Friday, July 18, 2008

וואס רעסעסשאָן?! - ווען רעסעסשאָן?! דמיונות

עס ציפט ווען מען זעהט די ווארט רעסעסשאָן, אמאל האט מען געמיינט אז נאר אין מיטל מזרח צו אין ארגענטינע ערגעץ ווייט אוועק קען געשעהן אדער צוקומען צו אזא זאך. וואס הייסט רעסעשאן - וואאאס אין אמעריקע?

'וואס רעסעסשאָן ווען רעסעסשאָן' - וועם וויל מען דא איינרעדן - וועם וויל מען דערשרעקן. אמת עס איז טאקע עולם השקר'אָפי אבער פארט איז נאך דא א געמיינדע חברה וואס ווייסן יא אז נישט אלעס שטעקט אונטער א פעסל אויל וואס קען איין טאג זיין א גאנצע הונדערט טאללער, אין איין טאג אכציט טאָללער. אין דאס ברענג רעסעסיע, נאָוואָדען?

ווילט עטס מיר זאגן אז אלעס דרייט זיך אונטער א פעסל אויל ס'הייסט אזוי, דער אראביש דערפל אין דרום טייוואַן איז באגראבן דארט אין שפיץ ביי א עק אין א מדבר'ל ווייט ווייט. אין עס גרעבעלט זיך מיט אויל דארט ווי מען גייט אין ווי מ'שטייט, אין דארט אין דער דערפל איז פארהאן צוויי דריי שבטים אראַביש געבוירענע געמישט מיט טייואנישע שבטים וואס זיי זענען פארמישט צווישן זיך מיט אפאר שפראכן, זיי ארבעטן באָרוועס ערשט קלאסיגע גראָבער חברה, זיצן זיי דארט 'טווענטי פאָר סעווען' אין וואס זיי טוען איז די אויל גראבונגען וואס דערנאך פארלייען זיי דאס פאר גרעבער מינע סופלייען און מען טוט דאס אויסארבעטן אזוי אויף צו טראנספארטירן אין די ווייטע מרחקים ביז אפילו אין מערב וועלט, ווי יעדער האט הנאה דערפון.

ס'הייסט אז די אויל וואס עס קומט פון דארט, גייט דערנאך איינער נעמען אין אריינגיסן דער אינעם אינעם 'פיר ביי פיר רעדל טרעקל', אין א צווייטער נעמט דער אויל אין באנוצט זיך דורך באַהייצן זיין 'טשאָקלאַדע מאַשינקע' וואס ווערט געהייצט מיט גאנודע אויל, אין דאס איז וואס קומט באמת פון דרום טייוואן? עההה. יעעעעע וואָר אז עס קומט אפשר פון דארט אבער נישט דאס איז דער 'רעסעסשאָן פאָרכט'.

לאמיר זיך נישט פאר קיין רגע נאַרן אז דער אויל איז נאר דארטן דא. קומסט מיר זאגן אז פון אפאר 'טייוואנער-אראבער-קליקע' קען מען סופלייען אויל פאר א צוועלקע וועלט? נישט מעגליך. אין אויב יא איז דער פרייז וואס דער האָריגער אראבער דארט אין טייוואן לייגט ארויף אויפן פעסל אזוי גוט אויסגערעכנט אז ער זאל קענען באלבאטעווען אויף אזוי ווייט. אין דאס זאל צושפלעטערן דעם אמעריקנעם עקענאמיע. ניקס קיין הסבר אזאנס – פארשטאנען?

הארכטס אויס. מיר גייען דאס שוין נאך פאר א לאנגער צייט. איז אזוי צו זאגן.

האט איינער אמאל אויפגעפאסט וואס מען טוט מיט אונז פשוטע מענטשען? נישט דווקא אמעריקאנער, וואס טוט מען. לאמיר נעמען אפאר משָלים דערביי.

זילבער פאפיר: וואאאס גייט דא פאר, דער עולם שלאפט. מען מאכט פון אונז דינער אין דינער פלאכער אין פלאכער פון טאג צו טאג, אין קיינער רעדט נישט. (בייק לעין הא?) דער זילבער פעפער ווערט גענוצט דורך טויזענטער מענטשען א טאג, אין קיינער כאפט נישט אויף וואס דא קומט פאר? זאל יעדער גיין א קוק טאן וויאזוי עס האט אויסגעקוקט א ראָלל זילבער פעפער פאר א יאר צוריק, אין ליידער וויאזוי עס קוקט אויס צוטאָגס.

נו מה כולו רעש, וויפיל זילבער פאפיר קען מען דען פארבריצירן. זיי וועלן דאך איין טאג אויסגיין פון זילבער פאפיר, קוקט אהער - ווען מר. זילבער פעפער האט אויסגעטראפן די זאך זילבער פעפער האט ער נישט גערעכנט פאר דורות וועט דאס אזוי אנגיין מיט דער אלטמאדישער סיסטעם, זליבער פפעעעעעפפער, עה. אז מען וועט באדעקן א טאפ מיט זילבער פאפיר? ער האט זיכער געמיינט אז עס וועט ארויס קומען אזא מין זאך וואס וועט הייסן למשל 'סעיף רעפּפּער' צו צוגלייך. אין דאס וועט ארבעטן אוטאמאטיש צו ווער ווייסט וואס...

יעצט ווען עס איז דורך א שטיק צייט אין עס גייט נאך געהעריג אן דער זילבער פעפער באנוץ, איז דאך געפאלן אויף די זילבער פעפער קאמפאני א שווערער יאָך. צו קענען סופלייען אזויפיל, איז וואס טוען זיי, מוזן זיי דאס מן הדין מאכן 'רקיעי פחין', ס'הייסט זיי מוזן דאס אויסביגלען בעפאָרן ארויס שיקן צו די גראסעריס. אין וואס א טאג שפעטער ווערט דאס דינער אין דינער.

יעצט וואס געשעהט, יעצט אמאל ווען מען האט געקענט נוצן איין שטיקל זילבער פאפיר פאר א צודעק. מוז מען צוטאָגס באנוצן מיט א דאָבל צודעקעריי. אין מען נוצט מער ווי אמאל מוז מען אוטאמאטיש קויפן שנעלער נאך א ראָלל ווי אמאל. געט מען שטייצעך אויס מער געלט ווי אמאל פאר זילבער פאפיר זעלבסט. ריכטיג?

יעצט לאמיר זיך אריינרוקן מיט א טרעפל אהינציער. וואס טוט זיך מיט די פלעסטיג עסצייג אין טעללער'ס איז ווידער די זעלבער שפיל.

האט איינער אמאל גע'חלומ'ט אז מען וועט וועלן טרינקען א גלעזל וואסער וועט מען זיין געצוואנגען צו נוצן דערפאר צוויי גלעזלעך, עהההה ביינונז איז מען געווען צוגעוואוינט אז אויב לאמיר שוין יא זאגן אז מען וויל נוצן דער פלאַסטיזשער גלעזל פאר א הייסער טיי קאווע, האט מען געברויכט נעמען צוויי גלעזלעך. אבער פאר א נישטיגער שלונג וואסער? ס'עפעס! כאָב-אייך-נייעס. אז צוטאָגס מוז מען שוין נעמען צוויי גלעזלעך 'דאָבל פעקד' פאר א נישטיגן גלעזל וואסער. איז וואס געשעהט ווייטער. מוז מען אוטאמאטיש שנעלער איינהאנדלן א באקסל קאָפס, פארוואס - ווייל א פעקל וואס עס קומט דערינען הונדערט גלעזלעך מיינט פופציג 'נאמת'ן. שטימט?

אין דער זעלבער זאך שפילט זיך איבער מיט פלעסטיג בעגס. מאכטס די זעלבער חשבון וועט מען אנקומען צו דער זעלבער אויסקום, אז מען וועט צוטאָגס ברויכן נוצן צוויי בעגיס פאר איין אלטער בעג באנוצעריי. שטימט?

נאך איין זאך וועלן מיר דא אויסשמועסן.

ברויט: האט איר געהערט לעצטענס אדער האלט איר גאר מיט, דער ברויט גערויבעריי וואס גייט פאר לעיטלי, פאר אפאר ארימע סלייסעס ברויט, וואס מען פלעגט אמאל קענען באצאלן מיט א געטראפענע צען צענט פון גאס, איז א פארגאנגענהייט. אמאל האט מען געוואסט אז מען קויפט אן המוציא ראָלל פאר פרישטיג געט מען א נעם אפאר ברויטעלך אויפן זעלבן חשבון פונעם געסענדוויטש האנדלעריי, אין אויף דעם וועט מען זיך וואשן אינאיינוועגס וועט מען אויך יוצא זיין דעם 'פת בשחרית תאכל'.
אבער וואָסע'נייעס! היינט איז גאר אנדערש. מען קויפט א ברויטל אין מען נעמט צו אפאר סענדוויטש'ס אין ראָלל'ס כדי צו קענען דעקן דער פרייז פונעם ברויטל.

וואס טוען זיי, מען האט איינגעצויגן דער ציינדל אינעם ברוויט סלייסער וואס שניידט דער ברויט, אין אזוי קומט אויס אז דער זעלבער דריי ברויט קאסט דאפעלט אין העלפט אין ברויט. דער אמאליגער ברויט איז אויס. געענדיגט די צייטן, (ווער ווייסט?).

יעצט מאכט א חשבון וואס וועט זיין ווען מען וועט צוזאם רעכענען דער זילבער פאפיר מיטן בעג מיטן פלעסטיק קאָפ אין מיטן ברויטל, וועט מען זעהן אז דאאאאאאאס איז די לאָך וואס עס הייבט אן ארויסשלאפטערן דער טאָללער פון טאש ארויסעט.

יעצט טאמער רעסעסשאן איז הענגעדיג אויף די לופט מוז מען קודם זעהן צו אנהייבן קער נעמען פון די זאכן אין אזוי גיין ווייטער. אפשר אפשר וועט מען נאך ערגעץ אנקומען... איי וויי אולי יחוס...

זאלט עטס אלע זיין געבענטשט אין אויסמיידן דער רעסעסשאן געשוועבעכט'ס. אבער לאזטס אפ דער טייוואנישער דערפל.

הוי געוואלד רעסעסשאָן... ?! וואס רעסעסשאָן... ?!

1 comment:

Unknown said...
This comment has been removed by the author.