Friday, July 18, 2008

התחדשות: 'בעק טו נאָרמעל...' אבער ניין!

ויהי ממחרת ביינעזמאַנעם – 'בעק טו נאָרמעל' אידיש גערעדט.

* די פעלטי הוטן האט מען צוריק אריינגעבלאָזן אין ישיבה, עס וואלגערען זיך שוין נישט די באָלי הוטן אזוי ווי געגאסן, מיין באָלי הוטל שטייט שוין ארויס מיט איר חן ווי אמאל צוריק אין אלטשטאט.

* די קאווע איז דא גענוג דער שמש קען זיך שוין עפאָרדען ארויס צולייגן 'טעיסטער טשויס', די פעקעלעך צוקער זענען אויסגעלייגט מיט איר רעגולער סדר, עס ווערט נישט צושטערט אין צופלויגן פונעם העץ קעפל מיט פעלטי הוט.

* די פאום קאָפ'ס האַלטער אין קאַווע שטיבל מעג האבן א טורעם מיט קאָפס ביז הויעך ארויף, דער טוטער פון ישיבה מיטן קליינעם רעקל איז נישטאָ מער צו נוצן פינעף צו זעקס האַט-קאָפ'ס צו מישן זיין קאַלטער קאָפעי. 'סידאָך סייייוווווווי דאָא גענננוג קאאאָפס' פלעגט דער טוטער טראכטן צוזעך, אין גענוצט קעפלעך איינס נאָכעס אנדערע. אין איבער געלאזט פארן ספּאַניאָלאַ צו רוימען, ווי א שלאָכזאַם הויז לאזט ער איבער דעם שטיבל אין גייט רודערן אין שול.

* אנגעהויבן אין מקוה אפילו האט מען דערקענט אז די 'פעלטי הוטן' זענען מער נישטאָ ווייל די האַנטוכער איז נישט געווען איבער געקערט, מען קען נעמען א האנטוך פון אויבן אויכעט, מען ברויך נישט שלעפן ס'אונטערשטע כמנהג בר מצוה בחור. 'בּאָמבּאַראָם א שלעפ פון אונטען ' איך דארף דעעעעעי.' (ליידער אסאך יונגעלייט אויכעט – וואס האבן נאכנישט אויסגעוואקסן).

צצזזז... צצזזז... באָ... באַ... באָ... שרייט היינט די זייגער אינדערפרי, "אלטער-בעכער'ל" שטייט שוין ווייטער אויף פארטאג'ס מגייט האָרעווען בריקענען בלעטער גמרא. ווי גארנישט אנדערש ס'פאר ביינעזמאַנים זענען מיר שוין געווען אין שול גאר פרי, דער חברותא מיינער האט מיר דזשאָסט אריינגעשמיסן א טעקסט מעסעדזש אז ער האלט ביי די הויזן טרייגער געשלעפעכט'ס, סאו אין אפאר מינוט וועט עס זיין 'מישען עיקאַַמפלישד' מיטן הויזן טראַגער אין ער איז דא געהעריג. דאַמאָלטס וועט זיין במיליאו נתפרסם די 'בעק טו נאָרמעל' וואס אונזערע שכנים ביים נעקסטער טישל וועלן אויך קענען מעיד זיין.


גארנישט אנדערש ווי פאראויס געזעהן האט פאסירט ווען 'שמעלקא לוגערטאַנק' טייל אירע רופן אים 'דער טאַנקער לץ', גיי ווייס פארוואס, מעסטאַם ווייל ער איז אין דזשענערל א גוט גייעדיגער פריץ, וואס ער האט די פליסיגער געשפרעך. איינמאל אין צען יאר זאגט ער נאך גוט, אבער 'ניין' דער מעדאַל פון זאגן גוט פארלירט ער נישט דער באַראָן, צוליב איזה סיבה.

הכלל האט ער אויך געוואלט מיטיילן ס'התחדשות וואס ברויך היינט הערשן ביינונזער חברותא, שטייצעך – כאפט ער זיין פלאץ הארט קעגן איבער מיר, אזוי אז ווען מיין חברותא וועט ענדיגן זיין הויזן שלעפעריי אין ארויסקומען פון מקוה, וועט ער טרעפן דעם גרויסן האָסקי שמעלקא'ן זיצענדיג קוועטשן ס'בענקל. וועט נאר זיין איין עצה אין זיך רוקן צום נעקסטען ליידיגן מקום וואס אונזער שמעלקא האט אונז איבער געלאזט אומפארנוצט. טראץ ער האט אינזינען געהאט צו געבן זיין גרויסן הוטל די אַפציע פון זיך אפרוען אויפן בענקל, אבער ניין דערווייל האט דאס נישט פאסירט.

ממאַ מאאַ מוי מאָם... בִּים בּאָם... זינגט זיך שמעלקא מיט אזא געמוטליכער תנואה קראַצענדיג זיין שטימע אויף 'שחרית', אזוי אויך בייגענדיג זיינע קניען ארויף אין אראפ עס זאל זיין גוט אויסגערועט אויף הויכע שמו"ע צו קענען שטיין אָנע פראַבלעם.

דא האט אריינגעוואקט ס'חברותא מיינער, מיר האבן אנגעהויבן מיט אזא ברען, פונקט ווי דאס ערשטע טאג אין... שלא ניכר ולא נודע אז שמעלקא'לע זיצט דארט אין פארברענגט מיט זיינע חפצים, אדער מאכן די פיאות, קלאפן ס'רעקל פון דענד... פארענדיגן אויסריינגען ס'נעזל אלס הכנה צום רייניגן פארן דאווענען.

ווען אויפאמאל קאַמפס גרייט, האט ער 'שמעלקא' זיך ארויפגעכאפט אין זיך גענומען פּלאַטשקענען אויפן גרויסען שניי'אִיגער וואַרע וואָלקן בּאַרדע וואס האט אויפגענומען האלב פון זיין געלען ציצית.
אזוי קעמענדיג די אויסגעפלאסטערטער ווארעמער בארד אויפן קאלטן גמרא, אין קלייבן 'האָר נאָך האָר', האט ער זיך געשפירט אזוי גוט ווי אין מדבר נאכן ענדיגן קלייבּן מָן, ריכטיג שמעלקא?

ווער ווייסט דען, אויב נישט דער אומשולדיגער האָר וויפיל ניגונים עס איז אפגעברומט אין אפגעזינגען געווארן ביז ווילאנג מען האט געגרייכט אין ארויסגעפליקט דער האָרל ז"ל. אבער באמת 'הו קעירס' וויפיל מען האט געזינגען אין געשוויצט דערפאר, בכלל מיין קשיא איז וואס איז די שמחה אז מען פליקט האָר? אין מען קעמט די ריזן באָרד, וואס 'שמעלקא לוגערטאַנק' טראגט, טראג עס געזונטערהייט שמעלקא! אין זינג לידער אין פליק ווייטער.

יעצט ווען ער האט זיך גענומען צום קניפּעריי פונעם בארד, דאס אזי שוין געווען א זעלטענער עסק וואס קומט נישט פאר אזוי ביי יעדן.

ביז אהער האט מען נאר צוטיילט די באָרד אויף דריי חלקים, ס'הייסט אזוי: עס איז געווארן דריי קנאָבלעך פון איין גרויסן בארד, יעצט האט שמעלקא אַפיר גענומען, קנאָבל א' מיט קנאָבל ב' אויף פראָנאויס. אין קנאָבל ג' געגעבן א וויש אריין שמיר'ניש'דיר'ניש. האאאאָפס קנאָבל ג' איז אויך דארט אריינגעכאפט געווארן, אין דרייענדיג אלע קנאָבלעך איז עס געווארן איין קנאָבל בארד. יעצט האט מען זיל געקענט נעמען אטעמען הויעך אויפן קול, דער באָרד איז פארטיג.

יעצט לאמיך דיר זאגן שמעלקא, קום אין א זייט, לאז אפ דיין רעש'יגן בארד דזשאָסט פאר א רגע.

הער אויס: זיס, ביסטו זיס ווי א קענדי מאַשין, אדער ווי סטראָבערי קאָמפאוט אבער וויסן זאלסטו אז ווען איך פארמאג ווען קאָצקע צוקערלעך וואָלט איך דיר באַשטיינערט מיט א בערגל קאָצקעלעך זאלסט וויסן אין מיר געדענקן, וואָסי פשט פון קנאָבלען דיין באַרדע אין העלן שול? אין די פריע פארטאגס שטונדען? האסט מיר אוועק גענומען ס'גאנצע התחדשות וואס איך האב מיט מיר מיטגעברענגט היינט אינדערפרי.

מיט איין בלאז פון דיין וואלקען-באָרד האסטו מיר געגעבן א שמאַס אוועק דאס פרישקייט אין מהפך געווען ל'איבּל ול'קנאָבל.

יעצט זיימער געזונט שמעלקא פארפאלן אז גוט איז גוט, אין גוט ביסטו פארט נאך אלעם, נישט אזוי? האסטעך עדות דערפאר, ריכטיג? הער מיך גוט אויס. וועלגער אין שמעלבּער ווייטער דיין בּאָרד אין גיי האָב פאָן. נעקסטיים לאז ארויס מיין התחדשות פון דיין האָריגער אנפאנג פון א טאג...

דא זיץ איך, דער פארעקלעטער פון דיין קנאָבל. האסט מיך פארעקלט מיט א זעלטענעם אויסנאם.


דער באַקנאָבעלטער באָכי... פונעם האָריגער פאָכי...

No comments: