Monday, July 28, 2008

מיין חנוכה פאאאדי

דינג דאנג...!!! דינג דאנג!!!...

- ווער ס'דארט???
- משפחת קלאדעשטויב

די משפחה מארשירט יעצט אריין, אין די באבע/זיידע/שווער/שוויגער/טאטע/מאמע ס'הויז...

א ג-ו-ט-ן ח-נ-ו-כ-ה... זינגען די קינדער מיט זייערער אנגעפאנצערטע קויטס. יעדער שמעקט פון קעלט...

נו, מאך שוין צו די טיר דארט! שרייט די שוויגער ווען איר ביידע הענט איז איינגעבויגן פארנט (ווי מען זאגט, דו האלטס די הענט ווי א ביג-שאַט... איז זי דען א ביג-שאט? זי האט דאך צוגעשטעלט א געשמאקער פארטי... האט זי דען צוגעשטעלט? נאאא, יעדע טאכטער/שנור האט דאך געמוזט ברענגן עפעס א מעניו... און אויב נישט ארויס פון דאנעט!). די טיר איז פארמאכט, מען הייבט זיך אן ווארעמען. נו, הענג אריין די זאכן אין קלאזעט. הוי, עס שמעקט פון "מאָד באלללס"... פאךךך...

הקיצער, מען זעצט זיך צום טיש. זיצן שוין דארט אפאר אויסגעבאדענע שוואגערס מיט געמאכטע פיאות נאך די חנוכה לכטעלעך, און... עס הייבט זיך אן די פאַדי... די פארשפייז קומט יעצט אן... די ערשטע זאך איז, ס'געבאקענע עפל מיט די קארן פלעקס קראמבס גיסט זיך דערפון אנע אויפהער. האלללא, נעם איבער דארט - שרייט דער נעפיו, וואס איז שוין א בחור, ווי א טעטיגער וועיטערער. נו, נעמסט?

אפפפס... ער שטייט מיטן טאץ ווען פון די לינקע זייט גיבן זיך א שטופ אדורך א דריי-פיר קליינע קינדער. (זיי זענען נאך אנגעטעון מיט די בוטצעס, ווי לענגער אלס בעסער... נאר ביינאכט, פארן גיין שלאפן קען די מאמע אראפזעהן די קליינע זיסע אויסגעבארדעטע בוטצעס...). די חברה קוועטשן זיך דורך מיט זייערע ראפפעלס, שטופענדיג דעם בחור'ל מיטן טאץ געבאקענע עפל. עס קוילערט זיך עפל אויף אלע זייטן אין דיינונג רום... נו, שוין, ס'פּאַרט פון די פאדי. הנה, זיי דערלאנגען דעם ראפפעל, בעטענדיג די פערדע-פיפטע מאל, דעם חנוכה אליין, פאר זייער ארימע ניקל.

נו, לייגטס אוועק קינדער - רופט זיך אן איין שוואגער, שוין מער א באזעסנער יונגערמאן, קלאמפערשט - עטס העטס באלד ארום גיין נאך געלט. לאז דעם עולם עסן, דערנאך גייטס ארום.

שכועיך פאר דיין אנאנסמענד! אקעי... אקעי... יעדער ווייסט אז דו האטס אייביג גוטע עצות, רופט זיך אן דער שוואגער וואס מאכט יעדעם אוועק אייביג, אין די צייט ווען ער ענטפערט צוריק א טעקס מעסעדזש פאר איינעם. לכאורה שרייבט ער יענעם ווי גוט ער האט איינעם צוגעפאכעט... האבער נאך ווי...

אההה... פונעם שווער האבן מיר פארגעסן... נאאא ער איז געהעריג דא. טראץ ער איז אן אלטער, איבער די זעכציג. סארא פראגע צי ער איז דא? ער, ווי גארנישט וואלט דא פארגעקומען, דראָמט פאר זיך דעם באקאנטן לידל יע'וונים... יע'וונים... נקבצו עלי... די סקולענער תנועות ווירקן היפש פיין, ער ווערט ערנסט, ער האקט אזוי געמיטלך אויפן טיש ארויף נאך א באָכע און נאך באָכע, נו, זאל זיין נאך א באָכע... נאך א יווני אומגעקומען... און, יעצט קומט אן די "פלעיט". יעדער איז גרייט???

יאאאאא!!!

דער בחור געט נישט אויף. דאסמאל איז דא הילף פון א שוועגערין, די געטרייע פארשטייט זיך. מען שלעפט אריין די ריזיגע פילע טרעי'ס מיט פלעיט'ס. אלע מינע קוגלען וואס יעדער האט געהאט אין פריזער פון צווייטע טעג סוכות, פאקט מען ארויסעט... (ווער דארף דען אזויפיל? יא, אבער פארוואס זאל עס ליגן און פריזער?! אההה... יא... עס קומט שוין באלד פורים? איך האב גענוג! טראכט די געטרייע שנור, ווען זי האט נאכגעגעבן און געברעגנט עפל שטראדל).

מ'עסט... און ס'שטיל! דא ווערט מיר איין איידעם א ירא שמים און א מחדש חידושים. ער הייבט אן צונויף צו פלעכטן א תירוץ ס'בית יוסף קשיא.
איין שוואגער ווערט נערוועז: "וואס זאגט ער דארט?".
איינער נעמט זיך טעקסטן מיט זיין בלעקבערי פאר כעס.
איינער שפילט זיך און מאכט א טורעם פון "פלעסטיק קאפס", און דערנאך קומט זיין קליינטשיקס און געט א שלעפ ארויס די אונטערשטע און אלעס פלללללליט...
איינער דרימלט סתם אזוי.
איין איידעם, מיט א קילקייט: "נו, גיימער שפילן קוויטלעך? (דער קען ניטאמאל די געים... באָט עניוועי, לאז אים דמיון אז ער איז טעטיג...).
איינער שרייבט אויף אן אפגעריסענע צעטל פון די ראפפעל, סתם מ'קאטשקעט סאָל זיין.
ווען פלוצלינג...

...הערט מען אריין קולות פון די פרויען... האאאאאאאאהאאאאא... יעעעעעע... מ'שרייט...

דא האט דער איידעם געמוזט שטיל ווערן... די פרויען מאכן שבת פאר זיך. ס'האגלט גרעבעגס... (העמער נישט פארדרייען און גיין צו די נשים, מיר זענען מסודר ביי די מענער דזשאָסט אינאָף!).

שוין, הייבט מען אן א ניגון...
קומט דער שוואגער, וואס קען גוט הרג'נייזען (הארמענייזן). דער גייט אָףף טאן, ווער רעדט נאך ווען ער גייט אָף ביט. מ'זינגט און מ'זינגט, עס ווערט לעבעדיג, עס ווערט אריינגעצויגן אין א הארמאנישן כאָר, מיט די הילף פון דעם יונגעל וואס דער עלטסער שוואגער האט אסאך אריינגעארבעט אין אים'ן...

ששששששווויין... די קינדער קענען שוין גיין נאך געלט, מ'לאטזע שוין גיין.
חחח, דער אפגעוועטשער שוואגער מיט זיינע אויסגעהאקטע וויצן איז מיר ווייטער דא מיט די זעלבע זשאוק; נעמט ארויס א הונדערטער בילעט, און צייגט דאס פאר די קינדער אונטער 8 יאר: "עטס האטס טשענדזש?" זיי ווערן דערשראקן צום טויט, זיי יאגן אוועק פון דארט, און דער נער לאכט זיך אונטער ווי גוט ער איז. איי, די גולם, יעדעס יאר מיט די זעלבע נעראנישער וויץ?! דו אנגעטרונקענער פון ווארימע סעלצער...

חחח, דער נעקסטער לץ - הערשט יעצט כאפ איך מיך, אז איך דיעל מיט "משפחת ליצים" דא... - דער נעקסטע שוואגער נעמט צוויי אפגעריסענע פאפירן, פון א דאללערדיגע ראפפעל, און זאגט פארן יונגעל: "האסטע דעיס. פארקויף די צעטעלע, און דו וועסט מאכן צוויי טאללער!!"
חחח, אפגעוועפטער הושענה איינער...

אקעי, נעקסט קומט דער שוואגער וואס איז אן... ע-ו-ש-ר. ער געט גערן דעם נישטיגן טאללער. דער יונגעל שטרעקט אויס ס'ראפפעל, מיינענדיג דערמיט: שרייב'זשע אריין דיין נומבער. נא, ס'גוט, שרייב דיין אייגענע טעלעפאן נומבער... ער מאכט זיכער אז יעדער זעט די דיעל וואס עס קומט פאר אפען צו די פובליק...

נאאא... זינגטס נאך א ניגון... רייסט די שוויגער אריין מיט איין אימפעט... יוששש, אזוי הארציג געווען, דאסמאל נאך א שטאַטע.

זי ווערט איבערגענומען; זי טיילט טשאקלעט פאר די ילדים קטנים שלא הגיע לחינוך, און פאר די גרעסערע געט זי אפאר הארטע דאללערס וואס דער שווער האט פארשאפט פון ערגעצוואו, און פאר די גאר קליינע דערלאנגט זי א זאפטיגן קיש אויפן שטערן, מיט א בור שפייעכץ...

הקאצקע צוקער, אזוי גייט עס ביז אין די נאכט אריין...

המשך יבוא פון היינטיגע פאדי, אויב... כ'על האבן, שטייצעך.

גוטן חנוכה.
ביי ביי שוויגי. ביי ביי שווער. איבערס יאר און ווידערזען..

No comments: