עס איז זוממער אין די גאסן, די שטילקייט קען מען טאפן אפילו אָן אפגעזייפטע הענט, אלעס איז רואיג, א גאנצער וואך טראגט מען ארויס די גארבידזש אָנעם הוט אין רעקל (נעבעך אויכעמר א טראסק). מען שפילט קאָנטרי מען פיקט אויף די פאָסט מיט א שמייכל – העי יענער איז אין קאָנטרי - אין איך אינדזשוי פאָסט פּיקינג.
שבת קודש איז א עקסטערן געשמאק, אין שול ביי לכה דודי קען מען אפילו הערן די עיר קאָנדישען פּרעפּלען, איבעריג צו זאגן אז קינדער אונטער צוויי יאר ערלויבט מען זיך צו ברענגן אין שול אזעלכע שבתים. אזוי אויך ווי באקאנט איז אונזער שול אויסגעצייכענט מיט אירע תומכים פאר יעדע ציכטיגער ענין, יעדער איז גרייט אלע שמוגעגיס וואס ווערן געבוירן מיט זייער הייליגער געשמאק, יעדער עסקנ'ט מיט זייערע פאָסטענעס.
אנגעהויבן ביים גרויסער 'מאיר בנימין שטראַפצעער' דער מאיר בנימין האט א שיינער געדוכטן ריזיגער באָרד, ער ווארפט אבער א נאָבעלער חן טראָץ זיין אויפרייסערישן געשטעל. דער 'מאיר בנימין' וואס זיין פאזיציע איז צאַמ-צושלעפן אלע פארבליבענע סידורים נאכן דאווענען אויף די טישן. ער טוטאָס גערן-האַרציג. זאָלזאַן א פאַקער פאר די ספרים. אים איז גארנישט ניחא אזוי, נישט אינטערעסאנט די פאַקעריי, ער ברויך א מצוה טאן זיך קלייבן גוטע עובדא'ס, 'מאיר בנימין' אזוי שלעפענדיג די הויפן ספרים, בלינקט ער זיך האַרצליך מיטן צעטל "כל הנוטל ספר יחזירו למקומו..." ווי איינער זאגט, צעטעלע מיר פארשטייען זיך גאר גוט, ווייסטעך יעדער איז מזלזל דערינען, אבער איך 'מאיר בנימין' איז דאך אויסגעוואקסן נישט נאר מיט א ריזיגער שטראָמער באָרד, נאר אויך מיטן 'מדה' פון–ספרים-פאַקעריי, אזוי גייט אן א וויילע דער העפליך שמועס מיטן צעטל נאַדער נאך א בלינק צעטעלע, וויל סטעי אין טאָטש – זיך געזעגנט מיטן צעטל פאר היינט.
פארוואס זאלן מיר נישט רעדן פון 'מיילעך שמשון', דער איז אויך א אויסגעצייכענטער יודל וואס פארמאגט היפש א 'סענס אָף הומער', אבער א גוט ווארט קען מען פון אים נאָר הערן פאר געלט, אבער שבבבבבת ביים 'על כן בּרך' איז די ווערטלעך גיסעריי גענצליך אומזינסט. נאך שחרית שבת אינדערפרי זאפארט איז ער אינדרויסן, ווען פון אונטערן געלען טלית שלעפט ארויס די 'זעקס-אין-ניינציגער' א קידוש טאָן פאר יוצר בריאה - אין פארטיג, פארוועם אומער עס גייט אדורך זאגט ער דעם וועפץ-ווערטל וואס ער חזר'ט מידי שבוע לשבוע – "ווי זאגט די וועלט: 'איין על כּן ברך – איז ווערד מער ווי צען מי שבּרך'... [חחח... ווי גוט דו זאגסט נישט - אויז זאג אונז נאאאאך]. ווען נטע לויפמאַן דער שפילציגער לץ – ער יאגט אדורך זאגט אין ער זאגט צו אים: שמשון דו האַרגעסט מיר... יעדע וואָך צו האבן פרישע ווערטעלך? כ'בין זיכער אז די וואָדקע ווירקט און טוט דאס איריגע, זאגט ער אזוי צו זיך דער נטע – אבער ער שמשון זאגט דאס איבער במלא 'וואָדקע חן' איין על כן... וכו'... יעדער האט געהערט? איך זאג גערן איבער... ביידע שמייכלען ווי ביים געווינען א דאָמינאו געים, 'נטע' לאכט פון זיין גוטס – אין 'מיילעך שמשון' לאכט פון זיין ווערטל, קיינער חלומ'ט ניטאמאל אז יענער לאכט נישט פון זיינס. ווי קינד אין קייט קוקט ארויס דערויף.
איי מיי מיי מאָם! זאָל שוין נאכאמאל זיין שבת, וועט ער שוין זאגן נאך קיצעלדיגע ווערטלעך מיט איבעלדיגע טרערן פארמישט מיט 'זעקס-אין-ניינציג'.
אייייי... דער 'יחיאל שמערל' קוים וואס מען באמערקט אים ארויס פונעם הויעכן באנק ארויס. אזא דאווענען וואס ער לייגט אראפ וואָכיין-וואָכאויס, ממש א בריליאנט, אויף אים איז שוין דא אסאך שטאף צו זאגן אויב ברויך מען אים איצט אויסגראַמען, יעעעע גענוגנ'נאך. וועלן מיר אים לייגן אין זייט אין רעדן ווער עס זיצט פארנט פון אים.
ווער קען שוין זיצן אזוי פארנט? דאס איז אונזער ראה"ק ר' עוזר - איי דער ר' עוזר. א נאמען טראגט ער נישט עפעס אבי געזאגט. ממש כשמו כן הוא, 'עוזר-דער העלפער' אייביג גרייט צו העלפן יעדעם איינעם ביינונז אין שול אויך עוזר איז נישט נאר הילף מיט א גוט ווארט, נאר אויך האט ער זיך אלס ראה"ק ביינונז האט ער געכאפט א דזשאַב וואס מיט דעם נאָגט ער יודישע נשמות – זייענדיג די אויבנאָן איד ביינונז, בליקענדיג אין די ספרים ביי 'קבלת שבת' אזוי אויך ביי 'קל אדון', האט אים די מלאך מיכאל געשאָנקן מיט א מאמר וואס זאל אים צאַפלען אינסייד אין זיין געדערם טיף אין זיין הערצעלע וואס איז אויסגעזויגן מיט חסידישע איינגעטונקעכטס.
אַמעעעעעער! עס איז דא א הערליך שטיקל וואס אים האט געכאפט אין די חסידישע ספרים היי וואָך. אַמעעעעער! פארוואס זאל יענער נישט געניסן אזוי אויך פון דעם טרעפליך ווארט, וואס האט אים אויפגעשאקלט אין דערמאנט זיינע יונגע יארן קוועטשן דעם באנק אין סענס סטריט.
וואס טוט ער ר' עוזר. ער כאפט דעם ספר שטופט אריין א טוילעט פעפיר ווי ער האט אויפגעמישט די טרעפליך ווארט. מען הייבט אן מאכן די טוירן-שאַטס ארום אין שול. דער ר' עוזר שטעלט זיך אפ ביי יעדן וואס וויל א בליק טאָן, דערלאנגענדיג זיין 'עוזר שמייכל' ווי מען רופטאָס ביינונז אין שול, אזוי ארבעט דער ר' עוזר מידי 'וואָכאיין וואָכאויס'. גייט שוין אן אזוי א שיינער תקופה, אבער הו קעירס? זאל ער געניסן פון גוטע ווערטער - אין דערנאך שטאָפן אנדערע אידן אויך דערמיט. אדרבא מיר האבן הנאה, אין איך בין זיכער אז דער היילגער מחברי ספרים דרייען זיך ביינונז אין שול צוליב די גרויס געלערנכט'ס אין זייערע ספרים. אלעס אדאנק אונזער טייערע ר' עוזר!
*
אבער עטוואס א דריי געגעבן אינעם "וואָכיין-וואָכאויס - ר' עוזר בּאַרגען" האט זיך אנגעהויבן צו אנזעהן ביינונז אין שול, דער עולם האט אנגעהויבן גיין אין דער קאנטרי, עס איז שוין ב"ה אנגעקומען די צייט, אידישע קינדער פארן אוועק אויף די זוממער וואכן.
טאקע אונזער ר' עוזר גייט אויך אין קאנטרי אויף די זוממער וואכן אפילו די יונגסטער ביי אים איז א בחור וואס לערנט ערגעץ אין אויסלאנד, מיט דעם אלעם גייט ער נאך יא אין קאנטרי, זענען מיר ב"ה געבליבן גענצליך אָן "א-שיינער שטיקל פאַרזאָרגער". ממש 'כ'שטיקל בלי פארזאָרגער' ווי איראניש זאָגצעך דאס, אבער א דמיון איז דאס נישט, מען זעהט דאס ביינונז אין שול. זעמיר אויף וואקאציע, פיינע נייעס.
מיר האבן מנוחה פאר אפאר וואכן – דאַנקע שעהן! איר ווילט געניסן פון די גוטע שטיקער? קלונגט ר' עוזר. ער וועט גערן געבן מראה מקומות.
טראכט אבער צו זיך אונזער מילדער-שלאַק וואס פּאָצט אין מקוה ביז צענע שב"ק. ווייל עס איז זוממער זאלן מיר בלייבן אזוי "שטיקל-לאז?" נעעע אוודאי איז ער פאר דעם געבוירן געווארן דער טאָמבּאַמבּאַם! אזא איינער וואס זאל אונז באזארגן אינעם הייסן זוממער מיט ווארעמע שטיקלעך. דאס איז אונזער טייערער 'ירחמיאל' - ווען מען זאגט מיר וועניש זיין נאמען –וואלט איך אפילו מיט פארמאכטע אויגן טאפענדיג זיין געשטעל געגעסט אז ער הייסט 'ירחמיאל'. אויף אים איז ווי געגאָסן א לאנגער געדרייטע פעטע נאָז מיט שווער-הייסע געטאָטעמעכטס, איייייביג אי די גוסטע פאר קוגל.
דער 'ירחמיאל' האט טאקע גענומען אין קאָנסידירעשאָן אז...? דער עולם איז הונגעריג פאר גוטע געדאנקן, און אזוי אלס 'מקוה-שטופער' האט ער זיך באקראַצט מיט א טיטול אויפן זוממער, 'שטיקל-ווייזער'.
ער האט מיר איבער גענומען ר' עוזר'ן סימער גוט ער לויפט מיר ארום אין שול מיט א ויקרא חומש, אין ווייזט שטיקער בני יששכר. שטעלט זיך אפ אוואו אומער מען וועט אים נישט קענען פרעגן גענוי וואס עס שטייט דארט. ביי יעדער דיסטענאַציע בלינקט ער שוין צום נעקסטן טיש ווי איינער זאגט – 'ווארט נאר ווארט נאר', עס קומט א קנאַקעדיג'ס באלד איז שוין דיין ראי'. אזוי ארבעט דער 'ירחמיאל' גענצליך אומזיסט.
ווער רעדט נאך ווען עס טראכט צו זיך דער 'ירחמיאל' זעלבסט, אז אויף אים פלעגט מען זאגן נאך אלס יונגער שלאַק, אז ער וועט אויסוואקסן עפעס ווערווייס-וואָס. כך קאווע! ער האט געכאפט אייגענע פאזיציעס אזוי וואקסט מען אויס. טראכט צו זיך 'ירחמיאל'.
לאמיר דיר נאר זאגן קלאר בשם אונזער גאנצער פארבליבענער עולם אין שול, 'ירחמיאל ירחמאיל' [דאָפלט לשון איז דערפאר ווייל דו האָרכסטעך נישט ביים ערשטען מאל דו צולייגער]. הערסטו מיר רַחמי? האב רחמי אויף אונז, געב אויף די שטיקל דיסיידינג. טראַסקע אראפ פון אונזער רואיגע נערוון. גליטש דיך אראפ ווי א שטיקעלע פאַפיטע ווערט ארויס געשפיגן פון א רויסישער-קאר-סערוויס פּיסקל. איך בין אויף וואקאציע דא אין שטאט. לויף אראפ פון אונז, הער אויף בּאָזזען אין גראגערן מיט 'מראה מקומות', גייט מיר אפילו נישט אן וואס הייסט ביי דיר א הייס שטיקל 'גידודי דבש', גייט מיר/אונז ניקס אָן - פּיריאַד!
דו נאַסע-פאַפיטע נעם דיינע הענגעדיגע וואָנצ-בענדער קיי עס אויס - אין שלויך אוועק פון דאנעט - נאאאָ קריך אראפ פון אונז - די מיטל יעריגער רוקן-קריכער. ירחמיאל גייט כאפ א בּוד אין מקוה מיט דיין פארשווייסטער נעזל, סי'נאָך פאר צענע אויף מיין זייגער. 'גוטע-שטיקלעך' וועלן מיר געניסן פון ר' עוזר נאך אונזער 'קאָנטרי וואקאציע'.
לאז אונז רואיג אויפעסן דעם זוממער האָריזאַנט... ג'טשאַבּעס!
Thursday, July 24, 2008
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
No comments:
Post a Comment