Friday, July 18, 2008

ראַלאַליי - ראַלאַליי... שַבּת שוויגִי !!!

מוצאי שבת: טארארארארייליי... טארארארארייליי... מזינגט שוין נאכאמאל די ניגון, אלעס איז אויף, מען גייט שוין נאכאמאל! ילך, מגייט! איים סאו העפּי.

ווי גייט מען? מען גייט שוין נאכאמאל מופן. נאאא נישט סתם א מופעראציע, נעעעעע עפעס דיפרענד ווי געווענליך. מ'גיימער מופן פאר א שבת, אין קורצן ווערט פארגעגרייט א "שבת מופן", איינער ווייסט וואס איך רעד? ווען נישט וועט עטס איצטעט געוואויר ווערן. יא עס איז בערך אזוי.

זונטאג: ס'ווייבל איז אויפגעהייטערט ביזן זיבעטן ריפ אין הימל אריין, די הויז דארף שוין נישט ווערן געקלינט די וואָך פאר שבת, איי עס איז נאך זונטאג, ווער טראכט שוין פון שבת? יע יע - ביי ס'ווייבעלע אין מח קרעמל שויבערט שוין די קומענדיגער שבת. וואַסאַ זאַ טראסק? גאַרנישט געהערט? די שוויגי האט גערופן!

אלעס איז אויף שלמה אין טאָלי ביידע טוטערלעך גייען באקומען אלטמאָדישע נאַש ביי די באבע די וואָך שבת נאכן זמן. ווייכע וועפפערס גייען ווערן פארטיילט פארן זמן מוצאי, אהה ווער רעדט נאך פונעם קאָרן טשיפ וואס וועט איינעמען מיט זיך די קלימאקס פונעם עונג שבת'ל פון די טוטערלעך, הוי גייט מען זיי אונטערקויפן פאָרעווער.
עס איז נאך זונטאג, אבער גארנישט מען געט זיך א דריי אין זונטאג ווערט שוין אנגעגרייט די רענצל, מען גייט פארן/מופן. דער רענצל וואנדערט פון שטוב צו שטוב אין פען פאַקט אריין אלעס ס'פעלט זיך אויס.

הייבט זיך אן, וואס נעמט מען מיט? וויפיל נעמט מען מיט? איז דא גענוג? וואס פעלט אויס מיטצונעמען? אין וואס נישט?

מען מאכט טרי וועי ליינס צו אלע געשוויסטער, האסט געהערט די נייעס? ניייייייין.... ברומט יעדער מיט אויפן טרי וועי קאנפרענץ זונטאג שפעט ביינאכט. הערטס ס'נייעס! איך גיי צו מיין שוויגי! נישט פלעין, איך מוף אריין. שטעלטס ענק פאר. פאר א גוטע פאָר מינוט האט געהערשט א שטילקייט אינעם סורקולעשאן אויף די טעלעפאן ליניעס וואס ווערט אנגעפירט דורך ווערייזאן טעלעקאַם, נישט גענומען לאנג יעדער האט זיך גענומען אָפפערן אין געבן עצות וואס אין ווען עס ברויך געטוען ווערן צו אזא מערכה. די עלטסטע שוועגערין געט זיך א רוף אָן: נעעעע איך פלעג אויך אסאך פאָרן. "איטס איזי". נ'גוט, זאל זיין אזוי. שוועגערין זיסער האסט א מזל אז נאך מענטשען זענען דא אויפן ליין, ווייל אויף דיר וואלט מען שוין געמעגט אראפהאקן, סארי.

מאטנאג: אוודאי איך "אלטע-בחורל" יוקל וואס איך בין, מען שפאנט מיר איין אינעם הייסן פרישן נייעס "שבת שוויגי" איך ברויך ארום גיין פון שוועגערין צו שוועגערין איינבאָרגן קאר סיטס אין ס'צוגעהערן, מען גייט אויף שבת, נישט אזוי?

דינסטאג: גארנישט קיין באזונדערס... נאר? כווייס נישט היינט איז געווען א רואיגער טאג אין ביורא. אוודאי אז מען איגנארירט די פאון איז רואיג.

מיטוואך: אההה איר מיינט אוודאי אז מען גייט שוין נישט אויף שבת ווייל מען האט נישט גערעדט דערפון איין טאג? נאאא ניטאמאל קלערטס אזוי, די פלענער גייען וויייטער אן. אלעס איז אין פוללען פּראַאאאססעעעסס. "שי דִידנט געֶוו אָפּ יעֶט".

דאנערשטאג: דאס לעצטער פאַזע פאר שבת ווערט אינסטאָלירט, מען מאכט שוין צו דער רענצעלע משא"כ דער גאַרמענד בעג גייט מען מארגן אויסשטאָפירען. מען עסט זיך שוין אן ווייל פאר א שבת ביים שוויגי... מוז מען עסן. שוין פון דאנערשטאג אָן. נאך איין זאך מען האט שוין באשטעלט די קאר, פארוואס אזוי פרי? עההה דאס איז גארנישט פרי, עס איז שוין שפעט לויט רוב שוועגערינס.

פרייטאג: די ערשטע זאך מאכט מען צוריק אויף ס'רענצעלע נאאאא נאך ווייט פון פארטיג, נאר פשוט זיך צו באגעניגען האט מען נעכטן פארמאכט דאס רענצל, מען מאכט די לעצטע הכנה, הנה דער קאר פייפט שוין אונטען, דער צווילדעוועטער אימגראנט שטעקט ארויס זיין ברוינעם קעפל פון פענסטער אין פרעגט הויעך "אַר יו קאָמינג - מיט זיין צושפלעטערטן ענגליש". יא יא דאס איז ווען מען האט שוין גערופן די קאר מיט א באשטעלטער כוונה, שטעלט אייך פאר וועניש.

הודו ליודו! מען איז שוין ביים... "ש-ו-ו-י-ג-י" נישט געווען אזא לייכטע וועג ביז אהער. מען גיימער ארויף די טרעפ. דוי מיליון פיצי שוועגערינס שוואגערלעך דרייען זיך שוין אונטער די פיס, אלעס בורדעט אינדרויסן מיטן ראופ מיט די ווייסע טייץ. מען האָפקעט אלעס איז אויף רעדער מען האט געסט לכבוד שבת.

אויפן וועג שפירט מען שוין די הייסע וואַרך במקום לבונה זכה. ווערט אויפגעקאכט אלעס לכבוד טועמיה ס'ריח'ט דאס גאנצע שטאק ווי די שוויגי איז באזעצט, אינעם אלטן שטיינערנעם הייזקע, פון דאס קיך רעד איך שוין ניטאמאל, דאס סביבה איז באַ-עסיגט אינגאנצן פון רוימען לכבוד שבת, אבער פאר אזעלכע אלטע יודן וועם שטערט דא דען דער עסיג גערוך? נאאאא שוין לאנג צוגעוואוינט דערצו.

צינדען לעכט: אין די הויז איז דא אריינגעבויעט אן אייגענע שבת-פייפער, די שוויגי רופט אויס מען גייט צינדען לעכטלעך.

סעודה: כדי לשבר את האוזן האט זי שוין געלאזט וויסן בעפאר די סעודה אז מען וועט די וואָך געבן רעטעך אומגעטשטערט. נו ווילאנג נעמט דען ביז די געהויבענע סעודעניו – מ'האלט'מער שוין ביי די סעודה אויכעט, אהה חלות? זייער גוט, יא יא, גוט יעצט איינמאל כאפ אריין ווייל מארגן וועט מען זיך מוזן זיך וואשן אינאיינעם אפאר יודן אויף אמאל, ווייל די שוויגי איז אויך מקיים די מצוה אז מען טאר 'נישט' אוועקלייגן די מן/חלה פאר די נעקסטע טאג, טא וואס טוט מען? מען וועט אדער מוזן עסן ס'איבריגע פון היינט, אדער עסן בלויזע חמצ'דיגע מצה, עס וועט זיין אפשענעל! יעדער לויט זיין ווילען.

לייגטס אראפ די געווער! די פיש איז אט אט דא, די זאפט זאל זיין פארגליווערט? חלילה כאר דמאן שמיה, אויכמער א מאָדע, וואסידאס יונגע דור, עההה סאָלזעך גיסן קאָטשעניו, כַּך יאַללא עס גיסט זיך כמו שניסך בשבועות העבר. דער זיסע וויידל שווימט אין אויליגע זאפט גרייט זיך ארויס צוגליטשען מאָמענטאַרעֶלי. "שווים פישעלע שווים, גיכער גיכער, ארום אין ארום - נאכאמאל אין נאכאמאל". די שוויגי גלייכט דאס זייער.

כאפ נישט קיין הייסע צוגל, מען גייט הערשט יעצט וואונטשען לחיים אויף רויטע וויין אזוי ווי די שווער זאל לעבן געזעהן ביים 'שאגת לבב' אין די יונגע יארן ווען ער האט נאך געדינט אלס ראש הקהל אין די אפסטעיט מירון.

יעצט מיט די זופ איז איינגעקניידעלט א באָלי וואס מען רוופט 'קניידל', העעעי פון ווי איז דער קניידל אריינגעשווימן? איר ווילט נישט וויסן... דאס האב איך איבער גלאזט שמחות תורה אין מיין טעללער. וואָסטע געוואלט? זי האט בטעות אוועק געווארפן פון א יאר צוריק, האט מען נאר פון א האלב יאר צוריק.

די סעודה גייט אן, דער שווער איז א וואוילער יוד, ער פארבריצירט תורות וואס יעדער קען פארשטיין אפילו די נשים. דערווייל פארטיילט מען די בונדלעך צו די זופ, ביי די וועי – האט איר אויפגעפאסט ווי אפאר ארימע קנאָבלעך שפאצירן ארום אין טעללער נ'וודאי האט מען דאס פארגעסן ארויס צונעמען נאכן קאכן, עס איז נאר דארט 'פאר סירחא דינקותא'.

איך וויל עסן די זופ נישטא קיין לעפל, נאך פאר וואס - ווען - וואו, די שוויגי האט זיך שוין פארענטפערט אז זי איז נישט שולדיג, די קינדער... עעםם.. שיינדי זאגט פאר יוטי, העי גיי ברענג דו א לעפל פאר "אלטע-בחורל". נננננו ברענג. יוטי שרייט צוריק ניין איך האב געברענגט פאריגע וואך, דו ברענג יעצט, איך וועל עס אויסוואשן נאך די סעודה. עס ווערט א מלחמה אבער דערווייל זיצט זיך "אלטעבחורל" אין עסט נישט, נישט נאר דאס, נאר אפילו די זופ ווערט מיר קאלט פאר מיינע אויגן. מילא דער קניידל איז ניטאמאל פאר מיין גוסטע אפילט עס איז גוט פארוואלקענט אינדרויסן. איך טריי עס אפילו נישט.

דאס ביינאכט סעודה איז גאנץ אנגענעם די שווער זיסער דרימעלט געמוטלעך ארויף אויף די פלייש. דער טוטערל אייזיק שרייט: טאַטי ווען גייסטו מיר פארהערן? ער זאגט גאנצעטע חלקים פון די סדרה אויף אויסעווענדיג ווייזענדיג פאר די ארומיגע א ער יכול'ט הוי יכו'לט ער! ממש א דזשיניעס. אבער פונעם טאטענ'ס זייט איז יעצט. כראפ... כראפ... כראפ... אבער גארנישט דער דרימעלט מיר דא אין גרויסן. די שוויגי טרייבט אריין אין דיינונג רום. נו שווער לעבן די פלייש ווערט שוין באלד ווארעם, כמיין קאלט. וואס קאלט? אפשר ווארעם וועט עס נאך ווערן פון ליגן אזוי רחמנות'דיג. אָפפפפס געטט אכט יודישע קינדער, האלטס מיט וואס דא האט פאסירט, ס'נעזל פונעם שווער טייערער האט געכאפט א שטיקל טינק אינעם פלייש זאַפט. סווערט ששון ושמחה דער שטריימעל פיליט פון ס'אנדערע זייט, אבער אונזער שווער איז שוין צוגעוואינט דערצו. עעעםםם אםםם פפפיייווווו... איך גיי יעצט עסן יא – יא איך גיי עסן. פארענטפערט ער זיך מיטן פארשלאפענעם בליק. יעצט קומט נאר נאָך קאָמפאט, נאאא ער ברויך נישט ער ליידט דאך אויף צוקער לעיטלי.

געענדיגט מען זאגט נאך א תורה צוויי, מען זיגט די זמירות פון מינוט צו מינוט ווערן שווערער אין שווערער די תנואות וואס מען האט געבראַכט פון אלטשטאט. איז דען שייך מיט צוברומען מיט א כמו לאַגער יוד?

שוין נאך די סעודה, יעצט גייט זיך די שווער לעבן צולייגן פאר קארגע צען מינוט. אין דערנאך גיימער גיין צום טיש, איינער ווייסט וואס דאס מיינט א צען מינוטעלע שלאפ'ל? יא! צען מינוט. אין טאקע די מינוט'קעלעך זענען זיך מתחלף מיט שעות כידוע לאוכלי כריין.

גוט טשאבעס גוט טשאַבעס...

שבת קודש: עס איז שוין אינדערפרי די מנהגים גייען דא אויך אין א סדר, מען מאכט קידוש צוויבל איי האט שוין גענומען די מאכט איצטעט, מען ברענגט אריין די לעבערלעך הוי געוואלד איז דאס לעבער. שוין רעד נישט דערפון עס איז "בּרוינע לעבּער על לב שבר". מ'האלטמער דערנאך, פלינק קונמט דער שווער לעבן אין ציט ארויס פון ביזעם זיינער דער פארקנייטשטער 'פרחי מגדים' אין נעמט מיט זיין בקיאות אויסנאָגן זיסע ווערטלעך מאמארים וואס ציט יודישע הערצער, אההה איז דאס א "שבת מתיקות" עס ווערט אריינגעפלאכטן אין מוסר ווי מען רייסט אראפ די היינטיגע יונגעלייט, איי וויי וויי מ'שובבים'ט.. אךךך איי איי איי... נעקסט פליז. די קינדער זענען שוין לאנג נישט ביים טיש, דער פיצי טאָלי האט שוין לאנג צאַמגעשטעלט א לעגוי גרויס ווי א באַן.

יודן! ס'טשאָלענט – דיס טיים איים פאָר ריעל, יושששש איז דעס א טשאלענט, ממש א גערוך פון טשאלענט נעמט איין דער סביבה. מען געט שלום בית קוגל, שוויגי וויסטו דען נישט אז עס איז שוין 'טו לעיט'. יו גייס אר טו אָלד פאר דיס!

דא הייבט זיך אן די פליפּעֶן צווישן די קינדער, איינער פילפט די מעלות מיט א עונג שבת, די צווייטער באהאלט די באלייכטונגען אונטער די דאָכענע נאך פון אינדערפרי. נו קינדער קומטס עסן די טשאלענט, איין מינוט נאך די מעשה, אין אזוי םפארבלייבט די טשאלענט. אין דאס גייט מען געבן ביי...? איך וויל נישט וויסן!

עד כי יבוא ביתה איז נאך אסאך צו זאַגן. אבער דאס איז עס, "איי עם פעד אָפּ"!

טשאבעס שוויגי! איך גיי צו שאַלשידעס...

No comments: