Monday, July 28, 2008

א מחי' אההה עס פראסקעט א ווינט, עס בוזשעוועט...!

ברררר... ברררר.....

אך שון אנדע....קומען אן דע אה..פיס.. און... מיינע קאמפע...יו..טע..ר..
.........פא..פרוי...רע..נע.

ביי די ערשטע שורה זענען נאך מיינע פינגער געווען פארפרוירען.... "געטינג בעטטער"...

הוי איז קאלט... עס בוזשעוועט, עס באמבערט די קעלט, און די פענסטער אריין... א גאנצע נאכט האט מען געהערט ווי דער ווינט פייפט.
אויפן די פליגער'ס, האט מען היינט אוסגערופן, אז די ווינטען איז שרעקליך, און די פליגער האט אוודאי געליטן, שרעקליכע "טוירבעלינ'ס" איז זיכער געווען, לכאורה האט מען געקענט מיטהאלטן אויפן סקרין, וויאזוי די ווינטן זענען זיך גובר, איינעם דעם אנדערן, מען האט געזעהן ארויף קומען אויפן סקרין...

אזוי:
די "וועסט" ווינט, האט יעצט געשטארקט, אפפפפס צוריק געשיקט געווארן מיט א קראפט פון די "איסט" ווינט... 60 מ.פ.ש. און דאן איז געקומען א שטארקער "נאָרט-איסט" ווינטעל, און אפגעבוזשעוועט א 50 מ.פ.ש., און געווארפן אויף צוריק, אט אזוי "דאס איז געווען די "טוירבעלענס" אויפן פליגער...
הוי האט מען היינט געקענט מיטהאלטן אינטערעסאנטע "סינס", היינט אינדערפרי.
גארביזדש קענס זענען געפלויגן פון אלע זייטן... פרררר אהין...פרררררר צוריק... גארבידזשעס האבן געשפילט קעטש...
שטיקלעך צווייגן, און אפילו אביסל גרעסערע שטיקער איבעראל, האט געטראסקעט פון אויבן אויף אראפ, פון די אויסגעפליקטע ביימער און ביימעלעך.

*

6:00 אינדערפרי:
דאן האט איר געקענט מיטהאלן וויאזוי די קליינע בחורי'ליך מיט די גלאנציגע רעגן מאנטלען, אויפגעקנעפלט אינגאנצן.
און די אנגערעגענטע קליינע היטל איז ארום גענומען מיט די "גאָמי", ארום ס'האלדז... ח"ו די ווינט זאל נישט קענען איבערנעמען "קאנטראל" פונעם היטל.
לויפענדיג ארויס פון מקוה און די גרעסטע קעלטן מיט אן אפענעם מאנטל, די פיאות איין שטיק אייז... מיט א רויטע הייסע אויער, א שטיקל אייזל הענגט אראפ פון ס'נעזל, די שיך בענדלעך קלאפען אויף די אייזיגע "סייד-וואלק", הער אויס נישט געווען קיין צייט דאס צוצומאכן..

מען לויפט נאך ס'באס, צו פליען און חדר-ישיבה, אַההה אויפן באס וועט מען שוין צומאַכן די שיך און קויט, און בארגן א קעֶמל פון א חבר, און מאכן די פֵיאות.

*

6:30 אינדערפרי:
האט מען געקענט זעהן, וויאזוי די תמימות'דיגע אידעלעך, איינגעבונדן מיט די מאנטלען, און דער הוט אריינגעלשעפט ביזן ס'נאז אריין, די שאַל פאַרקניפט אויף הונטערוויילכעץ, די הענטשקעס טייט ארויפגעשאקלט, ס'הענט ארויף,
און געמיטליך זיך אנגעכאפט אויף ס'הענטל (רעילינג) אראפצוגיין די שטיגן, ווייל קול'מעבאשֶער האט דאך נעכטן געמאלדן, אז היינט וועט זיין גליטשיג. און מען געט אָפפבאַכט אז מען זאל נישט ח"ו, כאפן א גליטש.. (אזוי ווי זארעכ האט געכאפט..)

און די אנדערע יודן מיט די שיינע מאנטלען און מיט די האָריגע קוטשמע'ס וואקן אזוי בקומה זקופה, מיט די אייזיגע וואנצעס, און מיט די קללינע באליס אייז, ביי די זייט פון די אויגן...
זאגנדיג דערביי פארן ווינט. "דאונט איווֶען טרֵיי טאָ פאָש דאֵיין מֵיי העֶט"....
כאילו דער ווינט רעכנעט זיך מיט דעם צולאזטנ'ס מחשבה, ליסטען דער קען טראַכטען, וואס ער וויל, און די ווינט טרַאכט דאס זייניגע.

*

8:00 אינדערפרי:
האבן שוין די קליינע קינדער געווארט ביי די באס סטאפס, מיט די גרויסע אנגעפארנצערטע, דאַרק בלויע דזשעקעטס, זיי זענען געשטאנען, געדריזעלט פאר קעלט, הוי שעפעלעך...
זע זענען געשטאנען, פארקערט פון די ווינט און עס האט אויסגעזעהן ווי אט אט פליען זיי מיט, מיטן ווינט.... טייל קינדער, זענען אבער אריין אין די נענסטע גראסערי, זיך צו דערווארעמען, און אין איינוועגס, ארויסכאפן א "אשת חיל" צעטעלע און עס אריינשווערצן און חדר, און ביי ריסעסס וועט מען דאס פאָרליינען בקול רם.... פאר די איבריגע קינדער.

*

9:00 אינדערפרי:
איז שוין געווען די קליינע "פִיצִי" קינדער מיט די רויטע ראָציגע נעֶזעֶר, וואס זיי שטייען שוין מיט די מאַמעס, און ווארטן אויפן באס..
שטיייציך אויך גוט איינגעבאָנדעלט, זיי זענען דאך אויכעט "בעלי חיים"... אבער, וואס, ווען, ווי, די קינדער וויסן נישט פון קיין קעלט צו זאַגן.

אזי ווארטענדיג אויפן באס, דענקן זיי נאך ווי נעכטן איז די שניי געווען אביסעלע צולאזט, מען האט געקענט שפילן דערמיט, זעט מען ווי די קינדער גייען אזוי צו, צו די שנייי און נעמען זיך שטויסן מיט זייערע שיך, אויף די שטיקער אייז, אלעס בשעתן זיי וארטן אויפ באס...
און ביז די מוטער באמערקט, האָך און וויי... מעו טרייבט אוועק, און מען גייט נאכאמאל, נאכאננאד... ביז דאס באס קומט אן....

א גוטן טאג ווינטש די מאמע... בשעת ווען דער קליינע שעפעלע, זיצט שוין ביי די פענסטער, און אטעמט ארויף אויפ'ן פענסטער, און עס ווערט פארהויכט ס'גאנצער ארוםף דער קליינער פנים....
און מען ווייזט "ביי ביי"....

און א גוטן טאאאאאג!!!
"לאמיר גיין נעמען א ווארימער קאָפי, מיט א ספּלענדע."

No comments: