Thursday, July 10, 2008

לאז דעם טוטער'ל לערנען - די קוריוזער בריאה

שעפעלע טייערס אלעס פיין און וואויל אבער זיי אזוי גוט אין מאך לופטיג דאס פלעצל דא, פלי אוועק שנעעעעל. זייער גוט געקענט. פיין וואויל געלערנט געונג צאמגעשריגן דא אין שול. שוין געקומען די צייט פון אהיימגיין. כאפ דיין דיקע בלויע גליטשיגע ווינטער קויט. וואס איז אנגעהאנגן אונטער דיין בענקל. כאפ עס אין לויף אוועק פון דא. נו! יאלאא!

העעעעי ראויג רואיג די קינדער טרייבער. ווייל די האסט א בלו-טאָט מיט א קעשמיר מאנטל. ביסטו באלעבוס אין די שול? ווי טרייבסטו די זיסע צאן קדשים. זיי זענען דאך אזוי זיס.
הייבט ער מיר אן מסביר זיין, די גאנצע שיטה זיינער. אז אז אז....

הערט א מעשה וואס איז געווען פאריגע וואָך מיטוואך נאכט, איך קום אריין אין שול צו א רעגולער נאכט סדר. ווי געוונליך איז שוין די שול האלב פיל. די קול תורה איז א געשמאַק ממש א 'תענית רוחני'. אין ווען אין די זייט 'באָמבערט' מיר אין קאפ דאס קעלכעל פון א זיסע טוטער'ל וואס זיצט טאקע נישט ווייט פון מיין פלאץ. ער שרייט קולי קולות אויף זיין חברותא וואס זיצט קעגן איבער אים אין קאָלעצט אריין אין דאַך אריין, באטראכטענדיג זיינע פליענדע מחשבות וואס דמיונ'ט ארויס פון דאס קליינעם קעפעלע, זיצט ער אזוי ארויפגעצויגן האלב, אויפן ריזיגער גרויסער גמרא וואס ער קען קוים ריטשען צום טייטלען. יעדעס רגע קוקט ער אויפן זייגער ווען עס וועט שוין ווערן נאך פינעף מינוט צו זיין טיימער. וואס ער האט אנגעשטעלט אויף זיין קליינע מעמערי זייגער. אין מען וועט קענען אריינשרייבן אין די קלייע ארענדזשע צעטעלע פון די 'לומדי רצופות לכבוד שובבים ת"ת', וואס מען האט היינט אנגעהיצט אלע קינדער אין חדר, אין זיי אריינגעגעבן א חשקות צום רצופת'ל קאמפיין.

וואס איז געווען די מעשה? גאנץ פשוט. דער רבי זיינער האט אנגעהעצט די קינדער הייטנ נאך ריסעס, אזוי ווי עס איז חזרה אין שטאט אין מען גייט שוין מארגן לערנען 'חוזר חזרה – צווייטע חברים שטייעדיג ביי די פלעצער אויסעווענדיג. דאמאלטס מוז שוין יעדער יונגעל קענען גוט אויסעווענדיג די גמרא 'בלשון' פליסעדיג גיעסנדיג. ממש 'ישר והפוך' ווי זיי פלעגן דאס רופן.

אלע קינדער גייען ארום מיט דאגות אין קאפ, מען זוכט וועגן וויאזוי אנצופילן די רצופות 'טשאַרט' וואס מען האט פארטיילט אין חדר. היינט נאך לאנטש. אפילו אונזער שמואלָ'ש איז גארנישט אנדערש גארניקס צוריקגעבליבן, ער האט אויך 'געבָּוּקט' אז יוסף זאב זאל מיט אים לערנען נאך סאַפּפער היינט נאכט, אין ער זאל אים א מצוה טוען אין אים אויסלענען די גמרא אויפן לשון. אין גראדע יוסף זאב איז באמת א פיינער יונגעל ער גייט מיט ארויס געשטעקטע ציצית. פון זיינע סאמעטענע ווינטער הויזן, זיין פאטער מרדכי פנחס טוט זיך מיט אים אויך כסדר אויף אז ער לערנט מיט אים ווען ער האט א איבריגער מינוט. אין אפילו די מלמדים זעהן עס אויך שטארק אן אויף אים אין חדר. ער לערנט אפילו ביי לאנטש מיט קינדער מיט שוואכע קעפ. ממש א טייערע רענדעלע. הוי ברררררוך האששעם.

זיצן אזוי די קינדער אין הרגענען זיך איבער א שטיקל גמרא. "מאאאאאאאאדעך לולב ווי ר' עקקקקיבא האלט אז לולב צריך אגד.. קומט דאך אאאאאאויססס. - אבעעעעעעער טאמער נעם איך אן... עס גייט ממש שלעק דארט.

אין טאקע דא איז אריין געקומען יענער חברה מאן די 'קינדער טרייבער' אין די חברה זענען געזעצן נישט ווייט פון זיין זיץ ער האט דאן פונקט געהאט א פאון קאלל. קוים האב ער געקענט הערן וואס יענער פרעגט, איןם ער איז געווארן מלא בייז. ער פארציילט מיר דערנאך אז דער וואס האט אים געקאלט, האט אים געפרעגט צו ער איז נישט בעצופאל ביי א 'בר מצוה' מיט אסאך קינדער אין די בעגראונד. אזוי סאונד עס.

עס איז באמת געווען אזאנע קולות אזש נישט צום אראפמאלען. ווען די קענדי מענטש פון מיין שול וואלט ווען דאס צוגעזעהן וואלט ער זיכער אראפגעלאנדעט אהין אפאר 'סאוער באָללס' פאר די נפשה'לעך נישט קיין חילוק ווי אלט זיי זענען. זאלן זיי זיין אפילו מער ווי צען יאאאאר 'נישקאַ נאַפקע מינעֶ'

סאו וואַט. דאס מיינט געלערנט! אזוי וואַקסט מען אויס עפעס.

מיין שכן האט אנגעהויבן זוכן אן אויסוועג וויאזוי מען קען די זיסע טוטערל'ך קינדער אהיים יאגן, ח"ו הבל פיהם של תינוקות איז זייער חשוב זאגט ער מיר, אבער זיך אבי ארום הארגענען שפעט ביינאכט? אויף וואס ארויף. טוטערל זיסער מארגן איז אויך א טאג. שעפעלעך. כאפ אריין דיין לעצטע שטיקל 'סאוער סטיקס' וואס שטעקט זיך ארויס פון דיין קאוט טאש. וואס די האסט דיר מיטגעברענגט צו נאשן ווען די גייסט לערנען דא אין שול. כאפ דאס אריין. אין לעק אפ דיינע צוקערדיגע הענט. אין לויף אהייייים גיכער. האט ער אריינגעגעבן פאר די חברה דארט.

אויף וועמעס פלייצע האסטו דאס געטאן? 'די קינדער טרייבער'. וואלסטו געוואלט אז מען זאל דאס טאן פאר דיינע?


נו לערנטס ווייטער.........

No comments: