Friday, July 18, 2008

ערב קאָנטרי: אין אלט-שטאָט וויליאמסבורג

גוט מארגן! גוט מארגן!

היינט האבן מיר די שעפעלעך פון די גאס אויפגעוועקט, די טויבעלעך וואס וואַנדערן אין ווילימסבורג זענען היינט נישט געוען די וואס האבן אריינגעטראָפט זייער ציפעדיגע קוויטשקעס וואס זאל אויפוועקן מענשטן ווען זיי זינגען לויב פאר השם-יתברך. נעע היינט האבן די יונגווארג מיט די קורצע הויזעלעך איבער גענומען די דזשאב פון וועקן אידישע נשמות צום האריזאנט.

אויך מיינט איר אוודאי אז היינט וועט מען האבן א גרינגער וועג צו דער ארבעט פשוט ווייל די 'סקול באסעלעך' האבן נישט וועם אויפצונעמען, אלעס איז געשפארט פאר ערב קאָנטרי, נעעע ס'אָל קיינעם נישט דאכטן אזוי.

טראָקער'ס האבן איבער גענומען די רוט היינט - אין געשמיסן און די גאסן ווי א פארקינג לאַט פון טראקס האט אויסגעקוקט יעדער גאַס. 'כי אין גאַס אשר אין שם טראָק' (קרעדיט: צייטליך).

אריין אין ס'מעדרעש גאנץ פרי, שטעלט אייך שוין פאר ווען עס איז נישטא קיין חדר ווי גייען די קינדער וואס וואוינען אין שכנות פון א ס'מעדרעש? מען יאָגט אין שול אריין, אזוי אז ווען מען קומט אריין אין שול האַנקעט מען זיך אן מיט א טאַץ קינדערוואַרג.

זאָגטס נאר, ביינענק אין שול האט אויך אויסגעקוט ווי ערב פייסעך? א טוטער פון פיעוטים ארבעט ארום ביים עמוד מיט די אויסגעברענטע חֵלב, אט אט גייט גיין א פייער-אפפער פון די לעכט קעסטל.

די נארוואס בר-מצוה געהאַטע צוויי טוטערלעך פון גיטע ט' האבן זיך געאַמפערט ביים עמוד ווער עס זאל צו גיין אין אפ-מורמלען א שחרית, ווען סאָדענלי 'תגַדל תקַדש...' דער קלייענר מיטן ריזיגער פעלטי הוט האט געווינען די עמוד. נשמה וואס דרייסטע דיך אויס יעדע רגע קוקן אויב עס איז דא... דא וואס? הייב דיין טלית וואס שווימט דיר ווי ביים עולה זיין שמחת תורה די ציצית הענגט אריין אינעם טיש נעבן די עמוד, שעפעלע! זאג אפ ס'דאווענען אין לויף אהיים פאקן דיין פלא יועץ וואס דיין רבי האט פארלאנגט אויף נאכמיטאג אין קעמפ – וואס מען וועט לערנען צווישן שווימען און קוקיס עסן.

אזוי אויך די קינדער און שול היינט האבן גענאַשט קאָצקע צוקערלעך פון קעסטל ארויס, דעליווערט קאָפי פון שטיבל צו שטיבעל, צאַמגענומען אלע אפגעריסענע רעסיטס וואס עס ליגט שוין גארט א גאנצער וואָך אין ווארט אויף א טעיקן [תיקון]. די שעפעלעך האבן אוודאי אויך צוזאם געלייגט די פאָר תפילין פארן פאטער, גענוי ווי ערב פייסעך.

וואס איז נאכן דאווענען הא? גייט ארויס אין גאס 'טראָקערס' ווי דערמאנט ראָללללען אין די גאסן, ספאנישע אמיגאָס הענגן פון די בעק ארויס, אין מען האט פארבינדע שמאַטעס ארום די קאָפ, איינצונעמען די שוימיגע שוויץ. מען ווארפט באַקסעלעך אראפ די שטיינערנע שטיגן, מען וועט שוין קויפן נייע טעפ טראכט דער ערל שאין בו דעת.

די גאר פיצעלע קינדערלעך שטייט ביי די טרעקלעך מיט די קורצע הויזן אין מען שרייט, "העעע פעע פע פע! מיר גייען אין קאנטרי", משא"כ די איבריגע העלפט משפחה וואס דענקן נאך פון פאראיאר ס'צענע די טראקער געפאַקעכטס – אין מאכט שוין נישט קיין עסק דערפון, שפילט דערווייל 'געים-בּוי' אויף די שטיינערנע שטיגן, דער גוי וואס שלעפט די באקסעס ברויך יעדעס מאל זיך באקראַצן מיטן ענגליש אין זאגן: מ'ססססאַרי קיוז מי! לאז אדרוך גיין, ער ארבעט שווער.

געב אהער – געב אהער די 'געים-בּוי' שרייט שלומי צו יוטי איך קען מאכן די שאַט גוט, געב אהער די 'געים-בּוי' וויינט ער שוין באלד, יוטי לויפט אוועק דערמיט - חלילה, איך קען עס אויכעט מאכן די שאַט. פון די מלחמה פון די צוויי שעפעלעך ווערט א געשלעג ווערט עס וועט זיצען אין די פראנט באַנק אין די 'מיני-ווען' רייזענדיג ארויס אין די קאָנטרי.

דא קומט פאר עפעס מאָדנע, דער יודל מיטן ריזיגער געלען וואָלענעם טלית קטן [קוק גוט אריין אונטער ס'ציצית'ל זיינער – האט ער גראדע אויך ריזיגע שלעקעס - וואטעווער]. דער ציצית אריבער געטראַסקעט אויפן רוקן מיטן אלטער חן וואס מען זעהט שוין כמעט נישט היינט, ער שלעפט זיך מיט ריזיגע בינטלעך ספרים, קוקט אויס ווי ער גייט ענדיגן גאַנץ תלמוד ירושלמי אויף חודש אלול.

איין מינוט - וואאאאס? ער קען האלטן א באקס אין זיינע הענט? נעווער עווער וואלט איך אזוי געזאגט. חחחח.... שלימזל איך האב געמאכט א עין הרע, עס ראָללען זיך ספרים אויף די סטעפס, עני יוניט עוועילעיבל, קינדער כאפטס די שמות דארט, הייבט'ס אויף – הייבט'ס אויף.. ס'צרות עס רעגנט ספרים אראפ די סטעפס, אוי דער שופר איז אויך ארויס געפלויגן. אהההה ער וועט לכאורה בלאָזן דאס יאר ראש השנה ערגעץ, אההה... שוין מ'האָמיר אים געפאקט ביי די מעשה.

אפילו די ספאַנישער גוי ווינק פאר די קליינע מיידעלע 'לוק די בוק איז ראָלינג' די בוק איז ראָלינג? איך ראָל מיך! איך שטיי אין איך קוק צו, איייישש... נישט נאר שלעפן ספרים קען ער, ער קען ענגליש אויכעט, ער זאגט צום ספּאַני: נאַט סטראָנג...(?) פון דא איז איבערגעהאקט געווארן זיין ענגליש, עניוועי.

וואס א גאס שפעטער איך גיי אלץ מער באקסעס שטייען אין וועג, אָט אָט אין די טרעקלעך זענען פארענדיגט, מען פאאאאאאאאאאאארט אין קאנטרי, נאך איין טאנץ-שפרונג גיבט דער קליינער צאַפ אויפן גאַס 'העעע פּע פּע פּע – מיר גייען אין קאאאאאָנטרי', טאַנץ נמשה'לע זיסער יעצט איז אויפן בלויזען ערדענעם סיידוואָק אין אפאר שעה ארום איז די טאַנץ אין פרישע 'מאַראַסט', יא שעפעלע?

פאָרטס אלע געזונטערהייט...

No comments: