Friday, July 18, 2008

דו שוואַנץ !! וויאזוי האסטו באקומען 'דרייווערס לייסענס' ??

העללאָ עווריבאַדי - שמעו נא רבותי...

הערטס מיך גוט אויס דא, יאַך ווייס אז עס איז נישט יעצט ערב ראש השנה. אין מרבותי'ייט נישט, איז אבער דא א וויכטיגער ענין וואס מעג ווערן אויסגעשמועסט דא אזוי אן א רבותי.
ווען אימער אין יאר ש'קיינ-חילוק ווען קען מען רעדן דערפון הוי איך בין שוין פארשוויצט פון דער סאָבדזשעקט.

איז וואס אזוי וויכטיג דען, אלעס איז וויכטיג נאר מען מוז זעהן אויסצוקלויבן וואס איז יעצט אויפן אדזשענדע.

ס'מעשה איז אזוי דא, 'שבתי יאנקל' איז איינע פון די מתפללים שוין יארן אינעם זעלבן ביהמ"ד ווי איך דאווען, ער דער ר' שבתי יאנקעל האט גראדע א שיקול הדעת צו יעדע יוד אין אונזער שול אבער ער איז בטבע גאר א שטילער, אבער ווען ער האט א פראבלעם רעדט ער, דער 'שבתי יאנקעל' האט זיך שוין פאָר די לאָנגעסט אפגערעדט אז ער האט קאָפ-צאָליגע פראבעלמען מיט זיין אלטן אויטא, טאקע א שעֶווי אין ער פארט גוט, אמת אז אמאל-אמאל קומט ארויף אויפן דעשבאָרד אז מען ברויך אריינגיין נאך אויל פשט איז אז מען ברויך פשוט גיין 'נאך א אויל טשענדזש', אבער איין מינוט, נארוואס געמאכט איינס, אבער אז דער אויטא הייסט מאכן, מ'סתם ווייסן זע. נ'גוט גיימער מאכן אַלדֶע יאללאַ! נ'גוט באצאלט פארן גוי וואס האט אריינגעלאזט דעם אויך, הנה עס איז ערשינען א נייער פראבלעם , דער רעדל גרידזשעוועט ביי יעדע טוירן פארציילט אונז 'שבתי יאנקל' פאריגע וואך, אין ער לייגט צו, אז עס איז שוין געקומען די צייט אז מען מוז גיין פארשאפן א געהעריגן קאר.

זיצט דארט 'יוסף מיילעך' א חבר אונזער'ס, וואס גראדע פון ווען איך דענק אים נאך פארשטייט ער גאנץ גוט צו קארס אין טראָקס. אלס מבין אויס, נישט אויף פרנסה, עניוועי, יוסף מיילעך לייגט זיין קליינער פינגער אויפן באַק ארויף, אין זאגט אז גראדע ווייסט ער פון א גוטער דיעל ווי ער קען באקומען א ליעס פאר שטוינענד ביליג יעצט. 'שבתי יאַנקעל' האט אויפגעלאכטן, 'נישט אום שבת גערעדט' אלעס ווערט פארלייגט אויף אינמיטן די וואך.

פאריגע וואך שוין איז 'שבתי יאַנקל' געווען ביים ליסינג שוין נאכן פארברענגען מיט 'יוסף מיילעך' אין אויס'משלן דער נייער וואָגן וואס מען וועט ליסען, ער האט שוין באָכאַשעם געהאלטן ביים ליסען-שליסען, נארוואס ארויס געפארן מיטן קאר פון ליסינג פארקינג לאַט שוין כמעט ארויפגעלייט אויפן קאר אפאר קארגע מייל פארנוצענדיג דורך פארנדיג אינאייוועגס געטאָן א טובה פאר איינעם אין אויפגעפיקט א פעקידזש אפדעליווערט, אין הייטאַ ער גייט זוכן א פארקינג ספאַט, געווען איז דאס פארגאנגענ'ס פרייטאג פאר ס'מקוה.

מיט אָבאַכט פארקט 'שבתי יאנקל' אריין דאס קאר, איך קוק מיך אזוי צו, אהה דאָס-אידאָס נייע קאר? גאר גוט. וואויל איז אים. עעהה קומט אן דער יצר טוב אין מיינע געפילן אין זאגט מיר - נעעעע אלטער'ל נאר גשמיות סייווי-סיי.


הקיצור; זעה איך דארט אזא מעשה, זיצט דאר אין א קאר דער פלאַש-ווַיינִ'יגער יבולה יודל אינעם אַלטן 'ביואִיק 97' אין פרובירט א פאַרק טאן זיין אלטן מאָביל, ער פרובירט נאכאמאל, ער מוז אנקומען אינדערצוויש פון די צוויי קארס, דא פּה פאָרנט פונעם מקוה. באאאאָם-פּאאאַ... א שאָקל פון פארנט באקומט דער פאדערשטער קאר, פאאַק קריץץץץ... באקומט דער טרעקל פון אונטען, באאאָם... נאך א זעץ פארן פאדערשטען קאר, זאל זיך יענער אנלערנען אז מען פארקט נישט אין זיינע פינעף הונדערט פיס פון דעם קאר. אקעי ער איז באלד פארטיג, נאך א זעץ-צוויי אין דאסיזעס – קאָם אַן! דאס איז אָנריעל.

פון אנפאנג האב איך געמיינט אז ער איז פארגולמ'ט צו וואס אויף זיין פארנט אויבערשטע שפיגל באטראכטענדיג מיט פארגלייזטע אויגן זיינע הערליכע פארקניפטע אויסגעשלאפענע פיאות וואקלענדיג אויף זיין אויסגעקראָכענעם קעפל, נארוואס ארויסגעשטורעמט פונעם פרייטאג שלעֶפל.

אבער ניין ער קוקט גוט אין מאכט זיכער צו דער הונטערשטער אויטא האט געכאפט א שאָקל וואס זאל צונעמען אין אראפ קלעטערן חלקים פונעם 'שפיגל-לייט-באָמפער'. אזוי אויך איז דער פאדערטשער קאר גארנישט קיין קלענערער מיוחס ער באקומט זיין פאָרציע. אויב איז נישט געונג געווען, נייטאַ-נייטאַ אריין נאָכאיינס.

יעצט קום אהער דו פארצווייגט'ס שטאַל קעפל! ביסטו נארמאל? יענער איז געקומען פאר א מקוה אין די שול, אין יענער ברויך ניטאמאל וויסן אז די ביסט אין מוט פון אריינהאקן אין צושפלעטערן יודישע קארס/באמפער/לייט'ס, געוואלד עס איז ביטער צוצוקוקן וואָסערע חרבנות דו מאכסט אן וואָהאַקסטו ווי א שור מיטן וויעקל? – דו ווייסט אז צו פאררעכטן אזא מעשה קאסט א מעיאָנטיק? אמת יעצט וועסט מיר שרייען אז דיין אלטער קאר מיט די דיקע אייזערנע שויבן איז שטערקער ווי דער נייער קאר מיט די פלאַסטידזשער געבוי.

אמת – וואָר איז דיינע ווערטער אז די היינטיגע קארס זענען שוואַכער – אין ביי די וועי - געלויבט זאל זיין דער יוד וואס האט דיר אויפגעקעלערט אז די היינטיגע מעדאלן אויטא'ס זענען שוואכער ווי אמאל, אין יא פארקויף עס נאך ווייטער, אין ביי יעדע קופקע ווי מען וועט רעדן פון קארס, צו אפילו עס וועט זיך די נאר דאַכטן אז מען רעדט פון קאר'ס, רוף דיך אן אזוי: 'אז דו וויסט פאר א פאקט - אז די היינטיגע קארס זענען עפעס אסאך שוואכער געבויעט ווי אמאל'. אין אפילו עס קומט נישט אריין אין די שמועס אויפן מינוט – דאונט וואָרי. דו זאג נאר, נישט פלעין - ניין דו רוף דיך דאס דייקא יא אָן, ווייל אזוי וועט דער עולם וויסן אז דו ביסט א באַלערנט'ן סייענטיסט גוט באזעסן און א אויפגעקעלערט'ן מודזשאַפּיסט פאַרשוין, וואס פארשטייט צו קאַרס אין די האסט ארויס ס'ענין פון ביידע זייטן.

אבער הַלמאאאאאאַי? פארוואס מוזטו אויסגעבן דיינע ידיעות מיטן צושפלעטערן קאַרס? פעיס איט! וואס שטעלסטו אן ס'פנים דיינער ווי א שטיל בייסיגער בעל תפלה יודל וואס פארכט אפילו פון א וואָרעם אויפן חשש פון יתוש קדמָך? אויבנאויף זענט איר א 'געס-הו, דזשיניעס קאר-זעצער-ו'שפלעטער שמויגער'!

איי – ווערט שווער א פראגע מיט'ן אָמָה פינגער, ווער האט דיר געבעטן האַקן מיט דיין קאר ביים פארקן אין אזוי ווייזן פאר די ארומיגע אידן אז דיין קאר איז נאך געמאכט מיטן אמאליגן שטארקייט? ממש דיין קאר איז אויף אזוי ווייט גוט אז ער קען צוזעצן אנדערע קארס מחמת זיין שטארקייט. הא?! פשששש... געוואלדיגער איידיע מיטן שטאָלצירן דערמיט אין די גאסן, זאל יעדער וויסן – נישט אזוי?

אבער איין קליינטשיגער פראגע 'אהובי ה'קאַר-זעצער' פארליי מיר דיין סוד פארוואס טוט איר נישט דאס דורכן ארום גיין פארציילן פון 'מויל צו אויער' ווי מיר האבן פריער געשמועסט? איןאזוי ארום מעלדן יעדן דיין סקילס וואס דו ביסט באַשאָנקן פון ג-ט'ס לייטדענקעניש, מען וועט אייך גלייבן – 'טראָסט מי' העכסענס אויב איינער וועט אייך נישט וועלן גלייבן, גרויסע-פראַבלעם פאר דיר זעצער?! זאגט אים אז איר קענט אים צייגן אינדרויסן מיטן קאר זעלבסט, אין גייט ארויס מיט יענעם אין צוהאקט אים זיין קאר אויב וויל ער נישט אננעמען אייערע דיבורים.

יעצט אבער, קום אהער דו שעפס! איך ווייס קלאר אז מיין חבר 'שבתי יאנקעל' האט נישט פארלאנגט איר זאלט אים צייגן וויאזוי אייער קאר קאָן צו-ברעכן זיין קאר מיטן פארקירן דיין אויטא קראצענדיג באמפער-טו-באמפער 'ברצופות - בזה אחר זה' ווי א שור פאר א קנאפע פאר מינוט.

ווי קאָן איך אפילו צוקוקן ווי מיין חבר 'שבתי יאנקעל'ס אויטא כאפט א רוק נאך א רוק אין דער לייט-באמפער-נ'וואסניש פלאַטשקעט אראפ פון דיינע זעצעס 'אלעס ווייל דו ביסט א מייסטער קאר שמעט'רער. אמעֶר דער האט דאך א שטארקער קאר! יא א מוראדיגער טענה. וואויל גוט פאר דיר! גיי אהיים אין צושמעטער דיין הייזקע אין קוק ווער עס איז שטערקער,דיין קאר צו דאס הויז דיינער.

וואאאאאס טוט מען דא? עס איז א מגיפה פון 'קאר-זעצער' וואס וואקסט - ואין פוצה פה ו'מקלאַטש-קלאַטש!

צערפּופאַאאאל איז דאס געווען א באַוועפטער יודל מיט אלטן איסגעברענטן חן, אבער 'לעיטס פעיס ריאַלעטי', אז זייער אסאך יודישע קינדער האבן דעם פראבלעם 'מען האקט - מען זעצט - מען שפלעטערט - אין מען צושמעטערט - אין מען צוקראכט יענעמ'ס קארס' פארוואאאס? קענסט נישט פארקן? קום ארויס פון קאר אין הייב האנט. דו מוזט דיך נישט אריינשטופן אינעם לעכן צווישן צוויי קארס. גייסטעך אויפטוען אין שול אז דיין קאר האט נישט קיין פראבלעם אזוי געשמאק איז דאס, אפילו עס איז עלטער פון אלט, פארוואס איז ער אזוי געשמאק? פשששששוט 'ער פיט אריין אִאאאאיבערראאָאָל'. ליגנער- שוואנץ! קום ארויס מיט מיר אין גאַס, איך ווייז יעדן וויפיל אויטא'ס זענען יעצט געווארן באקריצט אין צושפלעטערט פון איין געפארקעכט'ס!

דו אידיאַט! דו ווייסט אז דו האסט שאָדן געמאכט חורבי חורבנות, אין יענער וועט ברויכן ארומפארן מיט צובויגענע לעקטער/צובראכענע באָמפער, אין יעדער וועט טראכטן "אוי נעבעך קוים באקומען די קאר אין געֶבאַ קוק... ששששששוין עס הענגט שוין די באָמפער", א שאד געווען די נייע קאר פאר אים'ן - אין דער בריליאַנט וועט זיך אוודאי אנרופן, יעעעעע דו ווייסט נישט אז 'שבתי מיילעך' קען דרייווען א קאר אזוי ווי איך קען דרייוון א פליגער. האאאאאאא? קומט'ס מיט מיר, צולייגער איינער! איך וויל אייך ווייזן ווער דאס איז געווען! "ווער וועמען" לאז א צעטל מיט דיין נומבער אז יענער זאל כאטש וויסן ועור האט אים דא אפגעטאן. דו 'באָמפער זעצער'!

פון היינט אין ווייטער אויב וועט מען זעהן איינעם דאס טאן וועט מען אנהייבן שרייבן פלעיט נומבער'ס.

דעֶנק פון באָכי ביים פארקן - עס וועט אייך גריבלען! נישנעמאַל דאס - כולנו נגד ה'באָמפער זעצער'!

No comments: