Monday, July 28, 2008

דו! דו! האסט געהאַט א פלאַפּ ? ווי לויפסטו דאָרט

יונגערמאַנטשִיק!! האָסט געמאַכט א טעות, אדער ווי טייל מענטשן רופן דאס א 'נידערלאַגע' און בלשון נקיה ווערט דאס גערופן א 'פלאַפּ', נו סיי וויאזוי מען זאל עס נאר נישט רופן, ברויכסטו עס נישט פארווישן מיט עפעס וואס. מהאט שוין געהערט אזאנס אז איינער האט א פלאַפ, 'סאו וואט' מען גייט עס אדורך און א גוטן, מ'פארשפילט עס, מוזט עס נישט פארשפילן מיט עפעס א פעולה דערצו. וואס זעהט אויס פאר סתַם מענטשן ווי די ביסט ערנסט פאַרריקט. און די ליידסט אויף 'פלאַפּ קאַמפּלעֶקס'.
*
איז עס אזוי געשעהן אין א געווענליכער פרייטאג צונאכט'ס ביי 'לכָה דודי' דער עולם זינגט די לידלעך מיטן שליח ציבור, איינעֶר זינגט מיט העכער, איינער שטילער יעדער לפי מדרגתו, טייל ברומען נאר הארמאניע, (לאו טאָן) אין טייל אידן כאַפן א בליק אין א ספר, אבער די שטארק-אויסגעדזשאָכעטע שווערע-אָפגעאַרבעטע אידן, כאפן סתם אזוי א 'לכו נרַננָה דרימל' וואס יעדע רגע געט ס'קעפל א פאַל אויף רעכטס און אויף לינקס...

איז אזוי אויך מיין 'אויסגעזשאכעטער' שכן ביים דאווענען געווען די וואך, ער האט זיכער געהאט גאר אַ שווערער וואָך, און רואיג געכאַפט אזַא דרימעֶלעֶ, און ווען עס איז געקומען ביי 'ימין ושמאל' ווי ער האט געכאפט אזַא טשיל אינמיטן דער 'שלעפל זיינער' וואס דער גרודער פונעם עולם מיטן קלאַפן מיט די בענק האט אים דערוועקט, און געשוואונד ער וועקט זיך אויף און ער שטעלט זיך אויף, און ער האט געמיינט אז מען האלט ביי 'בואִי בשלום' און אָאאפפסססס........... ער דרייט זיך אויס מיטן פנים צו מעריב, און איך לאַך מיך אזוי אונטער.... איך געב אים א גלעט אין 'זאָטל' יונגערמאַנטשיק מען האלט נאך ביי די ערשטע סטעפּ, ביי 'ימין ושמאל' מען שטייט פנים למזרח ביי דעם שטיקל.

און ער קוקט מיר אזוי אן מיט זיינע האַלב פארשלאפענע אויגן און ער כאפט זיך אן ביים שטריימל זיינעם און ענטפערט מיר: נאַאאא, עֶעעםם.... אָםםםם.... איך האב געוואוסט.... איך האב מיך נאר אויסגעדרייט ווייל איך וויל פונקט ארויסגיין, און 'וכך יאַללא' ער וואקט ארויס אינדרויסן, אין איך בין אויך ארויס געגאנגען אינדרויסן, מוראדיג אינטערעסאַנט, איך זעה ווי ער קומט אן אינדרויסן ביי איין טיר, און צוריק אריין איל שול דורך ס'אנדערע טיר, קומט אויס אז ער האט מקיים געווען דער 'בואי בשלום' דארט אויפן פלאץ.... נישט קיין חילוק ווי ער האט דאס מקיים געווען.

ער קומט צוריק אריין אין שול און מען דאַווענט ווייטער, דא האט אים געכאַפט דאס 'קדחת זיינער' ער האט אנגעהויבן ברויכן... אַן הכנות טאָן... אבער וואָס טוט מען, ער קען דאך נישט ארויסגיין אזויפיל מאל ביי איין דאווענען, איי ווער קוקט דען אויף דיר סיניש קיין פראבלעם דאס געלויפעכטס יעדע פאר מינוט, עס גייט קיינעם נישט אָן, עס זענען פארהאן אסאך יודישע קינדער וואס לויפן כסדר, ווייל די געדערעם ברענט, אז נאך ווי...

טא וואס איז די פראבלעם? אבער ער וויל נישט. וואס טוט ער דא? ער מוז דאך געפונען אַ וועג אַרויס, איז אים פייגעבאלן אזַא עֵצה. ער האט געגעבן אַ שמיר ארויף זיינע הענט אויפן נעזל ארויף, אזוי ווי די קינדער אין חדר טוען ווען זיי ברויכן 'טישאָס-טוילעט פעיפער', און מען בעט די רבי, אז מען וויל ארויסגיין, אזוי האט דער יונגערמאנטשיק געטוען גענוי ווי חדר יונגעל, שטעלט אייך פאר, "וואַט עֶן אֵיידיע".

זיין מזל האט גוט געשפילט פארשטייט זיך אז קיינער האט נישט געהאט פונקט קיין טישאס אים צו געבן אויף באָרג, דא האט ער געכאפט די געלעגנהייט בעפאר איינער דערמאנט זיך אז ער האט יא בטעות געטראגן און טאַש אביסעלע טישאָס.... ער יאָגט ארויס מלויפט.... אהה ווי לויפט מען, אההה דא בין איך געווארן נייגעריג, העסטו מיר זאגן אז ער וויל טישאס פונקט יעצט? קיינמאל טוט ער נישט דאס, האב איך אפגעמאכט אז מען גייט אים נאכוואקן, און איך בין טאקע ארויס אונטער אים ווי גאָרנישט וואלט געווען, ווי איך זאל ווען גארנישט האבן מיטגעהאלטן מיט זיינע מעשים דורכאויס איין דאווענען.

איך בין אינדרויסן, וואס מיינט איר, האב איך מיטגעהאלטן? יא איך האב מיטגעהאלטן ווי ער גייט טאקע אריין בית הכבוד, דורכן אריינלויפן אהין האט ער פארענדיגט זיין טוילעט פעיפער סקאנדאל, קיין 'טוילעט פעיפער' האט ער נישט געברויכט ווייל אינדרויסן הארט דערנעבן פון די בית הכסא איז געלעגן צוויי באקסעס 'טישאָס', אלא מאַי האט ער נישט געברויכט קיין 'טישאָס' נאר אן הכנות טאן... וואס איז די פראבלעם? דעס איז דען א נידערלאגע? אדער עפעס? פארוואס ברויכסטו פארווישן דיינע מעשים, מיטן ארויפשווערצן דיינע הענט אויפן פנים ארויף ווי א כיתה ה' יונגעל וואס שפילט אויס די רבי און חדר.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט די 'בואי בשלום' ווען די האסט זיך בטעות אויסגעדרייט, האסטו דען געמוזט אנטלויפן פון שול? און יעצט ווען די ברויכסט יא גיין 'הכנות', האסטו פרובירט צו איינרעדן קינד און קייט בשעת דעם קבלת שבת, אז די ברויכסט 'טוילעט פאפיר' אין געענדיגט האט זיך עס מיט א פשוטער 'הכנות', האט איינער א פראבלעם דערמיט? גיי געזונטערהייט.

*

און אזוי איז כסדר דא די מענטשען ,ווי מען קען מיטגעהאלטן אזעלכע קעיסעס.

למשל: ביי ספירה ציילן וועט איר זעהן ווי מענטשן ווען עס קומט נאך מעריב און די ספירה טעג, געט מען אזַא שפאַר אָפ די סידור נאָך 'עלינו' און מען פארגעסט זיך אז עס נאך דא א 'ספירה' ציילונג, און מען הייבט אן גיין 'טאועֶרד'ס ארויס צוגיין פון שול, זאל נאר איינער פרובירן צו זאגן פאר אזא איינעם, יונגעאמנטשיק איר האט נאך א ספירה צו אפרעכטן דא היינט נאכט! זאלט איר אויפפאַסן אז ער וועט זיכער ענטפערן 'יאָ יאָ – איך האב געוואוסט'... איי פארוואס האסו פארמאכט דיין סידור? נאַאאא ווייל ער קען עס פשוט אויסעווענדיג, און ער וויל עס אויסטרייען ווי מער.

*

אזוי אויך, ווען איינער וועט מאכן א טעות און זיך קלאפן 'סלח לנו' שבת בי מוסף, וועט אזא סאָרט יודל זיך נעמען 'באָכען און זעֶצן' ס'הארץ זיינע, אַז מען זאל חלילה נישט מיינען אז ער האט געהאט א טעות דא אדער וואס, איינמאל ער נעמט זיך 'זעצן' ווייסט ער שוין נישט ווען ער זאל אויפהערן 'זעצן', ווייל וואָס טוט מען אויב איינער הייבט יעצט אן קוקן אויף אים, און ער וועט נישט וויסן אז ער האלט שוין ביי די צענדליגסטע 'באָכע' און ער האט גארנישט געהאט קיין טעות מיטן 'סלח לנו', און טאמער וועט יענער זעהן אז ער 'באכעט און זעצט' נאר צוויי מאל, וועט ער חלילה יא מיינען אז עס איז טעות'דיגער 'סלח לנו' סקאַנדאַל, דאַן איז ער געצוואונגען צו געבן א קוק ארויס ביי די שטילע שמו"ע..... אין זיכער מאכן אז אלעס איז אונטער די פולע קאנטראל און מען קען זאפארט ענדיגן מיט די 'האַקעריי', אזוי איז דא א געוואלד מיט בעלי דמיונות וואס מיינען אייביג א דער 'פלאַפ' נעמט זיי אריין און דער ערד חלילה.

געענדיגט משוגעים עס איז שובבים און וועקטס ענק אויף!!

די 'פלאפערייזער' געב אויף מיט דיינע היסטערישטיקער שריט! און מיט דיינע געבוינזעמיינע פאוביעס! וה'פלאפעס במהרה יבלו! ואם לא, יתפרסם במלו!
_________________

No comments: