Friday, July 18, 2008

גוטן חודש: וואס מאכט דער 'סגן יעלה ויבא קלאַפּער'

האַללא אלטער! די חולם מיט א שוריק זאָטל איינער מיט א געקניפטער טיי בּוי! וואס ענטפערסטו נישט געהעריג? איך בין דיין טאַמעגאַטשי? הא?...

האָלד איט - האָלד אָן, וואס שרייט דער פּאַפּקאָרן מענטש? איז ער דער 'סגן יעלה ויבא קלאַפּער' פון אונזער שול? איין מינוט איך מיין אז ער איז עס והוא לפּעילעס...

ראש חודש איאָ? תָּם – פארטיג מיטן שטילע שמו"ע, ממילא אז איך האב פארגעסן צו זאגן יעלה ויבא שוין ביי די צווייטע מאל איבערדאווענען ס'שמו"ע. נעעע דאס איז נישט די חידוש דא – קיין נייעס 'גייס'. [ביי די וועי, אנטשיל איינער! האסט מיר געפאקט איבער דאווענען שמו"ע? וואס איז די פרעבלעם וואס האסטע מיר אנגעקוקט מיט א ביטול? דו אנטשיל האסט געמיינט חלילה אז איך לייד אויף? (?) דו אנשטיל האסט פארגעסן אין האסט געזאגט די עקידה מיין פריינט ווייסטע אנשטיל?! - וואָזוי ראָנג אנשטיל?! ספּין איט אַנטשי, עניוועי אַנטשי, פלעין געווען אין די מוד - סארי אנטשי].

איז דא צוויי טאג מיט דריי תפילות פער טאג אין איר, כדי צו ווייזן אז אפילו אויב איז מען א שוגג אין מען פארגעסט זיך צו זאגן 'יעלה ויבא' טראץ די אנזאמלונג פון די 'סגן יעלה ויבא קלאַפּער' איז דא א שו"ע וואס זאגט אונז אפילו אויב מען פארגעסט - ביז ווען מען קען צוריק גיין איין ברכה אין משלים זיין, אין ווען עס פעלט שוין אויס צוריק צו גיין די גאנצער שמונה עשרה.

איי וועט עטס פרעגן ווי קאָן אלטער פארגעסן יעלה ויבא? מען האט דאך צאַמגעהאקט אין צאַמגעשמיסן אויפן טיש ביז טיף אינמיטן סלח לנו די אלע 'סגן יעלה ויבא קלאַפּער', אין טייל אירע האבן אפילו געגעבן א שריי אביסעלע העכער 'יעלה ויבא' (צו משתיק זיין די נייגער פון די מענטשען וואס האבן געמיינט אז זיי האבן חלילה פארגעסן) ווען זיי האבן געהאלטן דארט - האט ער דען געהאלטן דארט, דער שמונִי איינער?! נעעע אזוי ווי ער האט געהערט אז איינער פון די אנדערע עק שטיבל האט געגעבן א ברום ....'יעלה ויבא', נו זאל ער עפעס זיין צוריק געבליבן? גארנישט וויסן? אויך מיר א זאַך - ער שרייט יעלה ויבא... ער איז דאך פון די גרופע 'סגן יעלה ויבא קלאפער' יעצט נאך אזא קלאפעריי ווי איז שייך צו פארקוקן אזאנס אין פארגעסן צו זאגן יעלה ויבא, נאר וואָדען – א מענטש איז נאר א מענטש.

אבער מיר האבן א כלל 'קיינאמל נישט צו שפעט' מען קען אייביג משלים זיין אדאנק אונזער 'סגן יעלה ויבא קלאַפּער', לאמיר שוין זאגן מען האט שוין אויסגעטראָטן, צוגאָט'ס אין מען האט טאקע יא פארגעסן, וואס טוט מען? מען געט א בליק אריין זייטיג אינעם הל' דרך החיים וואס איז אנגעצייכענט אין די זייט אויפן סידור'ל אין מען שטעלט זיך נאכאמאל א דאווען טאָן.

זעהן מיר אבער פון דעם, אז א מענטש מעג אמאל פארגעסן – אין קען אמאל פארגעסן, שוין געהערט אזאנס! יעצט טאקע ביי אזא מעשה ווי אונז דא זעהן מיר אז אויב האט ער פארגעסן, צאלט מען דאס אפ מיט נאך א שמו"ע אין דאס ווערט גערעכנט ווי דאס ערשטע מאל זאגן דעם 'יעלה ויבוא'.


יעלה ויבא למה זו דומה?


נעכטן איז שוין אויך געווען ראש חודש, אבער מיר ארבעטן יא אום 'ראש חודש' אינמיטן א שווערן טאג ארבעט איז געווען דער נאַפּוי-מאַנטשיק אדער טייל רופן אים יונגעמאַנטשיק וואס פארמאגט 'אימעיל' האט ער מיר געשיקט אן אימעיל, וואס איז? ער ווארט אויף א תירוץ איצטעט... שטעלט אייך פאר אזוי: ער זיצט מיר אויפן סאַפע אויסגעשטערקט ווי א ראָסטער אין שטאַל, אין 'שיצט' ארויס אימעילס פו זיין אינטערנעט מאשין, אין איך ארבעט ווי א זאָטל – אבער מען מוז האבן צייט צו זיינע מעשים וואס ער מאכט דא מיט זיין אינטערנעט, אין אויב האב איך נישט געענטפערט בתוך כדי דיבור, בין איך א אפגעזיגעלטער לעמעך פאָרעווער. וואס ריספאַנד נישט צו קיין מענטשען.

לאמיך דיר פרעגן 'מאַנשטיק': קאָן מען דאס נישט אפצאָלן ווען מען ענטפערט שפעטער אביסעלע? הא מאַנטשיק? איך שיק יעצט - איך מאַך ריפּליי... איך שיק צוריק צו דיין זייגעדיגן אימעיל, ניין ער איז נישט צופרידן מיט דאָס, מאַנשטיק פאאאאַרוואָ? (בניגון תימה)

איך ווארט אפילו נישט אויף קיין ריספאַנד פון דיר מאַנטשיק דו 'סגן יעלה ויבא קלאַפּער'! נאכאמאל מיין נישט...! (בניחותא)

*

אגב גררא, האט איינער אויפגעפאסט אז ווי שפעטער די מנינים אום ראש חודש ווערן אלס מער זינגט מען ארום ביי הלל.

למשל: זיבענע אזייגער אינדערפרי וועט דער בעל תפלה זינגען הללו את האשעעם קאָל גוייעעם מאַ מאַ – מאַ מאַמיי מאָם... אין דער עולם וועט געבן א ברום מיט, אין תיכף וועט זיין יאמרו בית אהרן... אין ס'גארנישט געווען אויסטערליש.

אבעעעער: ווען עס ווערט שוין אביסעלע שפעטער צו חצות, נאאאאַ... גאָר גאָר אנדערש, קין פארגלייך דאַמאָלט'ס וועט נאר צוגיין א בעל תפילה וואס קען זיין גאָרגעל באווייזן פאר די ציבור יודן, אין שוין אנגעהויבן ביי 'להושיבי עקרת האַבּאַ-ווייווייאִיס' ווערט אזא כאַזאָנעצערעיי אז איך מוז קלאַטשען, ווער רעדט נאך ביי 'אָנאָ - מוי מוי מאָם... הוי שיִעָ נאָ' זינגט מען אזוי: ראַלאַ לאַלאַ לאַלאַ ליי ליי ליי לאָם – לעֶלאַ לעֶלאַ לאָם... אויף די שטאַטסטע ביט. אין מען זינגט – אין זינגט, מען וואלט ווען געמעגט צושטעלן לולבים פארן ציבור אין די צייט וואס דער חזן שפילט אויף די נערווען מיט זיין פידעלדיגער שטימע וואס דרעמוועט אין קאָפאַריין.

איי ווי קומט דאס דא אריין? נאר ווי דען זאל מען דאס אויפמערקן, איך האב דאס אויך נאר פערצופאל געטראכט איצט...


גוטען חודש אלע... אנשטיל - אנטשי וואַטעווער יו לייק, דיר אויכעט.

No comments: