Monday, July 28, 2008

די קליינווארג - די געלט גייער'לעך

איך זיץ מיר אזוי רואיג אויפן ריקליינער איןן דיינונג רום... איך טרינק מאנגא זאפט... ווען אינמיטן טראך... טראך... קנאק... נאק....

עס האגעלט, עס באמבערט, אויפן טיר אפאר סארטן קלאפערייען. מער אונטען ביי די טיר. בעיקר, די קינדער האבן באפאלן מיין טיר... עס באמבערט... וואסי געשעהן??

איך לויף מיט אן אימפעט צום טיר. ס'נייגער האט געוואקסן נאן סטאַפ... איך שפראל אויף דעם טיר, ווען איך זעה פארנט פון מיר שטייען אפאר צוהיצטע באחנ'טע קינדערלעך. צוויי יונגעלעך מיט די העמדער ארויסגעשליסן פון די הויזן... א פעדער אריינגעשטופט שיף, מער אויבן פון זיין קאלירטן העמד'ל. שיך בענדלעך אפן אינגאנצן. די בענדלעך פון די שיך לויפן אזוי אהין און אהער ווי בריקן פון שטריק, צושלאכעט אינגאנצן...

דער אנדערע יונגעל איז גארנישט צוריק געבליבן. ער מיט זיינע דינע קליינע הויזן טרייגער און שטארק אויסגעוואשענע ליכטיג בלויע הויזן, שוין אפגעיארשענט פון זיין עלטסטע ברודער, וואס דער קליינער געדענקט נישטאמאל זיין חתונה... זוי אלט איזער... דאס הויזן איז אים אפגע'גט פון זיין שיך... אזש עס האט מיר געכאפט א געניץ מיט געלעכטער, וויאזוי דער גייט ארום ווי א מאכער. ווי א גאנצע רייסער מיטזיינע מאדערענער הויזן...

ווייטער דאס קליינטשיגער מיידעלע וואס שלעפט זיך מיט, מיט זיי, ווידער די "טשאָט" הענגט שיף, לינקס אראפ פון די האָר. צובוזשעוועט אינגאנצן דאס קעפל האר, ווי א מאַפ נאכן גוט אויסקלאפן, קוקט דאס ענדערש אויס...

"שטייט דארט די מחנה" אומבאהאלפן... און שרייען אין א כאָר:

"צ – ד – ק - ה...!!!" ----- "צ – ד – ק - ה...!!!"

זיי זינגען איבער און איבער די פאל, מיט זייערע זיסע קוויטשעדיגע קלכ'לך... יעדער שטיפט זיין ראפפעל העכער ווי דער אנדערער אריין אין נאז אריין, כאילו איך זעה די ערשטע מאל אין מיין לעבן די סארט באגריף: "ראפפפפעל!"

דער יונגעל איז אנגעפולט מיט א באנדל ראפפעלס, קוואדערדיגע; ניקעל'דיגע; צען'צענטיגע, אלע סארטן. אן אויסוואל פאר יעדן איינעם. עס הענגט פון צווישן זיינע שמוציגע אויסגעבארדעטע הענט א לאנגער דורכזיכטיגע בעג פיל מיט טשענדזש, וואס ווען די בעג גיסט זיך אויס יעדע רגע אין די האללוועיס און די אפארטמענט בילדינג, פון דעים ראלללללט זיך ווי א "פריסבי" די טענזדש. ס'ווערט אן עקסטרע ספארט די יעגן נאכן ניקל-פעני-דיים.

איך עפן אויף מיין "וואלעט". איך רויב ארויס א טאללער, און איך ווינק צום באזעסענעם יונגעל: טשענדזש ביטע... ס'מיר גוט געווארן. דער האט מיר געעגבן טשענזש פאר א מיליון טאלער. עס האט זיך געגאסן טשענדזש פון אלע זייטן אין די האלל.

איין מינוט, האלט, איך ברענג נאך... ער יאגט אוועק און לויפט אהיים, באגאנבענען זיין קליינע ברודער פושקע. ס'זיינע טשעינדזש... אפשר וועט דאס קלעקן צו דאס איבריגע. איך האלט שוין ביים אפענדיגן דעם דיעל, און מיט א רחמנות געפיל זאג איך אים: "שוין, נע, זאל זיין אזוי... האלט דעם טאלער...

האללללא... ער איז צוריק! שוין, ער נעמט זיך צוזאם, ער גייט דא שרייבן א רעסיט. ער נעמט ארויס ס'זיין פענע. אפפססס, עס שרייבט נישט. פלינקערהייט הייבט ער אויף זיין שיך און שרייבט די ווארט "ע-מ-ל-ק" און מעקט דאס אויס... אין די רגע האט זיך עס גענומען ארבעטן... (האט עס דען געארבעט??). שוין, די פען ארבעט שוין ענדליך... און דא געב איך נאך א כאפ אריין איינמאל צו באטראכטן די באַנדע, וויאזוי זייער רוט פון געלט גיין איז איסגעשטעלט.

דיי חברה פאקן זיך צוזאם און טראסקען אריין זייערע ראפפעלס און די בעגס, און - וילך! מען גייט, רופט אויס די ראש החבורה! אפגעאטעמט. די חברה זענען ביים שכן.

איך גיי צוריק צו מיין ריקליינער. איך ברויך פארענדיגן ס'מייניגע.
אפפפסי... נאכאמאל...
טראך... טראך... קנאקנאק... קאנקנאק...
אודך???

איך גיי אהין, איך זעה דאסמאל די בילד איז אביסעלע אנדערש. יעצט איז דער קליינער געקומען מיט זיינע איבריגע פאמילע מיטגלידער. ער טראגט זיי נאך געלט... ער טוט מצות און מעשים טובים.. דער קליינער זעהל ארבעט אריין שווער! פאר זיין ראפפעל אקציע... און אזוי שפילט זיך איבער און איבער די זעלבע געים יעדע נאכט פאר די קומענדיגע צוויי וואכן, ווילאנג מען וועט נישט צוזאם נעמען די ראפפעלס פון די קינדער.

האטס מיר א גוטן חנוכה קינדער זיסע!

No comments: