Monday, July 28, 2008

הוט... ענד ראָן...!!

שאמעלייכעם, יעצט קומסטו אן, אוואו זענט איר געווען עד הנה?

האסט דיך אוודאי פארליינגט אינעם אשת חיל, נו א כפרה פאר דיר, האלסטו נאר מיט די העלפט פון די מעשה.
וואסאט פארסירט?

אוואו געווענליך, עס בלאזט אין שויבערט א ווינט היינט איָא? נו וואס פארלאנגט איר דען ביים ארויסקומען פון גראסערי נאכן איינהאלדן ס'שאכטעל גרין בינס מיט רויע פיקל, אין אייזערנע כלים רויע באנדלעך גרייט פאר נאכטמאל אין אז וועטער, מען קומט ארויס פון גראסערי, באפאלט דער 'כל ווינטער – כל טרייבער – כל פראסקער'. אין?

ויששששששמממממאַאַאאסִו!

אראפגעשמיסן ס'הוטל. איך בין נאקעט פונעם הוטל, מיט איר אייגנקראפט איר אהינגעשיקט אויפן באזונדערן מקום דארט ווי דער איידעלער ווינטל טיילט איין, דער ווינטל וואס איז באשאפן געווארן אינעם זיסן בריאה וואס דער הייליגער באשעפער האט אונז באשאפן, פאר אונזערט וועגן. גייט דער איידעלער ווינטל אין פלאצירט דאס הוטל אינמיטן גאָדער אראפ נעבן דער סוער-דרעין.

צועשרט הוטל זיסער, ווי ראָגעלסטו דיך דארט אזוי? ער ראאאאאאלללט, ווי ראאעעלסטו? וואס איז די שמחה אזוי גרויס, הלמאי איר לאזט נישט קיינעם מיט טיילן מיט אייער שמחה, ולשמחה מה זו עושה? שפונה לצד ימין, ער טרייבט אליין אן קיין פּיפּס ער פליט, וואו לויפט איר? איך בין חפוי.

הוטל זיסער - וואס שפירט איר זיך אזוי מעכטיג, בין איך דאס ערשטע מענטש פארוועם איר האט היינט איינגעשאפן 'הוט-פּעין' אין מאכן א יודיש זעהל נאכקלעטרען דאס היטל אויפן שמייכל אייערער זעט אויס אזוי, אויב יא, איז ביטער פאר אייך אז איר האט נאר באוויזן אראפצושמאסן איין ארעמען הוטל.

נאאאא היטעלע, גלייבט מיר אויפן ווארט אז איר זענט נישט די אייינציגסטער חכם וואס פארשטייט צו די חכמה, דער באשעפער האט נאך באשאפן אזעלכע חכמים ווי אייך, איר האט איין ברירה מאכטס דעם וועג אויף צוריק אויף מיר ארויף, אין "שלום על ישראל – הוטל על בחור".

ווינטעל זיסער - מה בקשתך? וואס ברויכט איר, ווי קומט איר אריין אין בילד, זענט איר אין א שותפות מיטן הוטל, איך קען אייך העלפן? זענט איר באגענוגט אז מיין הוטל קוילערט זיך אין די גאסן ווי א טויטע סעלעמענדער נאך א רעגן בויגן, אין מאכט שבת פאר זיך אין א פינסטערן ווינקל ביים עק גאס ביים לאָמפ, וואס ווילט איר פון מיין הוטל, אויב איז איינער שולדיג איז נישט די הוטל פאר זייענ חטאים, ער האט אזוי ערליך באדינט זיין בעה"ב, טאָמער עפעס איז דאס אפשר וועגן מיינע חטאים. יעצט ווינטעלע זיסער איז דען נאר געווען איין הוטל אויפן מארקעט היינט? כ'גלייב נישט, טשעקטס עס אויס.

עעעעהההה, גלייבט מיר אז איר וועט נאך קענען לייגן א האנט אויף א שיינע פאר הוטלעך היינט אליין, דאן וואס ברויכט איר אוועק ליפערן מיין הוטל אזוי ווייט אוועק ערגעץ אינמיטן ראוד אראפ מסוך ונראה ביים סטאַפ סיין.

דאן מיט וועם זענט איר אין קאמף דאנעט, מיט אן אלטן אויסגעבויקערטן בחורל, מיט א ריזיגער הויקער, מיטן דינעם טרענטש קויט, נעעעעע דאס איז נישט קיין קונץ פון אים צו באגאנבען זיין אלטן באָלי הוטל, עס איז נישט קיין גאנץ געווינס פאר ענק חברה 'הוטל מיט ווינטל' גייטס טוטס אויף עפעס בעסערס.

וועט איר דאך אוודאי פרעגן, אוואו גייט מען?

אויב אזזזזזזזזזוי, יעצט קומטס ביידע אהער, 'ווינטל מיט הוטל' לאמיך אייך געבן אַנייצע, איר ווילט דאך איינעם גוט-גוט צופיקסן, שטימט? דאן האב איך געקלערט אזוי, כאפט אייך אריבער צום קליינער בר-מצוה בעטשערל, דער טוטיק, וואס טראגט שוין אויך א הוטל אין ווען ער גייט ארויס אין גאס, ווערט דאס בארינגעלט ארום ס'בעקעלעך זיינער מיטן שטארקן ראָבער באַנד, אין טאקע ער איז אין קאמף מיט אייך חברה, יא אזוי ווי איר הערט, דער קליינער איז אין קאמף מיט אייך! ער באווייזט גרויסע גדולות ווי קליין ער איז נאר, ער איז גוט! לאמיך זעהן פרובירט'ס אראפ צושלעפן זיין הוטל, הא?

אין דערנאך קענט עטס קומען צו מיר. איר וועט שוין אפילו נישט וועלן קומען צו מיר גלייב איך, איר וועט שוין זיכער שפורן אז איר חברה 'הוטל אין ווינטל' האבן שוין גענוג עיקאמפלישד היינט.


יעצט "הוטעלע אין ווינטעלע" האטס מיר א שמחת תדיר! אין גיי רייס הוטן פון אנדער קעפ.


האטס אסאך פלאפס.... בחור'ליך לאזטס ענק נישט....

No comments: