Monday, July 28, 2008

אינפארמאטיוו: פאַרוואס טאקע איז 'שניי' די קאָליר-ווייס

מוששששי.......... קום אההההעעעער........... שנעעעעללל..........

קוק ארויס פון פענסטער... קוק דא........ קוק... סשנייט היינט...

עס איז לעבעדיג ביי די קינדער מ'זיצט מיט די פידזשאַמעס, ביי די פענסטער און מען וויל פון גארנישט וויסן אויסער דעם, אז זיי מאכן זיכער די שניי זאל ווערן העכער און העכער.. זאל שנייען אזוי א גאנצצן טאג... אנע אויפהער עס וועט זיין אזוי גוט.... העצן זיי זיך ארום די קליינווארג.

*

יעצט לאמיר ארויסגיין פון די וועלט פון די קינדער און לאמיר קוקן וואס מענטשען בכלל זאגן צום שניי.

* * *

איינע פון די סיבות פארוואס די מענטשהייט גלייכט באמת די מין זאך ווי 'שניי', איז, ווייל דאס קומט אראפ מיט אזא מין רואיגקייט, אז אלעס איז שטיל שא און ס'נידערט אראפ פון אזא ליכטיגן ווייסן 'שניי ווייסן' שיינעם הימל, אזוי שטאַטליך, יעדער שטיקעלע שניי אויף זיין עקסטערן ליניע. און אלעס ווערט באדעקט מיט א 'שניי ווייסן קאליר' ווי עס ווערט אנגערופן ביים המון עם 'די רואיגע שניי' ברענגט דאס טאקע אויך מיט, מיט זיך אזא לעבעדיגן רואיגקייט.
אפילו ביי די וועטער פאראויסזעהער איז די שפראך אנדערש ווען מען מעלדט שניי, ווי מען מעלדט סתם נייעס, צו ביישפיל ווען מען מעלדט א 'שניי אָנקום' ווערט דאס געמאלדן מיט א אויסערגעוונעליכן טריץ 'די ווייסע שטאָף' גרייט מען זיך אויף מארגן. זאגן זיי געווענליך אויכעט זייער אנקום ווען עזס וועט זיין, און נישט אזוי ווי מען וועט מעלדן א רעגן.
אין אזוי אויך וועט א 'שניי' נישט ווערן אנגערופן 'א שניי', נאר ווען עס פארמאגט די 'קאליר ווייס', און דאס טראגט די רואיגקייט מיט זיך. און מען וועט דאס אפילו נישט וולעלן רופן אייז. אדער עפעס אנדערש, עס האט א באזונדערע נאמען.

*

יעצט אויבנאויף איז זייער אינטערעסאנט, פון וואס באקומט 'שניי' די 'קאליר ווייס', עס איז דאך לכאורה צוזאם געשטעלט פון אביסעלע פארפרוירענע שטיקלעך וואסער, וואס דער הייליגער באשעפער שיקט אראפ פון הימל, און ווי עס ווייסט דאך יעדער איינער אז ווען וואַסער ווערט פארפרוירן, איז עס דורכזיכטיג, אין אזוי ווי עס איז בעפאר עס ווערט פארפרוירן, נישט קיין חילוק וויפיל וואסער עס ווערט פארפרוירן אויפאמאל, וועט דאס נישט ווערן די 'קאליר ווייס', נאר עס וועט בלייבן דורכזיכטיג, און נאכדערצו ביי 'שניי' ווען עס איז געמאכט פון אזעלכע קליינע שטיקעלעך, וואלטן ווען זיי זיכער געברויכט בלייבן דורכזיכטיג, אין פארוואס, אין וויאזוי ווערט דאס 'ווייס'.

און כדי דאס צו פארשטיין קלאר און וויסן פון ווי די 'ווייסע קאליר' ווערט געבוירן, וועלן מיר צוריק גיין א סטעפ, און קוקן אויף אנדערע זאכן, למשל פון ווי די מין זאך 'קאלירן' און 'ליכטיגקייט' נעמען זיך. און וויאזוי זאכן טוישן זיך קאלירן פונעם ערשטען מינוט וואס עס פארמאגט באמת א אנדערן קאליר.
ליכטיגקייט למשל: איז פארהאן צווי ערליי ליכטיגקייט, 1) 'וויזיבעל-לייט', איז ליכטיגקייט וואס קומט ווען עס ווערט אנגעצונדען א לעקטער. און אזוי ווערט ליכטיג. 2) 'אינוויזעבל-לייט' מיינט למשל 'ליכטיגקייט' וואס קומט פונעם בלויען הימל. 'נאטורליכע ליכטיגקייט' וואס איז ליכטיג, פון ווען אן די באשעפער האט באשאפן די וועלט.

*

יעצט למשל, וויאזוי פארבריצירט מען 'עלעקטריק' אז עס זאל שיינען, ווייסט דאך יעדער איינער אז די סארט זאכן וויאזוי זיי ווערן געמאכט איז פון atoms & molecules 'אטאַמס' דאס איז אזא מין 'סעל' וואס איז זייער זייער פיצל, ממש אזוי קליין וואס האט ניטאמאל א מאָס, מען קען עס נישט צוטיילן אויף צוויי. און ' מעלאוקאולעס' איז צוזאם געשטעלט פון געציילטע 'אטאַמס', ד.מ. פון אפאר 'סעלס' און עלעקטריק וואס מען פאבריצירט ווערט געמאכט פון די סארט 'סעלס'. וואס פארמאגן און זיך א ענרגיע פון ליכטיגקייט (און דאס איז אלעס וואס קומט פון אטאמס און מעלקאו.

איז אזוי אויך דא געוויסע סאָרט 'עלעקטעריק' וואס זענען געמאכט פון מאטריאל וואס וועט למשל דורכשיינען 'גלאז', אויף די זעלבע וועג וויאזוי עס שיינט ארויס פון די לעקטער. דאס מיינט אז די 'גלאז' פארענדערט גארנישט די שיין פון די לעקטער, עס האט די זעלבע סארט שיין. אפילו עס שיינט דורך א שטיקל 'גלאז'
און אמאל קען זיין אז די 'גלאז' איז געמאכט אויף אן אנדערן פארנעם און עס וועט נישט אזוי שטארק אדורך שיינען די 'ליכטיגקייט', אדער אפילו עס וועט יא אדורך שיינען, וועט דאס נישט זיין מיט אזא קראפט. ווייל די 'גלאז' איז צוזאמגעשטעלט אויף אן אנדערן וועג. און די בעסטער משל דערפאר וועט זיין 'קריסאטל', דאר סארט וועג וויאזוי מען מאכט 'קריסטאל' זייערע 'סעלס' איז געמאכט אויף אזא מין וועג, אז ווען עס שיינט דורך א 'ליכטיקייט', שיינט עס אדורך מיט א אנדערן קראפט פון וואס עס קומט באמת ארויס פון די לעקטער זעלבסט.

*

יעצט, אז אויב 'שניי' איז געמאכט, און צוזאם געשטעלט פון אביסעלע פארפרוירענע וואַסער, נו אויב אזוי ווען דאס איז פארפרוירן דארף דאס ווייטער בלייבן דורכזיכטיג, פונקט אזוי ווי 'דורכזיכטיגע גלאז', יעצט איז וואס לייגט אריין און די 'שניי' אזא סארט זאך עס זאל ווערן אויס דורכזיכטיג. און עס זאל באקומען די 'קאליר ווייס' און מען זאל נישט קענען דורכזעהן דעם שטיקעלע שניי. דאס הייסט ממש אזוי ווי 'קריסטאל'
יעצט, כדי דאס צו פארשטיין וועלן מיר צוריק גיין נאך אביסל; און מיר וועלן אפירנעמען 'אינדיווידזשועל' שטיקלעך 'אייז'. וויאזוי דאס ארבעט, און באמת איז דאס אזוי, אז 'אייז' איז נישט אזא סארט זאך וואס מען קען דורכזעהן, עס איז באמת אזא סארט זאך וואס מען קען טאקע נישט געהעריג דורכזעהן, אפילו דאס איז אויבנאויף דורכזיכטיג. קען אבער זיין אמאל אז עס איז נישט דורכזעהבאר. דאס ווערט אנגערופן transparent and translucent און אייז איז translucent, ד.מ. אז ליכטיגקייט גייט נישט אריבער אין א דירעקטע ליניע (direct path) די מאטריאל פון די 'אייז' וויאזוי עס ווערט געמאכט טוישט די 'ליכטיגקייט' דערפון. ווייל די געבוי פון די שטיקעלע 'אייז' ווערט געמאכט דורך די קליינע 'אטאמס' און 'סעלס' און עס איז אפגערוקט יעדע איינע באזונדער אביסעלע 'ממש א משהו', און דורך דעם ווערט די 'ליכטיקייט' וואס עס קומט ארויס דערפון ווערט גאר אנדערש נאכדעם, דורך די לופט וואס עס אנטהאלט און זיך צווישן די שטיקעלעך סעלס.

און דאס אלעס איז אויך ווייל ווען עס קומט זיך צוזאם אפאר ערליי סארטן 'אטאמס' און די סעלס ווערן א אנדערן קאליר און די ליכטיגקייט.

און אזוי אויך די זעלבע זאך ביי 'שניי', איז עס א צוזאמשטעל פון אסאך קליינע 'קריסטאַלע' שטיקעלעך 'אייז'. באהאפטן אינאיינעם, אבער א משהו אפגערוקט איז יעדע שטיקעלע 'אייז', קומט אויס אז איז דא אביסל לופט, און אביסל 'אייז' און יעדער שטיקעלע 'שניי'.

און אזוי ווען זיי לאנדען זיי אראפ אויף דער ערד, מיט א געמיטליכקייט, און צו דעם ווען ליכטיגקייט גייט ארויף דערויף, גייט עס אריין מיט איר שיין, און דאס טוט 'ריפלעקטן' ארום און די שטיקעלעך 'אייז', דורכן זייער ארום לויפן [די ליכטיגקייט] און די 'שניי', און ווען עס נעמט זיך צוזאם די ליכטיגקייט אקעגן די 'שניי' קלאפט עס צוריק, און עס ווערט פאראורזאכט אז די קליינע 'סעלס' טוישן די קאליר פון דורכזיכטיגע שטיקל 'אייז' צו א 'ווייסע קאליר' וואס ווערט אנגערופן 'שניי'.

וכן יאמר 'כַשלג ילבִּינו'....... והאָדם בשכלו 'יבִינו'......

No comments: