Friday, July 18, 2008

דער פלאָשינג עוו. - וואס גייט דארט פאר

העי וואַט עי טשעלענדזש... האסט ארייגנעטראסקעט אויפן פלאָשער עוו. – פלאש אראפ דיין טייערער צייט דארט – זיץ אין שעלט און טרעפיק.
קען איינער די גאס וואס איך מיין? אויב נישט וועט קרעטשמע פיטאגיפער באלד אינגיכן דארט זיין מיט זיין מאשקינע בילדער פראדוסער - הנקרא: קעמארע.

א מין ווערטשאפט וואס עס גייט דארט פאר, איך רעד פון די גאס וואס עס איז אָנדער קאָנסטראקשען פון נאך א טאג וואס די צווילינג געביידעס האבן קאלעפסטירט.

מאנכע ליצים זאגן אז ווארשיינליך האט דער ווערייזאָן טראק (ווער עס ווייסט וואס איך רעד זאל ביטע איבערגעבן פאר די וואס ווייסן נישט, אבער נישט יעצט – נאר ביים חזר'ן מיט די צווייטע חברים – אזוי פלעגט מיין רבי זאגן, בשעתן ארויסנאָגן מיטן צונג זיינע פארבליבענע גרינע פּעפּער הויעך ארויף אינעם פּיסקל). אז דער טראק וואס איז געשטאנען ביים וואלאבאוט קאר. בעדפארד עוו. פאר גאנצע זעקס חדשים, האט אויך א שייכות מיט די פלאָשינג עוו. קאנסטרקשען, וואס פון דארט איז מען דערגאנגען אלע גראָבונגען ביזן 'ווארלד טרעיד צענטער'. אגב; עס איז נישטאָ קיין דיטעילד באוויזן, אבער ווער עס ווייסט – ווייסט אז דאס איז נישט קיין גוזמאות.

לחרפתינו;

שטעלט זיך א געוואגטער פראגע - וואס טוט מען אויף דער פלאָשינג עוו.?

אההה וואס מען טוט אויף פלאשינג? מע זאגט לחיים אין מען איז פרעעלאַך... נעעעע מען גראָבט גרובער, מען מאכט גרודער, אין מען צוהאקט די גאָדער'ס – מען גייט אויף די נערווען פון א שטאט מיט מענטשן.

א באַלאגאַן וואס דארט גייט נישט פאר. ווער עס וויל קומט אהין אויף דער פלאָשינג עוו. אויסטרייען זיין טראַקטער, קומט דארט, איין טאג וועט נאך ח"ו זיך טרעקטערן א... היינט איז עס די DOT, קומען זיי די שטריקעס אין גראבן א לאָך, למחר קומט אן א טראק פון ווייסעכ-וועם אין ברענגט מיט זיך מיט דריי שוארצע מיט ריזיגע געלע רעגן קויט'ס וואס זיי קארסירן די טראפיק. בסך הכל קומט דער צווייטער אין פארדעקט די ערשטע לעכל וואס דער ערטשער האט אנגעהויבן. אזוי גייט עס דארט דעלי.

צו האט איר אמאל מיטגעהאלטן פון די נאנט, וואס עס פאסירט יעדע פינעף מינוט דארט. קומט צו פארן א קאר אראפ 'ווייט עוו.' סאָדענלי וויל ווייט עוו. מער נישט אנגיין, דארט טאקע באותו מקום ווי עס ווערט געגרענציט מיט פלאָשינג עוו. נעמט איבער דער פרענקלין עוו. – קומט דאך אויס אז ווען איינער זאגט "פלאָשינג קאר. פרענקלין' רעדט מען גאר פון די פלאץ! א שאנדע פאר פרענקלין צו אריינהאקן אינמיטן ווייט עוו. אבער ליסטען פיפעל דאס איז אמעריקע. נישט אומזינסט איז דאס טריפה.

איז דער פלאשינג עוו. אזא 'טו וועי' שטימט? איז אבער פארהאן נאך א חוצפה פון דער פרענקלין, הגם דא קען מען שוין זאגן אז דאס האט נישט אינגאנצן מיט די רשעות פון פרענקלין, עס האט מיסטאַם אויכעט מיט די שלעכקייט פון 'פלאָשינג עוו.' – וואס זי איז זיכער אנגעווייטאגט אז מען הערט נישט אויף בויען אין גראבן אויף איר.

איז דארט אזוי, אז עס ווערט אויס 'טו וועי' דארט על שפת הים – "פלאשינג עוו. פרענקלין". דאן פאסט אויף דארט קומט צו פארן א קאר וואס גייט נאך זיין 'דזשי פי עס', אין דער 'דזשי פי עס' זייענדיג געוואוינט צום רואיגער פלאשינג עוו. וואס האט נאך דורכגעלאזט די 'טו וועי' דירעקשאָן, שרייט אים אריין אין קאפ, "לעפט טוירן אהעיד" אבער ניין מען קען נישט, ביז דער מאשין שרייט "אימידיעט לעפט טוירן..." – ליסטען אז דער מאשין שרייט, גייט מען – אין?... והוא לחרפה ול'קרעש... שיער נישט שטייצעך. אזוי געשעהט יעדע פאר מינוט דארט, מען דרייט זיך לינקס, אין... כ'וויל נישט זאגן....

אלעס איז וועגן דער פלאָשינג עוו. באלאגאן. יעצט ווייסט איינער וואס/ווען מען מאכט דארט? ווען די העק גייט מען ענדיגן בויען דארט?

איי ניד איט וויט ריטען דאקומענטס פליזזז. איף פּאַסיבעל.

*

אגב גררא נקטא; אזוי אז מען רעדט שוין פון פלאָשינג עוו. איז אינטערעסאנט צו צולייגן, וואס נאך עס איז פארהאן דארט. היינט למשל האב איך געוואקט אויפן גאס, געשוויצט ווי א טערק אין א שטייג ווי אינמיטן די עשרת ימי תשובה האב איך, דאס ברויך איך ענק נישט זאגן, זאל איך נאר זאגן א 'מעין דמעין מן ה'שוויץ' וואס איך האב געפילט? עעעםםם... האלב אזוי שטארק ווי איך האב געשוויצט נאך מיין צווייטע-בעשוי. איף יו בעליוו אָר נאַט.

שפאציר איך אזוי געמוטליך נישט צו אנרייצן דער שוויץ צופיל ס'העטעך מיר נאר מאכן א קלעבעדיגער נאכמיטאג, זעה איך טאקע אויף יענעם קארנער ווי איך האב פריער גערעדט, א גרויסער געשעפט "הצלחה סופערמארקעט" מיט אויטאמאטיק טירן עפענען זיך אויף – אין מאכט זיך צו, איז א טיר אפען – זאגט א איד? אריין! יאאלא אריין אין געשעפט, קום איך אריין אהין, א ריזיגער געשעפט מיט אויסגעפאקטע שעלוו'ס. הקיצלער א גראָסערי צום דבר - אבער גוט.

איז געגאנגען דארט עיר קאנדישען אויף 'האַקצענק אָן מיט לופט ספיד' + געארבעט א טעיפ אין די זייט נאך אויך, קענט גאו ראָנג! האב איך געטראכט צו מיר, וועם נאך זאל איך דאנקן אויב נישט דעם בורא כל העולמים פארן אריינגעבן די ריכטיגער דעת פון אריינסטעפן אהין אינעם ריזיגער פרידזשידער אאָםם.. גראסערי, מיט א טעיפ אין די זייט.
פארוואס זאג איך איך דאס? ווייל איך האב נישט געוואלט גיין זאגן א שכח פארן מענעדזשער דארט, ווייל איך האב געקענט באשטיין אז דער קרעטשמע זאל נאך געניסן פון יענעם פלאץ (אין קעיס פון א שווערן היץ). דעפאר טייל איך דאס מיט – מיט יעדן.

האב איך דען עפעס מיט דער סופערמארקעט דארט? יא! איך האב גענאָסן פון זייער עיר קאָנדישאן. האללאו זיי האבן גענאָסן פון מיין באטעלע וואסער וואס איך האב געקויפט, או יע!
טענקס גראָס-סערי!

*

בעק טו אייער סאָבדזשעקט, ווייסט אייענר ווען מען וועט שוין פארטיגן מיט די פלאשינג גראָבעריי? האָרכטס אויס, אויב וועלן זיי נישט ענדיגן ביז א קורצער צייט, וועלן מיר מאכן אן הפגנה "ניתוחי פלאָשניג עוו." – רעדי? אויב נישט געט רעדי...

אויפהערן גראָבן אויף פלאָשינג לאַק סטאַק ענד בעעעעטל!

1 comment:

Anonymous said...

חחחח, האט אויסגעפלאצט אין געלעכטער,א מיטגלידער אין די לאק-סטאק גרופע דאט ארג.

אייפיל יאר פעין,יעדן אינדערפרי,און אויב איז דאס וועיניג, מאכט מען דאך דארט די גגרויסע גיגאנטישע הענקי, מאוויס, צו פארכאפן די יוגנט'ס צייט, און מען קען זיך אפילו נישט פארקירן,דעם אויטא, בעת דעם גרויסן זעם...

זענען מיר נעקסט דאר נעיבארס? ווער קען וויסן