Friday, July 18, 2008

אויפדעקונג: קערידזש לעין - מה זו? כדי שיראו הבנים...

יום ד' פ' בהר תשס"ח – וויליאמסבורג יצ"ו

זיצט זיך זלמן בענגלמאַן ביים רויטן לעקטער פארשוויצט, נאך אויסווארטן א צוויי מינוט פירט ער ווייטער זיין אויטא אויף דער בעדפארד עוו. שטראַססע ווען מיטאמאל עפענט ער אויף ס'פענסטערל זיינע פון זיין אויטא, אין שרייט ארויס צו מיסיס שרענקבוים וואס איז געשטאנען דארט ביים עק גאס, שרייט ער דארט צו איר אזוי: אנטשולדיגט מיסיס... ...

זייער אויפפאלענד איז דאס געווען פאר די ארומיגע מענטשען דארט, אבער ער זלמן מאכט נישט קיין עסק, מיט אן עקספיריענס פארמאכט ער פלינק ס'פענסטערל זיינער אין בּייאַ, א צי ארויף דעם טרעקל אויף פופציג אין שמאַסט ווייטער אויף בעדפארד. זלמן בענגלמאַן איז שוין לאנג נישטאָ, מיסיס שרענקבוים שטייט אין קוקט וואס דא איז געווען, ווי גלייך זי וואלט ווען נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס זלמן דער יופּעץ האט איר באשפרודעלט, אזוי אויך דער קאַרלוס פונעם אַמיגאָ'גיעשן פאָלק איז מסביר פאר דזשאַני פונעם פוילישען פאָלק וואס דא איז נארוואס פארגעקומען אין גארנישט, זו פונה לקערידזש... ואַמיגאָ פּונה ל'זשאַני. וזלמן?... שוין לאנג נישטאָ.

יום ה' פ' בהר תשס"ח – מאנהעטען יצ"ו

פּאַפּ... פּאַפּ... פייפט דער גרויסער טרעילאר צום קליינער 'יעלאָ-קעבּ' [טעקסי] וואס האט זיך אריינגעקוועטש אינעם זעלבן לעין ווי דער גרויסער 'רעדער מאשין' (טרעילער בלע"ז), קוים וואס ער האט באוויזן צו קומען צו אן אפשטעל, כ'אַמאַזעל ער האט זיין האָרען אויפן שפיץ פון זיין פארנט נעזל, וואס אזוי בלאזט ער אויס זיין כעס אויף דעם זילבערנעם האָרן.

דער טעקסי איז אבער גארנישט בעסער, קומט ער אן ביים עק גאס, אין פּאַפּ... פּאַפּ... ער קען נישט פארן 'אפילו פאר אים איז גרין' ער קען נישט גיין, נאופס! עס בּאָנדעלן זיך דארט גרופעס אין מחנות מענטשן אריבער צו גיין די גאַס, קוים קוים געט מען פלאץ פארן 'יעלאָ-קעבּ' זיך אריבער צו קוועטשן דארט, ער אבער פארט זאלן מענשטן ווערן צוקוועטשט, זיין ציל איז צו פארן אין מענטשן אריין.

פארט איר אמאל אין מאנהעטען אזוי? דארט איז דאך ממש א כאאָס מיט דעם פארן, מען מעג וועלן, צו מען זאל נישט וויסן, אדער נישט טראכטן, איז אייביג דא מענטשען ביי ביידע זייטן פונעם אויטא, חלילה אויב זאל מען נישט פארן, וועט דער טעקסי זיך אריינקוועטשן אין דיר אריין, אין אוודאי נישט גיין אויף צוריק, ווייל חלילה ווערט אויפן פלאץ אראפ געהאקט צען-צוועלף טשייניזע כאַלאַזן, ארויס פון טשיינע טאון!

עהה איבעראל איז דער זעלבע, גרופעס מיט מחנות פיסגייער פילן אן דעם 'גאָדער' טווענטי-פאָר-סעווען'. מען קוקט נישט וואס מען טוט, מען קוקט נישט ווי מען גייט, א גוי איז א גוי, אין א טעקסי איז א טעקסי, יעצט שטעלט אייך פאר ווען א גוי דרייווט א טעקסי, דאס איז דאך די שטערקסטע וואס קען נאר זיין. ער קוקט ניטאמאל וואס ער טוט, אין געשעהט טאקע וואס געשעהט.


אבער איין מינוט'ל, וואס גייט דא פאר? וואס ווילן מיר דא באהאנדלען?

ווינטער תשס"ח – ברוקלין נ"י

א מאסן פיקיטינג ווערט פארשפרייט אינעם צענטער פון שטאט, פון מויל צו אויער דרייט זיך ארום די סלאָגאַן: בּאַ בּאַ – בּאַ בּאַ בייק לעין! בּאַ בּאַ – בּאַ בּאַ בייק לעין! עס גייען פארקומען מאסן דעמאנסטראציעס, העווי מיטינגען ווערן פאררופן אויף דעם וואס מען האט נארוואס אינסטאלירט א 'בייק לעין' אויפן הויפט שאַסיי, טאקע אויף בעדפארד שטראססע אין ווילאימסבורג דעם 'בייק לעין'. וויליאמסבורג איז אונטער אַן אטאקע, אלע שטייערן וואס יודישע קינדער צאלן פאר לעצטע פאָר יאר, איז געווארן געגאָסן א טריפה'נעם בייק לעין.

אויבנאויף איז דאס א ערנסטען פראבלעם, ריכטיג? אבער וואס האט דאס דען אפעקטירט אויפן יודישן אפשטאם וואס העגעלט אין קנעט זיך אויף בעדפארד עוו. אין קען נישט פארדייען וואס מען האט געטאן צו זיי.

יעצט אזוי: האט איר אמאל מיטגעהאלטן וויאזוי יודישע קינדער קראָסן אין די גאסן? (אויב נישט כאפט א שפאציר אין די גאסן). ווער רעדט נאך וויאזוי מען ווארט ביי עק גאס ווי עס שטראמען 'רעדער-מאשינען' (טרעילאר בלע"ז). אז מען קען מיטפליען מיטן ווינט, שטייען דארט אויסגעשורה'ט אידישע קינדער אין קוקן זיך אזוי צו וויאזוי עס פלעין די אויטא'ס עס איז א מין סכנה...

אין אפילו די נשים צדקנית שטייען אזוי אראפ אויפן גאָדער אראפ מיט די וויגעלעך, אין מען בייגט זיך ארויס אין מען קוקט אין מען וויל מיטהאלטן וויאזוי די קאַרס שטראָמען אין שמעטערן אין-איין-צו כאפט מען אלע 'רויטע לעקטער'ס [בּ'איין שאָס בלע"ז].

אבער וויאזוי קען מען אויסלאזן די קינדערלעך, זאלן זיי דאס אויך מיטהאלטן ס'צענע וויאזוי די שטראָמעריי קומט פאר, עס איז דאך גאר ווילד אינטערעסאנט. וואס טוט מען? מען געט א שטופ ארויס פאָרנט די וויגעלע, דא האסטע קוק וויגעלע!

"אוי וויגעלע זיסער זאג פאר דיין יאַכנע וואס שטופ דיר אז עס איז סכנה גדולה". עהה ניין זיי ווילן נישט וויסן דאס.

איז אזויווי מען האט געזעהן אז עס הערשט ממש א סכנה גדולה, אז די פרויען שטופן די קערידזשעס אריין אין די פלעינדע קאר'ס, האט די שטאט געמאכט א ספעציעלן 'קערידש לעין' [אפילו טייל וואס ווילן דאס אנרופן בייק לעין וועט דאס קיין סך נישט העלפן, געמאכט איז דאס פאר די מאַמעס וואס ווילן אין מיינען די גוטס פון זייערע קינדער]. דאס איז געמאכט פאר די חשובע נשים וואס זאלן קענען ארויפלייגן זייער וויגעלע אין דורכדעם וועלן די קינדער אויך קענען מיטהאלטן די סצענע קלאר אין פון דער נאָנט.

יעצט וואס רעדט איר זיך אפ בכלל דערויף, זעהט איר דען נישט ווי הונדערטער אידישע קינדער האבן הנאה דערפון מידי יום ביומו.

וויסן זאלט איר אז נישט אלעס איז לרעה, עס איז נאך דא גענוג מענשטען וואס גייען ממש אויס צו קענען מיטהאלטן פו די נאנט די זאכן, אזוי אויך איז אונזער מיסיס שרענקבוים פון די סארט מענטשן וואס גלייכן דאס זייער, אין זי וויל דאס אריינלייגן אין אירע קינדער אויכעט. אין פארשטייט אפילו נישט די סכנה דערפון. אין אזוי שטעלט זי זיך ארויף אויף 'בעדפארד עוו. שטראססע, אין גייט חוה"מ האלטן מיט די קידנער אינעם 'טרעילאר שטראָם'. ווי גייט מען? יאאַלאַ געריטן צום 'קערידזש לעין'!

יעצט פון די אנדערע זייט קומט דער זלמן בענגלמאַן וואס ער איז שוין יא א באזעסן יודל וואס פארשטייט אז דאס ענדיגט זיך נישט מיט שטיין אויפן 'קערידזש לעין', פונקט אזוי ווי דער 'סיידוואָק' איז נישט געווען גענוג ביז היינט, אין מען האט געברויכט צושטעלן אז 'קערידש לעין', וועט זיך דאס נישט אפשטעלן דא, אין מען וועט ארויס קריכן פונעם 'קערידזש לעין'. אין אזוי וועט דאס גיין... ווער ווייסט ווי.

מה עשה קאָדעש בּאָרכע? צוזאם געשטעלט מיסיס שרענקבוים מיט זלמן בענגלמאַן אויף איינמאל, אין ער זאל דאס באמערקן אין אויפמערקן דאס מאַמעלע אז אירע מעשים זענען גאר איינגעשטעלט. אזוי אויך קומט דער אמיגאָ פון די זייט אין ער וועט דאס אזוי אויך פארציילן אינעם געשעפט ווי ער ארבעט אזוי וועט ער אויך אָבאַכט געבן פאר די נשים וואס ווילן חלילה אראפלויפן צום 'קערידזש לעין' ווען די סכנה איז גרויס.

זאלט איר וויסן אז דאס איז זייער איינגעגטשעלט, מען קען נישט זעעהן ביים דרייוון וואס קומט פאר. די מאַמעלעך ווילן פון דעם נישט וויסן.
מיסיס! ווילט איר נעמען חוה"מ האלטן אייערע קינדער אינמיטן די יאר א העלן דאנערשטאג? געפויעלט לויף ארום אין סופערמארקעט מיט א קערידזש אין באווייז דארט וואס איר קענט, שפאציר מיר נישט אריין אין די קארס פאר שוואויל טאג!


זייטס מיר געזונט ליבע וויגעלע פירער, אין לאזט פריי דעם 'קערידזש-בייק לעין'.

No comments: