו צונויפקראצן אין שמעלצן שטאף איינס קעגנס אנדערס.

קלאטשעס פאטשעס זעצעס אין האקעס, הערט זיך פון אלע זייטן אינעם שולכ'ל דער ווידער קול ברעגנט אין טראגט מיט די נייעס מיט זיך אז מען גייט ארויס אויף ערענסטע שלאכטן "געציל-ישכר-אויסטויש". די יונגע דור האט דאס אנגערופן "נהרדעא VS פומפדיתא". אלעס איז געווען גרייט.

מתתי' דער לעבעדיגער איגערקע איז געווארן שטארק הייס פארן מלחמה. מען גייט האבן וואס צו טוען, ער האט שוין אפיר געשלעפט גמרא'לעך ווי מען וועט אפירזוכן מעשיות פון די רמאי ד'פומפדיתא ונהרדעא ער האט אבער נאכנישט געוואוסט פאר וועלעכע זייט ער זאל זיין.

אוואו אייביג האט ער געטראכט ביי זיך אז ער וועט מיט שפרונגען מיטן ווינט ווער עס וועט האלטן בעסער. אבער מען האט עכט נישט געקענט געהעריג וויסן. האט ער מתתי' אפגעמאכט ביי זיך, אז ער וועט עפענען א גמרא אין ער וועט זעהן פון וועלעכע שטאט די גמ' וועט רעדן בעפאר פאר זיי וועט ער זיין. וכך טיי. ער עפענט די גמ'... אין די גמ' זאגט? זאגט די גמ' אזוי דארט ההוא מעשה באיתתא דפומפדיתא. נישמערניש וויינגיער די גמ' האט געשריגן צו מתתי' "דו ביסט פאר פומפדיתא" שששששין אז עס איז אזוי מן השמים, ווי קאן ער זאגן פארקערט? יוששש איז ער געווארן פרייליך, סאיז אים אזוי געפאלן, זיינע האָריגע אויגן האבן אנגעהויבן שפראַלן אין לעכצן פאר נאך מעשיות, צו זיך טראכט ער אזוי, איי חברה! העי עס איז היפש גוט די ווארט 'פומפדיתא' עס זאגט זיך אזוי געשמאק, ער האט דאס אנגעהויבן זאגן צו זיך אפאר מאל אויספרובירנדיג דאס ווארט פומפדיתא, פו..מפפ..דיתתתא, נאך איינמאל - פפ..וממפפדיתתתא, זאגט ער איבער שטאַט אין קלאר. אהההה דאס זאגט זיך מיט א גאר גוטן געשמאק.

דאס קעפל זיינער האט שוין אנגעהויבן אויפשילן די מאמענטן אין די מינוט'קעלע ווי דער איינגעפיקעלטער 'ישכר' שטייט אויבן פארלוירן אקעגן דער הויכער שווארצער 'געציל' מיטן שיפן הוט. אין ער שטייט אין שרייט צום המון עם. "נהרדעא" אין דא גיי איך מתתי' זיך קענען אריינמישן אין צוהעלפן 'ישכר' אין אריינשרייען דאס זייניגער אין אזוי אוועקמאכן 'געצילס' געביידע, ער זעט שוין די סוף פון געציל פאר זיינע אויגן. נאך איינמאל זאגט ער איבער צו זיך די ווארט שטאַט אין קלאָר, "פומ...פ..דית..א" ישר והפך ער קען דאס גוט. גוט אויף וואס? העמער שוין זעהן וואס!

פון די אנדערע זייט איז דער געציל ארומגעגאנען מיטן קאפ ארויף, ווארטס נאר ווארטס אויפן יום הטענה, איי וועט דאס זיין גוט. נאכאמאזל כ'באקומען די 'נהרדעי' שטעל דיך פאר ווען... ער מיינט נעבעך אז ער האט דא צוטוען מיט דעם פארביטערטן 'ישכר', וועם ער שפילט אויס יעדן טאג. נאאאאא ער ווייסט נישט אז מתתי' גרייט א פיבערהאפטיגער קאמפיין, ער האט דאס גענומען גאר סיריעס דער מתתי'. גארנישט אזוי פשוט.

אמת עס קען זיין אז פומפדיתא איז יא גוט, אהה וואס טוט מען? נעעע דאס איז נאר די זייטיגע שווערע מחשבות וואס ווילן אייביג אריינפליסן אין קאפ. טראכט ער צו זיך, אבער פארט ליגט אים אין קאפ אז עס איז יא גוט, גארנישט אויף אוועקצומאכן. אההה איין מינוט, דא האט ער זיך געכאפט אז די גמ' ברענגט אסאך מאל אז עס האבן זיך געדרייט אסאך רמאים אין די שטאט פומפדיתא, איז אים געווארן רואיגער אז עס איז לכאורה יא בעסער נהרדעי. ווייל דארט אין פופמדיתא האבן זיך געדרייט א באַנדע לאו-לייף!

געציל אזוי דערהויבענדיג טראכט ביי זיך, וואס וויל דער עולם פארוואס זאל איך נעמען הילף, נעעע איך ברויך נישט קיין הילף, מיט איין אטעם-בלאָז פון מיין גרויסע אידישע נאָז אין פארשוואונדען! זאל 'ישכר' נעמן וועם ער וויל, עס גייט מיר נישט אן!

ויהי היום...

****************

ויהי ממחרת...

דער ביהמ"ד איז געאוילט די פלאָרס אלעס גליטש, אבער וואס טוט מען נישט פאר אזא מעמד, ממש א "ביג עווענט" דער עולם האט זיך אנגעהויבן גרייטן צום מעמד ה'אויסטויש.

איינע פון אונזערע מתפללים מיטן ליטווישן חן האט אויסגעצירט די ביהמ"ד מיט בילעטן לכבוד די מסיבה, אין אזוי אויך האט ער ארויפגעשטעלט קאלירטע פאפירן אויף די בענקעלך ארויף. אויף די נהרדעא בענקלעך האט דער 'אייזענער שגעון יודל' ארויף געשמירט 'געלע' טישטעכער, מיטן סמך אין תירוץ אז ווען מען טראכט פון די ווארט נהרדא טראכט מען פון די קאליר געל, אין אויף די פומפדיתא בענקלעך האט ער ארויפגעלייגט די 'בוירגענדי' קאלירטע טישטעכער, אויך מיטן זעלבן פסוק אז ווען מען טראכט פון פומפדיתא קומט אוטאמאטיש ארויף אין קאפ דער קאליר 'בוירגענדי', איי פון ווייסטו? א קשיא אויף אונזער ליטווישער קעפל.

אזוי אויך פאר די חברה פונעם באלעמער האט מען אויך צוגעגרייט שפעציעלע הוטלעך 'געלע' אין 'בוירגענדי' פאר די נהרדעא טים האט מען געגעבן 'קאליר געל' אין פאר די פומפדיתא האט מען געגעבן 'קאליר בוירגענדי'.

סהייסט אזוי: נהרדעא – געלע. VS פומפדיתא – בוירגענדי.

איז וויאזוי איז צוגעגאנגען דער גאנצער איידיע מיטן אויסשטעלן די זיצן? אהה גארנישט אזוי פשוט, אונזער ר' בערעל איז איינגעפאלן אזוי: מען וועט יעדן אויסגעמישט ווייל אויב נישט וועט חלילה אויסקומען ווער ווייסט וואס. דער בערל האט פשוט געמוזט עפעס זאגן נישט אזוי? יא יא ריכטיג.

*

הנה אונזער ר' געציל מיטן אויסגעפיצטן שיך, מאכענדיג גראד זיין הוטל געט ער אזא באטראכט זיין געלע הוטל וואס מען האט אים ארויפגעווישט אויפן קעפל ארויף. באצירט מיט זיין הוטל האט ער שוין געוואלט אנהייבן אין שרייען וואס ער האט צו זאגן, מען האט אפילו נישט געקענט דערקענען אויף אים אז ער איז שוין נישט געשלאפן פאר עידזשעיס.. אבער ער איז אין גיער.

העעעי העעעי האָלד איט! ווארט א רגע, ווארט אויס ווארט אויף ישכר, שיס נישט ארויס מיט וואס די האסט דיך אנגעפאקט די לעצטע פאר טעג.

מיר ווייסן אז דו שפירסט אז אלעס איז אונטער קאנטראל פון דיינעט וועגן.

אט זייטיגלעך מיטן דינעם זוממער רעקל ישכר איז דא, מיטן הויקער שלעפט ער זיך מיט אן אלטן גמ' מסכת תערובות. ער שלעפט זיך ארויף מען הערט נישט קיין מוג אין שול, אלעס ווייל זיינע אלטע אויסגעטרעטענע שיך מאכט שוין נישט קיין גרודער ווען ער לייגט זיינע איידעלע טריט.

ההיא איתתא...! שרייט געציל אויס מיט געשריי, גענוי ווי ער האט איינגעחזר'ט פארן קאסטום שפיל.

ישכר באטראכט אים. פאר א רגע, ער האט קוים געכאפט וואס דא גייט פאר. ההוא רמאי! איך בין נישט קיין רמאי, שרייט געציל (דאס איז געווען איינע פון זיינע חכמות וואס ער האט שוין בעפאר געהאט געגזאגט פאר אפאר יודן, אז וואס ישכר וועט זאגן וועט ער אים צוריק שרייען אז עס מיינט נישט אים). האט עס אים געהאלפן? נעעע ס'רעדסטו!

איז געווארן א געשלעג ההיא איתתא מיט ההוא רמאי, מען האט נאך אפילו נישט געוואוסט וואס דא קומט פאר אין מען רייסט זיך שוין, אבער אונזער טעטיגער ליטווישער גבאי, האט תיכף אויפגענומען די מעשה מיט עקסטאז, אין צוגעלאפן צו צוויי אין זיי געזאגט: די אויסטויש איז אויף "נהרדעי VS פומפדיתא" נישט אויף "איתתא VS רמאי".

יא יא ריכטיג זאגט געציל, ער האט גענומען ס'ווארט, ער איז דאך שטערקער ווי ישכר.

הייבט ער אן אזוי דארט: ההיא מעשה. שנופך ספיר משלו בחיצים ובליסטראות, ובנהרדעי אמרי דדברים שבלב אינו דברים, אא"ב דמצעיתא גירסת ר"ח. אבל בפומפדיתא אמרי, כופין אותו עד שיאמר רוצה אישתי לגרש במאה זוז.

דא האט זיך מתתי' אריינגעמישט זייענדיג אינגאנצן פארלוירן וואס געציל האט אויסגעקאכט. געט ער אזא שריי אויס: הא לן הא להו! נישטא וואס צו רעדן מען האט נישט גערעדט פון דעם. נישט יעדער איז א באצווינגער. עס איז דא פיינע מענטשען אויך.

ווען געציל האט געזעהן אז עס גייט שוין אביסל גוט פאר אים. איז ער שטיל געווארן, נאר נארמאל – נישט אזוי?
יעצט מר. ישכר! שרייט די גבאי אויס. דו האסט נאך וואס צוצולייגן?

מיט רויטע פארקלעבטע אויגן הייבט זיך ישכר אויף פון ס'בענקל זיינער מיטן בווירגענדי הוטל טרעט ער צו צום עמוד, אבער נאך אלס אין די הענט מיטן אויסגעוועלקטן אלטן ספר אין די האנט.

הייבט ער אן אזוי: א גוטן טייערע יודן איך בין נישט קיין רעדנער...
ששש... ששש... דער עולם האט אנגעהויבן האַקן מיט די פיס. נאאא נאאא פומפדיתא! ניין נהרדעי.

שטיל זאל זיין! שרייט אונזער שמש.

מיט די פריערדיגן זעלבער בושה הייבט ישכר אן נאכאמאל, איך וויל חלילה נישט קיינעם איבערדרייען אין אויפקלערן אדער ברעין וואַשן נאר פשוט אויסשמועסן אין קלאר מאכן וואס מיין ארעמען מיינונג איז דא איבער דער ענין וואס יעדער ברויזט דא אין שטאט ביינונז.

איז אזוי: פומפבדיתא!! דא איז דער עולם געווארן שטיל...

אלא מעתה שמנהג המדינה שכותבין שטרות וחותמין בפני עדים כמו שאנו מציאין בחכמי פומפדיתא. אבל בנהרדעי שאנו אומרין שבעינן לשמה וליכא שם חכמים שייתקיימו. אנו נתמנין עכשיו כאן... ש'ג-ע-צ-י-ל יפנה לעיר נהרדעא ושמש שם בשכלו, ויעסוק בשטרות והכל על געציל יבוא בשלום.

בּבּבָּאאאאאָ.....

מסכים? מסכים? מסכים? האט ישכר איבערגעפרעגט דריי מאָל די פארזאמעלט'ן ציבור. כדי להשלים המקח.

יאאאאא ייאאאאא! מסכים האבן געציל'ס חברה געשריגן! אויף געציל'ס געזיכט האט שוין געווארפן זיינע מחשבות ווי ער איז א גאנצע מאכער אין נהרדעא.

מעעעעעעע מאאאאא, האט די נהרדעא עולם אנגעהויבן ברומען. נישט דאס האָמער געוואלט, האלטס ענק רואיג האט מתתי' אריינגעהאקט.

ישכר!! נו!! ווייזט וואס די קענסט...

דא האבן געציל'ס פענס אנגעהויבן שרייען מסכים! - מסכים! - מסכים!

דא האט ישכר געגעבן א שריי אויס: אז נהרדעא וועט נעמען געציל ביי זיי אין שטאט אריין וועט אוטאמאטיש די גאנצע שטאט ביינונז ווערן פאר פומפדיתא! ווייל נאר ער איז די גאנצע העצער ביינונז אקעגן פומפדיתא! איינמאל ער גייט איז יעדער פאר "פ-ו-מ-פ-ד-ית-א"...

פאטש... פאטש... האט זיך געהערט פון אלע זייטן, אונזער שמש האט גענומען די האנט מייק, און ארויסבאגללייט דעם פארפרוירענעם געעעעציל, בייןם ארויסגיין האט ער נאך

געהאט אפאר שטיצער אבער ביים טיר, איז ער שוין געשטאנען אליין. די נהרדעא חברה האבן אים באשייגעצט, "נעקסט טיים העץ נישט" - "נעקסט טיים העץ נישט"... סוף העצער לנהרדא!

געציל איז אריינגעשפרונגען אין מייזן לאך אין ישכר מיטן צובויגענעם שיך האט אנגעהויבן האָפקען מיט מתתי' פאר זייער איינפאל...

ליהודים היתא אורה...

נו וואס איז געבליבן פומפדיתא VS נהרדעי ?

No comments: