Thursday, July 10, 2008

על כל שיך בענדל ושיך בענדל אנו צריכים להודות....

א גוטן מיינע פריינט.

איז דער עולם גרייט צו לעזן דער אור אלטער אויסגעפלאכטענעם פראבלעם? קוקט'ס אהער אמת עס איז שווער צו פארקניפן
צוויי פיסלעך פון א בענקל? מאכן דערפון א מאָשני. אזוי ווי א מענטש קען פארקניפן זיינע פוס, זיכער אזוי – אז נישט, עס איז אוממעגליך פשוט. עס איז דאך א שטיקל האָלץ-קלאָץ וואס ווילסטו ער זאל זיך פארקניפן? נעעע זעכער אז נישט. העכסענס פארהאנקענען דאס קענען זיי אפשר, אבער מער זיכער נישט. אזוי אויך צו פארקניפן איין שיך, שטעלט אייך פאר: 'א שיכל' אין ס'אנדערע שיך זאל ווערן פארקניפט, איז אויך אוממעגליך, פאַרשטעֶט?

אההה אבער אזוי אויך פארשטעֶט איר אז א שיך בענדעלע איז יא שייך צו פארקניפן, דאס איז קיינע קונץ, שטימט? גארנישט, עס איז קלייניגקייט דאס איז נישט קיין חכמה ועמו מלאכה. גארנישט – מיט גארנישט אפילו דער שיכל טוט 'גארנישט' אין קיינער העלפט נישט, קען דער בענדעלע אליין קען דער מלאכה ער געט זיך א דריי צונאזאם אין עס ווערט געסוויטשט צו א פארקניפטע בענדעלע 'א זיסער מאָשני'.

אפילו ביי די קליינע טוטערלעך בענדלעך ווערן אזוי אויך פארקניפט, ס'מיינט אזוי מען מוז נישט האבן א שפעציעלן רייבעריי מיטן בענדל, פון קינד אין קייט נעמען זיי נקמה. 'נאו מעטער וואַט' ער געט א פארקניפ אין יולכ'ט פון דארט. דער פארקניפטער שטיקל בענדעלע האַקט אזוי זיסלעך אויפן שיכל, בשעתן ווען מען לייגט נאך א טריט אין נאך א טריט, צו דערמאנען דעם יודיש נפש, 'האַללאָ אייער בענדעלע איז יעצט פארקניפט', האַק אריין בענדעלע זאל דאס שוין זיין פארן שמועסן אינמיטן לערנען.

יא! פיין אין וואויל, אבער א פארקניפט'ן קען מען דאך אויפקניפן, נישט אזוי? זעכער אז יא!
יעצט וואס איז אויב גייט דער 'בענדעלע זיסער' מיט א שפאַן ווייטער, הוי רח"ל. ס'הייסט אזוי אז ער קען חלילה קאַליע מאכן דעם טאָג פונעם בעה"ב וואס טראגט דער שיך מיט'ן בענדל. וואס טוען זיי?

איי לכאורה אויבנאויף, זייט ווען איז א בענדל אזא ארטיקל. יא מיר געפונען שוין אויף א פלאץ: ביי אַריוך מיט אליסר מלך דעואל מיט כדרלעומר (בעסערט'ס מיך אויס מיט די נעמען דארט) ווי זיי האבן געזאגט פאר אונזער הייליגער זיידע אברהם אבינו, וואס קענען זיי אים צוליב טאן נאכן מלחמה מיט די חמשת כלבים - מלכים, האט ער געזאגט "אם מחוט ועד שרוך נעל" דאס הייסט אפילו א פאר'שרוך'ט שטיקל בענדל איז א גאנצער ארטיקל. לענינו.

איז אזוי די מעשה'ניו: גייט "אלטעבחורל" ארויס אין גאס ווי א נארמאלער טאג, אלעס קלאפט ב"ה מען איז געזונט אין שטארק על כל נשימה ונשימה געט מען אפ א שבח והדואה, אמת לויט טייל ווערסיעס איז שוין געווען היפש מעונן'דיג אבער אלענפאלס איז עס נאך צו םפארטרעטן אויף יעצט, מ'גיימער איצטעט נענטער צום מקוה גאראדזש. אריין! גיי אלטער! שרייט מיין שכן פארנט פון מיר, דער גוטער. יוששש איז ער גוט ער לאזט מיר גיין בעפאר, דערנאך? אההה... ער איז מיט מיר אינעם געשלענגל געיט אריבערגיי. מחול לך – מחול לך 'דו מקוה-געיט מיטכאַפער'. אבער די שטויס מיט דיין אלטן אייזערנעם טעֶפּ זעה נעקסט טיים א צווייטן צו דערלאנגען. אבער דאסמאל זענט איר פריי פארן טאג.

נו בינעך אין מקוה, ששש... אלעס איז שטיל שאַ, מ'האלטמער שוין נאכן מקוה אפילו, הוי געוואלד קוים ארויס פון בור, שוין איז דאָ דריי מיסד קאלל'ס דער בעל בייכל, כמיייייין בעה"ב האט שוין גערופן איטליכע מאל אין א שאָס. מיטן אויסגראַם אז איך מאך אויף אים איגנאָר. גערעכט ער האט אן אַפּשען פון אריינגיסן א 'שטימע פאָסט' (אין אויבערלאנד רופט מען דאס וואויס-מעיל).

נו וואס קאן שוין זיין יעצט זיבן האלבער אינדערפרי? מען הערט טאקע די דיקע שטימע פונעם ,מאסיווער פרעצל הויזן מאַן, שקוראים בעה"ב. ער זאגט אז עס איז וויכטיג אין מען זאל זיין פונקטליך. פונקטליך? זעכער גיי איך מיך יאָגן, אמאל לוינט עס... ווען? נעווער סעי נעווער! גיי פרעג מיין...

מ'כאפט א יאָג, אין די שיך בענדל האט גראַדע נישט געגליכן די יאָגעריי, איי פארוואס? איך ווייס נישט ער האט נאך געוואלט בלייבן אין מקוה... אין וואס טוט ער? ער טראכט נישט קיין צוויי, זאל "אלטערבחורל" שעלטן.

איך האלט ביים פארבינדען די שיכלעך כמנהג בינדעריי, קניפ קנאַפ, אראפ שאָאאאאאפפפפפ... דאס שוידערליכסטע האט ליידער פאסירט, ער איז געבליבן צובענדעל'ט אין מיינע הענט, אאאאפפפפגעעעפליקט! קיין פיפס לאזט ער נישט ארויס. נאַדער! שמייכעלט ער צו מיר. איין
מינוט'ל זייט ווען קען א בענדעלע שמייכלען? יא יא, אפילו די בענק האבן מיטגעלאכ'ט.
וואס איז מיר געבליבן צו זאגן? אויסער שעלטן די געפעינטער באנק דארט במקום ההוא, וואָסזאָ-כֵייך זאגן, 'על כל שיך בענדל ושיך בענדל - אנו צריכים להודות', יא אזוי ווי איר הערט.

מכאן ואילך זאג איך פאר דיר שיך בענדל, איך בין גוט מיט דיר פאָרעווער, אין איך בעט דיך טו דאס מער נישט צו מיר, נאר אויב עס איז גאר א גוטע שמועס אינעם הייסן בור, אין איך שעם מיך צו זיצן דאטן לענגער ווי... צופליק מיר מיין בענדל אין אזוי העלעך קענען בלייבן לבקשתך אפאר מינוט לענגער. הערסט בענדעלע?

בענדל זיסער, ראה הוזהורתך. וויסן זאלסטו אז ווען נישט דיין געוואַגטע שריט וואלט איך שוין לאנג געווען אין כ'ווייסווי, אבער איך וועל נישט זאגן שטרענג צוליב די סיבה וואס יעדער ווייסט, אז ווען נישט דער נישטיגער בענדל וואלט איך נישט געקענט אנגיין.
יעצט בענדל זיסער, מאך א לעבן אין גיי צו מיין שכן אין מקוה...

No comments: