Friday, July 18, 2008

געונוג געווען, מיט די אויטא פייפעראַציע'ס !

וואס איז די מין זאך וואס זייער אסאך מענטשען נוצן דאס, אבער יעדער נוצט די זעלבער זאך פאר עפעס אנדערש, די זאך וואס מיר רעדן, קומט אריינגעבויעט און יעדע קאַר-טראָק-באס וכו', דאס איז דער "פייפער",

נישמעֶרנִיש ווייניגער, דער "פייפער'ל"

"פשוט און פריזינג" מען נוצט דאס אפילו ווען עס קומט נישט אונטער. א מין מעשה דאס!
האט איינער עפעס אן עצה צו דעי מין זאך "פייפן"... אלעס פייפט ווי מען גייט, און שטייט, מען פייפט, מען יובל'ט, מ'האָרענט מיט דעם פייפער, יא טרעפיק, נישט טרעפיק, נישט קיין חילוק וואס. מפייפט!

למשל:

1) מען וויל איינעם רופן אינדרויסן, ווען מען זיצט אין קאר, געט מען א פייפ ארויס צו יענעם, צו יענער כאפט יא, צו נישט, מען פייפט ביז אלעס ארום דרייט זיך אויס, אבער אויסער דעם וועם יענער האט געוואלט, דאס איז להכעיס אייביג אזוי!

קיינער קען דאס נישט פארלייקענען, איר דארפט דאס נישט גיין אויספרובירן, אזוי ארום וועט מען פטור ווערן פון נאך אפאר פייפעס...
האללא! טריי נישט אויס האבעך יעצט געזאגט!

2) מען וויל פרעגן דירעקשאנס, ווען מען איז אונטערוועגנס, מען געט א פייף פארן נעקסטען שכן אינעם קאר, און יענער כאפט ניטאמאל, און פאָרט ווייטער, און דער "מאכער" מיטן פייפער זיינעם, פייפט ווייטער, ווי גארנישט וואלט געווען. כאילו נאר ער האט די מאדל וואס הייסט "פייפער" - וואס פייפסטו ? די "פייפעֶר לאָוועֶר"

3) איז אויך דא דעי מענטשען וואס רעדן זיך איין, אז אייביג ווילן מענטשען זיי "אויסקאָטן" ביים פארן אויפן הייוועי (און ביי טייל מענטשען איז די איינרעדעניש, אפילו סתם אויף קליינע געסלעך)


מען רעגט זיך אויף אינמיטן דרייוון און וואס געשעהט??.... פּאאאאפּפּפּפּפּ... פּאאאאפּפּפּ... פּא... פּא... פּאפּפּ.........

און יענער פייפט צוריק, פּיפּפּפּ... פּיפּ.... פּיפּ...

עס ווערט א באלאגאן.... אויפן הייוועי, און ווען אויפאמאל דער "צווי פיסיגיער בעל חי" מיט די גרויסע גאלדענע ציין, מיט די שיפע קעֶפּ, מאכט א ווילדן "שארט-סטאפ", און געט א עפן אויף די פענסטער פון זיין גרויסן שווארצן עס. יו. ווי. און מיט זיין צוריסענע שטימע, נעמט ער זיך גריצלען... "העֶי פּיפּעֶל... מיט זיינע שעלטעראציעס..." (נישט ווערט אפילו אויף נאכצוזאגן..)
אלעס פון איין קליינעם פייפער'ל... מיטן אפגעוועטשטן פייפער....

וואס רעדסטו? איינער האט דאך אים געוואלט ווער ווייסט וואס טוען דא, ח"ו.. רח"ל עֶעֶםםם אפשר אויסקאָטן... נו....

4) מען וויל איינעם דעם אנדערן זאגן, אז די בלינקער פון די קאר ארבעט נישט, מען איז מקיים גמ"ח אויפן ראוד, געט מען א פייף פאר יענעם, פארוואס דען נישט? עס קאסט דאך נישט קיין געלט.

איי די שוואַף-איינער! פון ווי זאל יענער וויסן, אז די ווילסט אים מרמז זיין, אז זיין לעקטער איז אויף וואקאציע, און ער ארבעט נישט יעצט.
ווילסט זיין א גוטער? אדער די ווילסט טעסטן דיין פייפער? זיי מוחל גיי אהיים צו דיר און טעסט עס דארט ! טעֶנקיו !

פון די קאַר סערוויס וויל איך אפילו נישט רעדן, למשל און די שטאָט איז איינגעפירט דעי "ברוקלין קאר סערוויס"... זיי זענען עפעס טרענירט פארן מאכן ווילדע מאָווס מיט זייערער קארס, אבער דאס פייפן ביי זיי איז ניט אזוי געפערליך, איך זאג נישט, "דאונט געט מי ראנג" זיי פייפן גענוג און נאך!!! (אבער די ספאַנישע פייפן נאר ביינאכט...)


אבער ווען עס קומט צו די "רוסקי'ס" א באזונדערע וועלט, זיי זענען "טרעֶנירטע-פייפער" די חברה מיט די גרויסע ווייסע טשאָפעס, און ברוין-געלע'ך וואָנצעס, פאַררויכערט, גערעגט זענען זע שוין אום 7 אינדערפרי, קוקט אויס ווי זענען אייביג גרייט צו הרגנ'ען דעם סטאַלין זייערן.

פאָרט זיך דער אלטער באָריס און זיין אויטא, און ער באַפייפט די גאנצע שטאט, מען קען נישט פויעלן ביי אים, אז ער זאל נאכלאזן די פייפער, פאר א רגע ניטאמאל...

זיי זענען אויך שפעציעל אויסגעצייכנט מיט די מדה, אז זיי שעלטן מיט, מיט די טאן לויטן פייפער!

דאס איז מיט די קאר סערוויס, און ווען רעדט נאך ווען עס קומט אינדערפרי, און די "רוסקי'ס" נעבן איבער די גאס, מיט די געלע באסעס, פליקן זיי ארום און די גאסן, אומאַכטֶע-זייגער אינדערפרי........

און אלעס איז נערוועז צו גייין און ארבעט אריין, און "אָלל אָף סאָדען" ווערט א "פּאַפּינג צונאַמי", דער "רוסקי-ווילאַדימיר" געט א לאַנדע ארויף, זיינע גרויסע אויסגעאַרבעטע שווערע-באמבארישער הענט, ארויף סטרעיט אויפן פייפער, אין ער לאזט נישט נאך, ווילאנג נאך פיר פינעף קארס הייבן אן מיטזינגען מיט זייערע פייפערס, עס ווערט א בהלה אין שטאט, אז מען קען פשוט טויב ווערן........


***


מען מוז די זאכן נעמען צו אן ענדע! גענוג געליטן!

ווער איז גרייט ??

איך האב קודם אנגעהויבן קלערן, א די ערטשע "סעלאשען" דערפאר וועט זיין, אז מען וועט מוזן, אנהייבן אריינבויען דער סארט פייפער, אז ווען מען וועט געבן א פייף (ח"ו) זאל דער פייפער און די זעלבער צייט פייפען די זעלבע הויעך, אינעווייניג אין די קאר, ווי אינדרויסן, נישט קיין חילוק ווילאנג מען וועט פייפן, וועט מען פייפן לענגער, וועט מען לענגער הערן די פייף אינעווייניג.

העמער זעהן דעמאלטס וויפיל מענטשען וועלן נוצן דעם "פייפער".

עס וועט ווערן רואיג אינגיכן! "מאַרק מיי ווארד'ס"

אבער דאס איז נאר אן אטאקיר אַפּשעֶן פון אינעווייניג, מען מוז עפעס אויסארבעטן, אז מענטשן זאלן קענען אטאקירן פון אינדרויסן, פון די קארס, סתם מאַסן מענטשען, זאלן אויך זיין בארעכטיגט, צו שטעלן א פלאץ א "פייפעֶר-מאַן"...

איז מיר פייגעֶבאלן אזא עצה. הערטס מיר גוט אויס!

דער עולם וועט זיך איינהאנדלן די סארט זאך וואס הייסט "לעיזער-פוינטער" און מען וועט זיך דרייען תמיד מיט דעם און טאש, און טאמער וועט מען זעהן איינער געט א פייף...

אפפפפס.... מען דארף דא קער נעמען.

נישט זיך זוימען, נאר א שלעפ ארויס טאן דעם לעיזער פוינטער פון ס'טאש ארויס, און א שפריץ ארויף א שיין מיטן ליעיזער פוינטער, אריין תיכף אויפן דרייווער'ס אויגן, און אזוי ארום וועט דאס אנהייבן צו רעדוצירן די פייפעראַציעס.

איי עס קען אפשר זיין א שטיקל סכנה?

נאאאא... "בעֶליוו מי" אז נאך א רגע דער מענטש וועט פילן די שיין פונעם לעיזיער-פוינטער, נעמט ער אראפ ס'הענט פונעם דרייווער, און אוטאמאַטיש איז אויס מיטן פייף, און פארשטייט זיך אז דעמאלטס וועט מען שוין קענען צוריק שטעלן די לעיזער פוינטער און טאש אריין.

עס וועט זיכער מיט די צייט עפענען א ארגאנעזאציע וואס וועלן טיילן "לעיזער-פוינטער'ס" אומזינסט, עס וועט אפילו ווערן א פראגראם פון די שטאט, (מאַרבעטמֶער שוין דערויף)
און אזוי אויך, ווען מען וועט אריינגיין און געשעפט, און מען וועט זאגן, אז מען איז געקומען קויפן א לעיזער פוינטער, פאר די מערכה אקעגן פייפן, וועלן זיי געבן א שטארקער הנחה אויפן לעיזער פוינטער.

און ביז א שטיק צייט וועט אלעס אריינגיין און קראפט. און מען בעט די ציבור, "אל יבוש מפני הפפאפערס", ווען זיי פרובירן צו באפייפן איינעם, נאר שיינען-און-שיינען מיטן לעיזער פוינטער, ביז זיי הערן אויף פייפן... !

געענדעגט מיט דעי חברה איינמאל פאר אלעמאל. עס וועט ווערן אזא מין זאך, מען וועט זאגן מיט די צייט, אויף די פייפער מענטשען,
"הוי נעבעך ער פייפט דאך און די גאסן.. נעעעעעבעך... רעדסט נישט צו אים... ער איז נערוון קראנק, א מענטש וואס ליידט אויף פייפן...

*

נו געגאנגען: מען וועט מאכן א "סקר" איין טאג מיט וויפיל פראצענט יעדער איז אקעגן די פייפן.

און מען וועט אנהייבן קער נעמען ס'העט גיין א רויעך,
שיינען אויף די חברה וואס פייפן הויעך,
עס וועט זיין "איין "שיין" אִין לשכוח",


מי ל'לעיזער פוינטער" אלי!!!!

No comments: